בלאט 11 פון 11

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 3:59 pm
דורך חייםהערש
יום ב' דסליחות תשע"ג

ווען איך האב געזעון דעם אשכול האט איך געהאלטען אז ער האט א מוראדיגער פונקט, אין איך האב מיך באמת מקבל געווען נישט חוזק צו מאכען פון דעם קהלה על לא עוול בכפם, א זאך וואס איך בין מתוך רגילות שטארק נכשל.

מצד שני האב איך קלאר געזען דעם מתוך שבחם בא לידי גנותם, און עס איז באמת א חרפה מיט א בושה אז אינגעלייט קענען שרייבען זייער מוראדיגער שטותים אין דעם אשכול כאילו אידן פון יעדער קהילה'ס בלוט איז הפקר.

אגב אז מען שמועסט פונען קליינער פאפא רב. בעיני ראיתי ביי די חתונה פון בן זקונים פונעם פאפער רב דער ויחי יוסף אין ראיאל האל האט איך געזען ווי ער כאפט מכות אין א גרופע אינגעלייט האבען געמוזט שפעטער שטיין אויף אים שמירה כדי ער זאל נישט כאפען מער,
איינער פון די שלעגער איז היינט מראשי קהילת סאטמאר, איך פארצייל נישט וועלעכע.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 6:33 pm
דורך I'm back
הייסט נאך די הייליגע טעג וועסטו שרייבן זאפטיגע מעשיות??

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 6:56 pm
דורך גאלד
דאס העל איך דיר אויך לאזן וויסן נאך די הייליגע טעג

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 10:42 pm
דורך נתן_עוזר23
סליחות אין פאפא

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 11:51 pm
דורך גאנצל
נתן_עוזר23 האט געשריבן:סליחות אין פאפא


ס'זעהט אויס א פילערע ביהמ"ד ווי ראדני

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 11:52 pm
דורך קאווע טרינקער
פיינעלי זעה איך שוין דעם ארון קודש וואס יעדער רעדט.
אפשר ברענגט איר נאך בילדער

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 12:16 am
דורך גנדי
קאווע טרינקער האט געשריבן:פיינעלי זעה איך שוין דעם ארון קודש וואס יעדער רעדט.
אפשר ברענגט איר נאך בילדער


וואס רעדט יעדער? איך האב נישט געהערט רעדן...

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 12:21 am
דורך קאווע טרינקער
געליינט אין משפחה

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 12:58 am
דורך גנדי
קאווע טרינקער האט געשריבן:געליינט אין משפחה


משפחה איז גע׳אסרט

איך ליין נאר wired עס האט נאך נישט קיין איסור.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 2:59 am
דורך berlbalaguleh
zurich האט געשריבן:אבער דאכציך מיר אז די אשכול איז געעפענט געווארן ארויסצוברעינגן די שאנדע אז פאפא איז דיסקרעמענעידעד, דערווייל איז עס געווארן פונקט פארקערט ס׳געווארן א פאפא,פורים, חעלם אשכול

נו, אז מ'ברענגט אזעלכע פיקטשערס פון די רבי שליט"א און די גבאים איז נישט קיין וואונדער. :oops:

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 5:28 am
דורך לאליפאפ
חולים ביקור

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 11:46 am
דורך gehlungen
נתן_עוזר23 האט געשריבן:סליחות אין פאפא

I think it's amazing beautiful big Beis medresh & I also think that this unnecessary Eshkol should stop already

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 3:12 pm
דורך איך אויך
חייםהערש האט געשריבן:יום ב' דסליחות תשע"ג

אגב אז מען שמועסט פונען קליינער פאפא רב. בעיני ראיתי ביי די חתונה פון בן זקונים פונעם פאפער רב דער ויחי יוסף אין ראיאל האל האט איך געזען ווי ער כאפט מכות אין א גרופע אינגעלייט האבען געמוזט שפעטער שטיין אויף אים שמירה כדי ער זאל נישט כאפען מער,
איינער פון די שלעגער איז היינט מראשי קהילת סאטמאר, איך פארצייל נישט וועלעכע.

איך בין זיי גאנץ ווייניג מקנא.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 12:01 pm
דורך לעמיל
ווייסט איינער פון וואס ער רעדט?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 2:08 pm
דורך עוד מישהו
לעמיל האט געשריבן:ווייסט איינער פון וואס ער רעדט?


אונז אלע ווייסן אז שאולזאהן קען מען נישט נעמען ערנסט, קודם כל נישט אלעס ווייסט ער, מענטשן שיקן אריין זייער בויך וויי און ער לייגט עס ארויף, אדער שפילט ער כאילו מענטשן שיקן אים אבער ער שרייבט זיין אייגענע פאסט וואס ער שיקט צו זיך.
אמאל קען מען ארויסהאבן די פרשה פון תגובות וואס מענטשן ענטפערן, נישט אייביג איז עס שייך ס'קען אבער געשען.
די שאלה איז אזוי, איינער וואס בלייבט אנאנים, פרעגט אפ געוויסע פרטים אין די ארטיקל, ס'קוקט אויס אז יענער איז א פאפא'נער אדער קען פאפא גענוג גוט. קען מען גלייבן יענעמס תגובה, אדער וויל יענער באהאלטן פאפא שמוץ?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 2:31 pm
דורך דולה ומשקה
פאפא - מיט פינטעל אין ביידע 'פ', א פינטעל סיי אין דער ערשטע 'פ', אין א פינטעל סיי אין דער צווייטע 'פ'. ס'איז דא מאנכע וואס לאזען לפעמים אויס בשעת רעדן אדער דער ערשטע פינטעל אדער דער צווייטער, אדער אמאל לאזט מען אויס אינגאנצען די פינטלעך וואס באלאנגען אין דער אות 'פ', דאס לכאורה דארף זיין כאילו א ליצנות אדער א שפעט אויסדרוק, אדער קען זיין מענטשען זענען אומבאוויסענט, אין ווייסען בכלל נישט אז דער 'פ' קומט מיט א דגוש, דער אמת איז אז זיי זענען גערעכט ווייל על פי רוב זעהט קיינמאהל נישט די פיר אותיות פ-א-פ-א, על כל פנים די אותיות 'פ', מיט א פינטעל, סא פון ווי דארף איינער וויסען ווי אזוי פונקטליך ארויס צו זאגען דעם ווארט, ווי עס באלאנגט יא א פינטעל אין ווי באלאנגט נישט. פארוואס טאקע לאזען זיי אויס די פינטעלעך?

לאמיר אלע שרייען אינאיינעם: פאפא

[tag]לכבוד שבת קודש[/tag] ווייסט שוין נאך עפעס...

נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 3:26 pm
דורך יין שרף
.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 9:46 pm
דורך חקרן
נו פאפא? - איר קענט דאך יא... הענרי איז צו דער זאך, ריכטיג?

האלט אייך שטאלץ.

נשלח: דינסטאג יוני 13, 2017 10:10 pm
דורך קאצקע ציקער
חקרן האט געשריבן:נו פאפא? - איר קענט דאך יא... הענרי איז צו דער זאך, ריכטיג?

האלט אייך שטאלץ.

געווען אן אשכול דערפון דאכצוך