בלאט 11 פון 14

לך לך

נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 2:17 pm
דורך [NAMELESS]
עס שטייט אין סדרה אז אברהם האט אויס מורא פון די מצרישע גרעניץ וועכטער, באהאלטן שרה'נען אינעם רענצעל.

נו, זאל מיר איינער זאגן צו זיין ווייב איז גרייט אריין צו קורטשענען דאס גוף אירע צווישן דיינע גאטשעס און גענעכטיגטע זאקן?,

ויש להסביר: גלייך פאר דעם זעט מען אז אברהם האט איר קאמפלימענטירט מיט הארץ זאגענדיג: "אשת יפת מראה את"

אז מען געבט זיי א ריכטיגע קאמפלימענט, זענען זיי גרייט צו טון א געוואלד, אפי' אין רענצעל זיך אריין צו קוועטשן!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 2:37 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 4:11 pm
דורך וכדומה..
והנה איל אחר נאחז בסבך בקרניו

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=0kmWsd_wMeY[/youtube]

Re: טשיקאווע ענינים אויף די סדרה

נשלח: פרייטאג אקטאבער 30, 2015 2:04 am
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:עס שטייט אין סדרה אז אברהם האט אויס מורא פון די מצרישע גרעניץ וועכטער, באהאלטן שרה'נען אינעם רענצעל.

נו, זאל מיר איינער זאגן צו זיין ווייב איז גרייט אריין צו קורטשענען דאס גוף אירע צווישן דיינע גאטשעס און גענעכטיגטע זאקן?,

ויש להסביר: גלייך פאר דעם זעט מען אז אברהם האט איר קאמפלימענטירט מיט הארץ זאגענדיג: "אשת יפת מראה את"

אז מען געבט זיי א ריכטיגע קאמפלימענט, זענען זיי גרייט צו טון א געוואלד, אפי' אין רענצעל זיך אריין צו קוועטשן!



שטארק!!!!!
לאמותו של תורה... מקום היניחו לך...


Sent from my iPad using Tapatalk

חיי שרה

נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2015 2:04 pm
דורך [NAMELESS]
נאך די פארהאנדלונגען צווישן אליעזר און משפחת בתואל ווען זיי זענען שוין גרייט צום שידוך, רופט זיך אליעזר אן: "עבד אברהם אנכי". צו וואס האט ער געשפירט פאר וויכטיג צו באטאנען זיין דזשאב בבית אברהם?

ויש להסביר בצחות, אליעזר האט געזען אז לבן און בתואל קווענקלען זיך ארום, אמת, אברהם פארמאגט א ווירטשאפט ווי פון דער גרעסטער רבי'ס, געלט, רייכטום, ריזיגע עסקאורדס, קנעכט משרתים ואשר משרתיו וואס טאנצן קדוש נאך יעדער ווינק, פרענטשע שטיפערס, וכו וכו, א רעביש הויף בתפארתה. ווער פארזיכערט אונז אז אונזער חתן דנן יצחק וועט זיין יורש, אולי דער עלטערער ברודער ישמאל וועט זיך באזעצן אויפן פאטערס שטוהל?

זאגט זיי אליעזר: נישט געזארגט, "עבד אברהם אנכי" איך פיהר אן די ווירטשאפט, איך בין גבאי, משב"ק, פון די 'שטוב' איך וועל שוין פארזארגן יצחק אלטץ ממשיך המלוכה...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2015 4:06 pm
דורך שמעון וואלף
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=263649#p263649

די שרייבסט עס שוין צום דריטן מאל. זאג נאר, די קאלעכסט?

חיי שרה

נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2015 10:17 pm
דורך [NAMELESS]
מגמלי אדוניו, מפרש רש"י: שהיו יוצאין זממין.

ושמעתי פעם בצחות ע"ז, ווען עס קומט צו האנדלען איבער א שידוך דארפן זיך די בהמות פון די זייט, פארשליסן דאס פיסקעל שלאס און ריגעל.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 8:07 pm
דורך וואלווי
תולדות

אויפן ויתרוצצו הבנים האט פאר רבקה געבאדערט אז ווען זי גייט אריבער די בתי כנסיות וויל דאס קינד ארויס אין אזוי אויך ביי די בתי עבו"ז. אויב אזוי וואס איז זי ציפרידען געווען ווען מ'האט איר מגלה געווען אז שני גוים בבטנך אין איינער וועט סיי ווי זיין אן עובד עבו"ז?
מאנכע זאגן אז די עיקר שטער איז געווען אז עס זאל נישט זיין איין קינד א ליטוואק וועס טאנצט אויך צווי חתונות...

אזוי ווי מ'דערציילט אז אמאל האט מען געדרוקט אין א"י א קליינע פארמאט פין די קצות, האט די ישועות משה ז"ל, וואס האט געהאט גרויס אהבה צי די ליטוואקן... כידוע, זיך אנגערופן אז די תועלת וועט זיין אז דער ליטוואק אין טעאטער בין גברא לגברא זאל אויך האבן ווי אריינציקוקן

נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 3:20 am
דורך וואלווי
תולדות

די חת"ס שרייבט די ווואך אין די הפטורה אויף'ן פסוק והבאתם גזול ואת הפסח ואת החולה (מלאכי א') אז די בזיון איז אז אויב ממילא איז ער א נוטל שאינו שלו זאל ער שוין גזל'ן די בעסטע...

קען זיין ע"ד צחות וועגען דעם זאגט די גמ' אין סוכה ל' ע"א אויף דעם פסוק אז דאס הייסט א מצוה הבאה בעבירה, ווייל די גמ' זאגט אין סוטה ג' ע"א אין אדם עובר עבירה אא"כ נכנס בו רוח שטות, אויב אזוי דער שוטה אז ער איז שוין געגאנגען גנבענען פאר וואס האט ער געגנבעט א קראנקען קרבן.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 10:57 pm
דורך וואלווי
ויצא

יעקב אבינו ע"ה האט געבעטן ונתן לי לחם לאכול ובגד ללבוש. וצ"ב וואס דען זאל זיין די לחם אויב נישט צי עסן אין די בגד אויב נישט צי טראגן?

משמיה דהה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר ענפערט מען אז די גמ' זאגט אין ביצה ט"ז ע"א כל מזונותיו של אדם קצובין לו מר"ה וכו' אויב אזוי פין ווי האט אן אוכל נבילות וטרפות צי עסען מ'האט אודאי נישט מקצה געווען געלט אויף דעם פין הימל, נאר דער זעלבער גייען דאך נישט אנגעטון צניעות'דיג נאר מיט קארצע קלייגער אין וואס בלייבט מיט די ווערט פין די סחורה וואס איז נכלל אינ'ם קצוה , האט מען גענומען די קצבה פין דא אין גערוקט אהין אין אויף דעם האט יעקב אבינו מתפלל געווען לחם לאכול ובגד ללבוש אז עסן זאל בלייבן עסן אין בגדים זאל בלייבן בגדים

אין ספר טל חיים פין הגה"ק ר"ח מאנטניא ענפערט ער אז עס וועלן אודאי זיין דע וואס וועלן זאגן אז ס'דא העכערע כוונות לחם פאר די נשמה אין בגדים פאר די נשמה וכדו' האט ער געוואלט קלאר מאכן אז ער דארף לחם לאכול אין בגד ללבוש צי לעבן אין נישט על דרך פרד"ס

וישלח

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 4:46 pm
דורך געוואלדיג
דער ערבי נחל זאגט די וואך אז יעקב האט געשיקט צו זאגן פאר עשו די גאנצע עשירות וואס ער האט, ווייל עשו איז געווען א בא בטענה ווי מעג יעקב האבן געלט מען האט זיך דאך צוטיילט און יעקב האט גענומען בלויז עוה"ב, האט יעקב איהם געשיקט זאגן אז היות מרבה נכסים מרבה דאגה איז ווי מער ער האט, האט ער ווייניגער עוה"ז.

הלוואי אויף אונז געזאגט אזא עוה"ב

וישלח

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 28, 2015 10:44 pm
דורך ונבנתה העיר
א שטיקל וואס ר"ר יונתן שרייבט, מרפסין איגרא.

והנה בזמנ׳ היה מנקר אחד אפילו בעל תורה ומומחה למאוד ונשתבש בדעתו לומר על גיד אחר שהוא הגיד האמיתי, ועד היום הזה טעינו נחנו ואבותינו בגיד שאינו גיד שאסרה התורה. והי' הולך ושב בכל ארץ אשכנז ומרעיש הבריות עד שבא לפראג והציע דבריו לפני ולפני חכמי העיר הגאונים. ואני חקרתי ובדקתי את הדבר ומצאתי שזה הגיד אינו רק בבהמות זכרים ולא בבהמות נקבות ואז הראיתי לו סמ"ג שכתב דגיד הנשה נוהג בזכרים ונקבות, ועי"כ אשתקל מילולי'.

ראה שו"ת חת"ס יו"ד סי' ס"ט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 29, 2015 8:58 am
דורך שמעון וואלף
ונבנתה העיר האט געשריבן:א שטיקל וואס ר"ר יונתן שרייבט, מרפסין איגרא.

והנה בזמנ׳ היה מנקר אחד אפילו בעל תורה ומומחה למאוד ונשתבש בדעתו לומר על גיד אחר שהוא הגיד האמיתי, ועד היום הזה טעינו נחנו ואבותינו בגיד שאינו גיד שאסרה התורה. והי' הולך ושב בכל ארץ אשכנז ומרעיש הבריות עד שבא לפראג והציע דבריו לפני ולפני חכמי העיר הגאונים. ואני חקרתי ובדקתי את הדבר ומצאתי שזה הגיד אינו רק בבהמות זכרים ולא בבהמות נקבות ואז הראיתי לו סמ"ג שכתב דגיד הנשה נוהג בזכרים ונקבות, ועי"כ אשתקל מילולי'.

ראה שו"ת חת"ס יו"ד סי' ס"ט.


די פתחי תשובה אין הלכות גיד הנשה צייכענט עס צו. אויך צייכענט ער דארט אן צום ספר תולדות אדם פון ר' זלמן וואלאזינער (א ברודער פאר ר' חיים) וואס דארט ברענגט ער כמה וכמה גדולים וואס האבן געמאכט טעותים ווי די פני יהושע, מהרש"א וכו' און אויך דערמאנט ער דעם פלתי.

אגב, אין סמ"ג ווערט עס בכלל נישט געברענגט, ע"כ זענען דא וואס ווילן זאגן אז ער צייכענט גאר צו אן אנדער ספר און דארט רעדט ער יש פון מענטשן זכרים ונקבות (ראה ליקוטי הערות אויף תשובות ח"ס)

נשלח: זונטאג נאוועמבער 29, 2015 12:42 pm
דורך ונבנתה העיר
שמעון וואלף האט געשריבן:אגב, אין סמ"ג ווערט עס בכלל נישט געברענגט, ע"כ זענען דא וואס ווילן זאגן אז ער צייכענט גאר צו אן אנדער ספר און דארט רעדט ער יש פון מענטשן זכרים ונקבות (ראה ליקוטי הערות אויף תשובות ח"ס)

http://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... 59&hilite=

Re: טשיקאווע ענינים אויף די סדרה

נשלח: זונטאג נאוועמבער 29, 2015 9:14 pm
דורך גר ותושב
געהערט די וואך א ווארט איך געדעינק נישט פון וועים מען האט עס נאכגעזאגט אז אויב זענען די שבטים געוועין אזעלכע גיבורים ווי די פסוק זאגט ויהי חתת אלוקים פארוואס האט זיי אויסגעפעילט די ערמה זיי צו הייסן זיך מלה'ן פארוואס האבן זיי זיי סתם אזוי נישט אויסגעהארגעט נאר די תירוץ איז אז ווען א א יוד ווערט געהארגעט דורך א גוי פילט זיך דער עולם גולם אן די מויל מיט וואסער און מען הערט נישט קיין פארדאמען וכדומה מה שאין כן ווען א יוד הרגעט א גוי איז דאך דיי וויי געשריי גענוג הועך צו אויף וועקן די געהארגעטער און פון דעים האבן די שבטים חושש געוועין האבן זיי קודם געהייסן זיי זאלן זיך מלה'ן און נאכדעים האט מען זיי געהארגעט האט טאקע די וועלט געשוויגן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 07, 2015 12:19 pm
דורך וואלווי
וישב
בספ' טל חיים להגה"ק ר"ח מאנטניא ז"ל שהיום יומא דהילולא דיליה כותב ע"ד צחות מש"כ ולא זכר שר המשקים את יוסף וישכחהו שיוסף קאי על הצדיק ושר המשקים על התלמוד שהוא דולה ומשקה דהיינו דולה מתורת רבו ומשקה דהיינו תומך ברבו ואם התלמיד זוכר את רבו לקחת דברי מוסר וגם תומכו אז גם הרב זוכרו אבל אם שר המשקים לא זכר את רבו ואינו תומכו אז וישכחהו אז גם הצדיק שוכח את החסיד...
עוד כתב שמצינו בנח איש צדיק דורשים לשבח ולגנאי וכן ביוסף הצדיק שיש דורשים לשבח ולגנאי ח"א מלאכתו ממש וח"א לעשות צרכיו וכו' אבל בדהמע"ה אמרו כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה והיינו רק לשבח. ומת' ע"ד צחות שדוד מלך הי' ואסרו חז"ל לדוש בו כי מלכותא דארעא כעין מלכותא דרקיעא ואין לנו עסק בנסתרות משא"כ יוסף ונח צדיקים היו ועל צדיקים נוהגים לדבר...

שמות

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 11:17 pm
דורך ונבנתה העיר
איש מצרי הצילנו מיד הרועים, שטייט אין מדרש אז עס גייט אויפן מצרי וועמען משה האט גע'הרג'עט וואס דורך דעם האט ער געמוזט אנטלויפן קיין מדין.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 11:37 pm
דורך [NAMELESS]
ונבנתה העיר האט געשריבן:איש מצרי הצילנו מיד הרועים, שטייט אין מדרש אז עס גייט אויפן מצרי וועמען משה האט גע'הרג'עט וואס דורך דעם האט ער געמוזט אנטלויפן קיין מדין.

מ'קען אפשר זאגן ווייל מ'זעט דאך שפעטער האט יתרו געזאגט:
וְאַיּוֹ; לָמָּה זֶּה עֲזַבְתֶּן אֶת-הָאִישׁ, קִרְאֶן לוֹ וְיֹאכַל לָחֶם איז למעשה אביסל א וואונדער אויף די טעכטער. זיי האבן געזען די נס שעלו המים לקראתו, און ער האט זיי געראטעוועט, און ס'זיי נישט איינגעפאלען עם איינצוליידענען אהיים? נאר זיי זענען געווען באגלייבט און זייער טאטן'ס ע"ז, און ביי זיי איז משה געווען פסול נאו מעטער וואט. און ווען זיי האבן געזאגט איש מצרי וכו' האבן זיי טאקע פארציילט די מעשה, אבער זיי האבן בעיקר געמיינט ארויסצוברענגען אז משה איז אן איליגעל מענטש. ער איז אן אנטלאפענע פון מצרים און פונרט דורך דעם זענען אונז געראטעוועט געווארן. אבער יתרו האט זיי אויסגעמוסר'ט און געזאגט זיי זאלן דוקא עם יא צוריקריפן. והבן

נשלח: מיטוואך יאנואר 20, 2016 5:46 pm
דורך געוואלדיג
א אינטרעסאנטן חידוש פונעם ערבי נחל

לכן העולה בלבי דבר חדש, כי הוה קשיא לן מעיקרא למה לא הלכו המצריים מצד השני ויהיו לישראל פנים בפנים והוצרכנו לומר דזה מכלל הנסים שסכל ה' עצתם. ויש בזה דוחק, כי מה שהוא נס היה מהראוי שיבואר בפסוק לכל הפחות ברמז. לכן יש לומר כי באמת כך עשו המצריים ורדפו לתוך הים אחרי ישראל להלחם בם באמצע המים, והלכו מצד האחר והלכו פניהם נגד פנים של ישראל, ולכן כדי שלא ילחמו באמת באמצע הים הוצרך ה' לעשות נסים חדשים כי מיד בקרבם סמוך לישראל שלח ה' מורך בלבבם ויאמרו אנוסה וקיימו דבריהם וינוסו, ואין הניסה כשאר הנסים שהופכים פניהם ונסים כי היו יראים לנוס בדרך שבאו בו דאם כן הרי ישראל בהליכתם רודפים אחריהם אלא נסו כדרך הליכתן. ור"ל כי בפגעם בישראל באמצע הים בא להם מורך ולא נלחמו, אלא אדרבה רצו ויעבורו את ישראל שהלכו ישראל למזרח והם לדרכם למערב נמצא נסו מפניהם. ומאחר שכן יש חשש שינצלו המצריים מן מי הים, כי כשם שישראל יצאו מן הים בקצה המזרחי של הדרך אשר בים כך יצאו הם בקצה המערבי, כי בעוד שיצאו ישראל יוכלו הם לצאת ולהנצל דכך היה שיעור מהלכם שוה אלה מזה ואלה מזה, לכן הוצרך ג"כ נס דהסרת האופנים והליכתם בכבדות אשר במשך זמן שהלכו ישראל מן אמצע הים מקום פגיעתם עד שבאו כולם ליבשה לא הלכו המצריים באותו המשך רק דבר מועט והיו עדיין כולם בים וחזר הים עליהם ונטבעו, וממילא מיושב הכל שהוצרכו כל הנסים מאחר שהלכו המצריים לתוך הים מקצה השני והיו רוצים להלחם באמצע הים לכן הוצרך לשלוח מורך בלבבם וינוסו וגם להסרת האופנים וכאמור:

במדבר

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 3:07 pm
דורך ונבנתה העיר
ס'זענען געווען 22,000 לויים, נאך 300 זענען אויך געווען בכורים.

22,000 צוטיילט אין 300 קומט אויס 73 קינדער פאר יעדע משפחה - צוטיילט אין 2 פאר די וועלכע האבן קודם געהאט א מיידל - קומט אויס 36 קינדער פאר א משפחה.

ששה בכרס אינדיעד.

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 6:30 pm
דורך וואלווי
א מאן האט געקענט האבען מער ווי איין פרוי און קען זיין ס'זענען געווען מערערע פרויען פון אנדערע שבטים וואס האבן חתונה געהאט צי לווים. נאך אלס שישה אבער נישט בכרס אחד...

עכ"פ נישט די זעלבע מאמע האט געדארפט פעמפערען אויף איינמאל

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 5:32 pm
דורך ונבנתה העיר
ונבנתה העיר האט געשריבן:ס'זענען געווען 22,000 לויים, נאך 300 זענען אויך געווען בכורים.

22,000 צוטיילט אין 300 קומט אויס 73 קינדער פאר יעדע משפחה - צוטיילט אין 2 פאר די וועלכע האבן קודם געהאט א מיידל - קומט אויס 36 קינדער פאר א משפחה.

ששה בכרס אינדיעד.

די גאנצע מעשה שטימט מיר נישט.

ביי די אידן זענען געווען 603,550 מענטשן און 22,273 בכורים, לפי החשבון הנ"ל האבן סתם אידן געהאט נאר 13 קינדער א משפחה?

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 5:37 pm
דורך ונבנתה העיר
למעשה האט מען ביי די לויים גערעכנט פון א חודש, משא"כ די אידן פון צוואנציג יאהר, וועט מען זאגן אז צוויי דריטל זענען געווען אונטער צוואנציג?