בלאט 11 פון 66
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 11:30 pm
דורך ירא שמים
מיימון האט געשריבן:גיב א זוך פאר shtesel s01e03 וועסטו עס טרעפן אראפצולאדענען, טויש די לעצטע נומער פאר דעם פרק וואס דו זוכסט, אויב ווילסטו קען איך עס ארויפלאדענען דינסטאג ווען איך וועל האבן ווייפיי
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 11:46 pm
דורך רימון
Shtisel שטיסל
https://telegram.me/joinchat/AzqiSjvC5f6FP1UH6jI4ogSent from my SAMSUNG-SM-G530AZ using Tapatalk
נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 4:21 am
דורך דעת תורה
וואס טוט זיך מיט די ענגליש סובטייטלס ווערסיע, וואו קען מען דאס שאפן בחינם?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 2:44 pm
דורך ודי למבין
שכח רימון, ירא שמים און מימון. ס'געווען א גרויסע העלפ.
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 9:20 am
דורך דעת תורה
נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 10:40 am
דורך פרייוויליג
אשאד די זיסע אלישבע עקט נישט דא.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 2:44 pm
דורך זוכער
אוי געוואלד.
באבע מלכה איז פארטוישט. אוי וויי וואס א דורכפאל.
די נייע באבע מלכה זאגט שולמ'ען גיב אכט אויף דיין פ***. אזוי סטופיד!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 4:48 pm
דורך קאצקע ציקער
אלטץ פאנגן זיי אן מיט א חלום.. אוועראלל איז עס גאנטץ גיט. שוין צוויי ברידער רעדן נישט צווישן זיך וואס נאך איז נייעס!..
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 8:42 am
דורך הוגה
[justify]
זוכער האט געשריבן:אוי געוואלד.
באבע מלכה איז פארטוישט. אוי וויי וואס א דורכפאל.
די נייע באבע מלכה זאגט שולמ'ען גיב אכט אויף דיין פ***. אזוי סטופיד!
די ארגינעלע באבע מלכה איז געשטארבן א יאר צוריק. די נייע באבע מלכה טויג נישט. נאך א מזל אז רעבעצין ערבליך איז נאך די זעלבע. אויך איז די געוואלדיגע הדס ירון (פון Fill The Void) אויף די שאו יעצט אין די כאראקטאר פון ליבי די טאכטער פון פעטער נחום. זי מאכט א סופער דזשאב.
אגב, פופיק מיינט נישט וואס דו מיינסט אז עס מיינט. פופיק איז די naval, אדער ווי קינדער רופן עס בעלי באטאן.
.[/justify]
נשלח: פרייטאג אקטאבער 30, 2015 4:59 pm
דורך קאצקע ציקער
גראדע די ליבי די טאכטער פון נחום קען א היימישע יודיש פרעג מיך נישט פון ווי ווייל איך ווייס נישט.
זי שפילט אויף Felix and Meira זי רעדט דארט א פיינע יודיש
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 8:42 pm
דורך פרייוויליג
הוגה האט געשריבן:[justify]
זוכער האט געשריבן:אוי געוואלד.
באבע מלכה איז פארטוישט. אוי וויי וואס א דורכפאל.
די נייע באבע מלכה זאגט שולמ'ען גיב אכט אויף דיין פ***. אזוי סטופיד!
די ארגינעלע באבע מלכה איז געשטארבן א יאר צוריק. די נייע באבע מלכה טויג נישט. נאך א מזל אז רעבעצין ערבליך איז נאך די זעלבע. אויך איז די געוואלדיגע הדס ירון (פון Fill The Void) אויף די שאו יעצט אין די כאראקטאר פון ליבי די טאכטער פון פעטער נחום. זי מאכט א סופער דזשאב.
אגב, פופיק מיינט נישט וואס דו מיינסט אז עס מיינט. פופיק איז די naval, אדער ווי קינדער רופן עס בעלי באטאן.
.[/justify]
גערעכט, איך האב נישט אויפגעפאסט אז הדס ירון עקט דארט אויך. זי איז א מאדעל.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 1:59 am
דורך יהושע חיים
קאצקע ציקער האט געשריבן:גראדע די ליבי די טאכטער פון נחום קען א היימישע יודיש פרעג מיך נישט פון ווי ווייל איך ווייס נישט.
זי שפילט אויף Felix and Meira זי רעדט דארט א פיינע יודיש
אויף א שמועס מיט לוזער טווערסקי איבער דער פילם Felix and meira זאגט ער אז ער האט איר געדארפט אויסלערנען די ליינס אין אידיש ווייל זי קען נישט קיין אידיש
Re:
נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 1:08 am
דורך אבי גערעדט
אוודאי געוויס קען זי קיין אידיש נישט, דו רעדסט דא פון א ריכטיג פרייע מיידל, וואס זאגט אז זי האט קיין חרדי קיינמאל נישט געזען, און ביים אויפטרעטן אויף fill the void האט זי די ערשטע מאל זיך באקענט מיט די חרדישע שטייגער, אידיש זאל זי קענען?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 9:39 am
דורך קרעקער
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 9:55 am
דורך [NAMELESS]
וואס טוט זיך מיט ענגלישע סאבטייטעל'ס נאך פאר די ערשטע סיזען???
פליז רבותי,
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 10:13 am
דורך גיבור
דער נחום איז פיינע נייעס !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 3:45 pm
דורך קורץ און שארף
ראשעקאל האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט ענגלישע סאבטייטעל'ס נאך פאר די ערשטע סיזען???
פליז רבותי,
עס האט געהייסן א צייט צוריק אז א אמריקאנער פירמע האט אפגעקויפט די זכות עס צו לופטערן אין ענגליש, אבער עס וועט מסתמא נישט זיין אזוי שנעל
פארוואס פונקטליך דארפטסו ענגליש? פארשטייסט נישט היברו?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 5:04 pm
דורך קאצקע ציקער
גיבור האט געשריבן:דער נחום איז פיינע נייעס !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
און קיווע איז גאר שוואך
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 5:31 pm
דורך [NAMELESS]
איך ווער משוגע פאר קיווע, פאר שולם, פאר נוחם, פאר שטערצאלע [ליבי], פאר ליפא ווייס וזוגתו הצדקנית. אלע מאכן א וואונדערבארע ארבעט לדעתי.
די באבע איז ממש נישט צום זאך, א שאד די אלטע איז יא אוועק [אנדערש ווי עונה ב' הייבט זיך אן].
די טאכטער פון ליפא ווייס, מעגליך מאכט א גוטע דזשאב, אבער דערווייל 80% פון וואס זי איז אינוואלווד, מאכט נישט קיין טראפ סענס אין חרד'ישן קולטור. א שאד זיי פארפאטשקענען אביסל מיט איר.
אינטרעסאנט אנצומערקן, אז נוחם איז במקורו א פרענק, און פארט זעט ער אויס ווי שולמ'ס יונגערער ברודער מיטן זעלבן פליסיגן אידיש...
[די אותיות כתבתי כפי ההברה, וק"ל].
=========
כ'קען באשרייבן א לענגערע מאמר ביקורת, אם יתבקש הענין. אבער לדעתי קען יעדער אליינס ארויסנעמען פונקטליך אלע נקודות וואס 'שטיסל' מערקט אן. זיי האלטן זיך ארום 80% נארמאל כלפי דעם חרד'ישן קולטור, כאטש צומאל זענען אריינגעפאלן פארשידענע מאדנע אנעקדאטן וואס פאסן גארנישט אריין אין א נארמאלע שטיסל פאמיליע.
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 5:36 pm
דורך מארמאראשער
ווי אפט קומען זיי ארויס? ווען קומט ארויס די נעקסטע?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 5:52 pm
דורך קאצקע ציקער
שש די זעלבע וואס דו זאגסט לגבי די טאכטער פון ליפא ווייס פיל איך לגבי קיווע , ער איז ממש נישט צו די זאך און עקט נישט גיט ווי א מאה שערים שבבניק
א זייטיגע נאטיץ, דער נוחם איז א ריכטיגער אנטווערפענער...
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 5:54 pm
דורך זוכער
יעצט האלט מען דא:
1) גיטי איז אוועק פון ליפא (ווייל ער האט געגעבן דעם נאמען זליג)
2) רוחמי זוכט ליבע ביי עפעס א פרומען כנאקישן בחור אין שול און לייגט אים אראפ עסן.
4) נחומ׳קע צעקריגט מיט שולם, און אוועק פון זיין דירה מיט ליבי.
5) קיווע געווארפן פון מלומדות / צעריסן דעם מכתב פיוס פאר שולם / ענדליך פארקויפט א מאלעריי פאר א גאלאריע / אינמיטן א ליבע שפיל מיט ליבי / פגישה אין המלכים מיט... ליבי.
6) שולם איז נישט א מעשן-ואוכל - ער איז א ״אב ומחנך״ וואס עליזה האט באשטעטיגט / מאכט משוגע נחומ׳קע מיט די כהן שידוך / קניגסבערגער ארבעטער קאלט נחומ׳קע פאר ליבי׳ס המשכה בפגישה מיט י. כהן.
7) ליפא ווייס מאכט אינוועסטמענט אויף רנטה׳ס געלט ביי שטרוק. - גיטי ווייסט נישט פונעם געלט.
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 6:07 pm
דורך [NAMELESS]
קאצקע ציקער האט געשריבן:שש די זעלבע וואס דו זאגסט לגבי די טאכטער פון ליפא ווייס פיל איך לגבי קיווע , ער איז ממש נישט צו די זאך און עקט נישט גיט ווי א מאה שערים שבבניק
א זייטיגע נאטיץ, דער נוחם איז א ריכטיגער אנטווערפענער...
נישט ריכטיג אפגעטייטשט דעם עצם מושג פון 'קיווע'. קיווע איז נישט קיין מאה שערים שבב'ניק, קיווע איז א נפש עדינה וואס פארנעמט נישט די געזעלשאפט און קולטור פונעם מאה שערים'דיגן הו-הא. אלס צארטער נשמה, זוכט זיין הארץ די הפכיים וואס זיין טאטע קען אים צושטעלן. קיווע עקט זייער גוט זיין דזשאב, און אין פאקט - כאטש ס'איז א חידוש בעולם החרדי/חסידי אז א זון זאל זיך ארויסשטעלן אזוי אפן און קלאר מיט זיינע מיינונגען - שפילט ער אבער גאר שטארק אויף די סטרונעס מיט זיין 'שובי שובי השולמית' שפיל, און זיין ראמאנטיקע איז נישט נאר בנוגע זיין פלג גופא, נאר אויך בנוגע זיין גאנצער מהות. ווי זיינע מאלונגען, זיין איידעלע שפראך און באנעמונג, זיינע קריסטאלענע אויגן, זיין פאר'חלומ'טע מהות, וכו'.
---------------
בנוגע גיטי און ליפא. כ'בין נאך מסופק אויב זי איז עמטליך אוועק פונעם מאן ליפא. מ'קען נאכנישט וויסן קלאר, ס'איז יתכן אז זי האט זיך געוואלט אביסל אויס'טשוכענען, אדער 'מסדר זיין' ליפא. מ'דארף ווארטן פארן נעקסטן עפיזאד.
---------------
ומכאן תודה מרובה צו הרב [tag]קרעקער[/tag], וואס האט ארויפגעשטעלט די צווייטע און דריטע פרק פון שטיסל. ובקשה על העתיד, אויב קרעקער, אדער סיי ווער, קען ארויפשטעלן די עפיזאדן וואס וועלן נאך ארויסקומען, וועל איך - און נאך אסאך אנדערע - יענעם גאר שטארק דאנקבאר זיין.