בלאט 11 פון 21

אינטערנעשינאל פאן קאלס עפפ?

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 11:25 pm
דורך נולד מאוחר
איז דא א עפפ צי קאלן אינטערנעשינאל בחנם?

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 11:36 pm
דורך איך אויך
יא איך נוטץ viber.

tango דארף אויך צו ארבעטן.

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 11:50 pm
דורך געוואלד געשריגן
נולד מאוחר האט געשריבן:איז דא א עפפ צי קאלן אינטערנעשינאל בחנם?


סקייפ

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 11:51 pm
דורך שמעקעדיג
TANGO דארפן ביידע פארטיס האבן דעם עפפ, נישט אזוי?

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 11:54 pm
דורך געוואלד געשריגן
שמעקעדיג האט געשריבן:TANGO דארפן ביידע פארטיס האבן דעם עפפ, נישט אזוי?


Viber also requires both

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 11:57 pm
דורך ניו יארק
ווי קען איך אנשטעלען אז אלע זאכן וואס קענען זיין אויפן SD זאלן אהינגיין, ווי למשל די פיקטשערס פון וואטס עפפ, און אזוי אויך אלע עפפס וואס עס קען זיין אויפן קארטעל.
ישר כח פון פראנויס

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 12:45 am
דורך נולד מאוחר
געוואלד געשריגן האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:TANGO דארפן ביידע פארטיס האבן דעם עפפ, נישט אזוי?


Viber also requires both

סקייפ דארף אויך ביידע האבן?

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 12:54 am
דורך געפילטע פיש
נוי יארק האט געשריבן:ווי קען איך אנשטעלען אז אלע זאכן וואס קענען זיין אויפן SD זאלן אהינגיין, ווי למשל די פיקטשערס פון וואטס עפפ, און אזוי אויך אלע עפפס וואס עס קען זיין אויפן קארטעל.
ישר כח פון פראנויס

App 2 SD

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 1:35 am
דורך נולד מאוחר
נוי יארק האט געשריבן:ווי קען איך אנשטעלען אז אלע זאכן וואס קענען זיין אויפן SD זאלן אהינגיין, ווי למשל די פיקטשערס פון וואטס עפפ, און אזוי אויך אלע עפפס וואס עס קען זיין אויפן קארטעל.
ישר כח פון פראנויס

וואס איז די אויפטו?

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 2:20 am
דורך געפילטע פיש
@נולד, די פאון מעמארי איז באגרעניצט אין פלאץ, ווידעראום א מיקרא SD קארטל קען מען אריינלייגן א גרעסערע.

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 6:16 am
דורך יואליש
געפילטע פיש האט געשריבן:
נוי יארק האט געשריבן:ווי קען איך אנשטעלען אז אלע זאכן וואס קענען זיין אויפן SD זאלן אהינגיין, ווי למשל די פיקטשערס פון וואטס עפפ, און אזוי אויך אלע עפפס וואס עס קען זיין אויפן קארטעל.
ישר כח פון פראנויס

App 2 SD


עס ארבייט נישט מיט גאלאקסי דריי סמך

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 4:18 pm
דורך געוואלד געשריגן
נולד מאוחר האט געשריבן:
געוואלד געשריגן האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:TANGO דארפן ביידע פארטיס האבן דעם עפפ, נישט אזוי?


Viber also requires both

סקייפ דארף אויך ביידע האבן?


איך בין נישט זיכער, אבער זעט אויס אז יא

with all of the free call apps

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 5:28 pm
דורך געפילטע פיש
נולד מאוחר האט געשריבן:
געוואלד געשריגן האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:TANGO דארפן ביידע פארטיס האבן דעם עפפ, נישט אזוי?


Viber also requires both

סקייפ דארף אויך ביידע האבן?

יא, כדי ס'זאל זיין פרי, פאר אפאר צענט קען מען אבער רופן לאנג דיסטענס, אזוי אויך מיט גוגל שטימע.

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 5:28 pm
דורך געפילטע פיש
יואליש האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
נוי יארק האט געשריבן:ווי קען איך אנשטעלען אז אלע זאכן וואס קענען זיין אויפן SD זאלן אהינגיין, ווי למשל די פיקטשערס פון וואטס עפפ, און אזוי אויך אלע עפפס וואס עס קען זיין אויפן קארטעל.
ישר כח פון פראנויס

App 2 SD


עס ארבייט נישט מיט גאלאקסי דריי סמך

גערעכט, איך בין זיכער ס'דא אן אלטערנאטיוו.

נשלח: פרייטאג פעברואר 15, 2013 9:27 am
דורך חשבון
עיטש טי סי איוואו פון באסט מאביל
ווייסט איינער א פרי פראגרעם עס צו קענען מאכן פאר א האט ספאט?

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:18 am
דורך נולד מאוחר
מיין ענדרויד איז לעצטכנס שטייט, וואס טוט מען?
נישט די אינטערנעט, סתם די עפפס. סדויערט ביז סעפמט זיך מיים קאנטעקטס און אנדרע עפפס.

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:46 am
דורך נייגעריגער
נולד מאוחר האט געשריבן:מיין ענדרויד איז לעצטכנס שטייט, וואס טוט מען?
נישט די אינטערנעט, סתם די עפפס. סדויערט ביז סעפמט זיך מיים קאנטעקטס און אנדרע עפפס.

האסט פראבירט אן קלינער עפפ, וואס ליידיגט אויס די קעטשעס היסטאריע און דעטא, מיר האט עס גאנץ גוט געהאלפן!

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:53 am
דורך נולד מאוחר
נייגעריגער האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:מיין ענדרויד איז לעצטכנס שטייט, וואס טוט מען?
נישט די אינטערנעט, סתם די עפפס. סדויערט ביז סעפמט זיך מיים קאנטעקטס און אנדרע עפפס.

האסט פראבירט אן קלינער עפפ, וואס ליידיגט אויס די קעטשעס היסטאריע און דעטא, מיר האט עס גאנץ גוט געהאלפן!

אן א נאמען איז עס א פאשקעוויל.

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 12:56 am
דורך שמעקעדיג
app cache cleaner

מיינס איז אויך געווען שטייט. איך האב אינסטולד עפפ הנ״ל, אויסגעקלינט אין אפאר סעקונדעס... יעצט פליעט עס א מחיה!

א דאנק הרב נייגעריגער!

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 1:12 am
דורך נולד מאוחר
שמעקעדיג האט געשריבן:app cache cleaner

מיינס איז אויך געווען שטייט. איך האב אינסטולד עפפ הנ״ל, אויסגעקלינט אין אפאר סעקונדעס... יעצט פליעט עס א מחיה!

א דאנק הרב נייגעריגער!

אקעי געגאנגען. מיין ווייב וועט זייער הנאה האבן. זי הערט נישט אויף אז איך דארף אנהייבן קלינען פאר פסח.

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 1:15 am
דורך נייגעריגער
שמעקעדיג האט געשריבן:app cache cleaner

מיינס איז אויך געווען שטייט. איך האב אינסטולד עפפ הנ״ל, אויסגעקלינט אין אפאר סעקונדעס... יעצט פליעט עס א מחיה!

א דאנק הרב נייגעריגער!

דעם app cache cleaner וואס דו רעקאמענדירסט האב'ך קיינמאל נישט פראבירט במילא קענעך נישט רעדן איבער דעם ספעציפישער אפליקאציע.

אבער איך האב גענוצט - און כ'נוץ נאכאלץ - אן עפפ מיטן נאמען clean master וואס איז נישט נאר א קעטש קלינער נאר א כרכא דכולה ביה וואס קלינט כמה ענינים!
און דא האט איר א לינק דערצו אינעם גוגל פלעי סטאר.

כ'האף אז איר וועט געהאלפן ווערן פון מיר אדער פון שמעקעדיג, אבי ס'זאל זיין גוט און נאך בעסער פאר אלע אידישע קינדער!

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 8:21 pm
דורך יואליש
וויאזוי עפען איך WPD פיילס אויף ענדרויד?

איז דא אן עפפ בחנם, אדער אן אנדערע מיטל?

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 9:22 pm
דורך נולד מאוחר
יואליש האט געשריבן:וויאזוי עפען איך WPD פיילס אויף ענדרויד?

איז דא אן עפפ בחנם, אדער אן אנדערע מיטל?

איך ווייס נישט וואס wpd is . אבער איך האב געדארפט עפענען געוויסע פיילס, וואס כהאב נישט געקענט עפענען מיט די דיפאלט עפפס אין דאס האט געמאכט די דזשאב. https://play.google.com/store/apps/details?id=com.tdfsoftware.fivfree