בלאט 11 פון 13
נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 2:44 pm
דורך פלעין יודיש
איך פארשטיי נישט?
ווען ער קימט יא שרייט עטס אז ער ציברעכט די עדה
ווען ער קימט נישט, פשט אז ער האלט אז באמת איז עס מותר
וואס ווילט עטס פון זיין לעבן האבן
נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 3:52 pm
דורך גאנצל
פלעין יודיש האט געשריבן:איך פארשטיי נישט?
ווען ער קימט יא שרייט עטס אז ער ציברעכט די עדה
ווען ער קימט נישט, פשט אז ער האלט אז באמת איז עס מותר
וואס ווילט עטס פון זיין לעבן האבן
ושאינו יודע לשאול את פתח לו לשיטתו וואס ער האלט אז דא ווערט אפגעטון לעיני השמש א געפערליכע הריסות בית עולם פארוואס איז ער נישט מוחה אלא מאי פיר אליין אויס
נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 4:03 pm
דורך שעפטל
נאך א בערך פופצן מינוטיגער פריוואטע שמועס פון כ"ק האדמו"ר מרן מהר"א מ'סאטמאר שליט"א און הגאון הראב"ד שליט"א האט דער ראב"ד באשלאסן נעתר צו זיין צום מכתב פון די גאב"ד און די חברי הבד"ץ הגאוה"צ שליט"א, צו פארבלייבן אלס ראב"ד ירושלים עיה"ק.
נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 5:37 pm
דורך פלעין יודיש
רבותי!!!!!!!
אצינד האבן שוין די אהרונים קאנטראל אויפן עדה.....
מ'קען עס שוין צילייגן צו די געווינסען פון היי יאר, ארמארי,קעמפס,וכו' וכו'
נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 5:40 pm
דורך נאטרוליסט
פלעין יודיש האט געשריבן:רבותי!!!!!!!
אצינד האבן שוין די אהרונים קאנטראל אויפן עדה.....
מ'קען עס שוין צילייגן צו די געווינסען פון היי יאר, ארמארי,קעמפס,וכו' וכו'
ער האט זיך אוודאי פארגעשטעלט אז די זאליס ווילן דייקא אז שטערנבוך זאל גיין, האט ער באשלאסן אז וואס זיי ווילן, וועט ער ארבעטן פארקערט.
דערווייל האט ער אויסגעפירט.
מארגן קעגן הגרז"ל פארן קיין ארץ ישראל, און זיך איינשפארן מיט'ן גאב"ד און לאמיר זעהן וואס וועט ארויסקומען...
נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 6:06 pm
דורך signout
ער האט שוין געוויזן מיט זיינע שלום פלענער ביי די מסע המלכות האט ער געברענגט דאס פארקערטע כידוע
נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 6:14 pm
דורך מ גפני
signout האט געשריבן:ער האט שוין געוויזן מיט זיינע שלום פלענער ביי די מסע המלכות האט ער געברענגט דאס פארקערטע כידוע
כידוע?
נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 6:20 pm
דורך signout
מ גפני האט געשריבן:signout האט געשריבן:ער האט שוין געוויזן מיט זיינע שלום פלענער ביי די מסע המלכות האט ער געברענגט דאס פארקערטע כידוע
כידוע?
ער איז דעמאלטס געקומען מיט א גרויסע שלום פלאן דורך אליעזר קעסטנבוים, וואס האט אנגעהאלטן ביז ער איז אהיימעגפארען, אין למעשה היינט צו טאגס איז ער געווען פין די אנדרייער אויף די עצרת וואס האט צובראכען די עדה, געשיקט א בריוו אין א שליח טראץ וואס כמעט קיינער פין בי''ד איז נישט דארט געגאנגען
נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 7:25 pm
דורך שעפטל
הראב"ד התקשר לאדמו"ר והודיע: "אני חוזר"ראב"ד 'העדה החרדית' הגר"מ שטרנבוך, נענה לבקשת האדמו"ר מסאטמר ושב לבד"צ • הערב התקיימה ישיבת הנהלה בביתו
ראב"ד העדה החרדית, הגר"מ שטרנבוך, הודיע הערב (רביעי) לאדמו"ר מסאטמר כי הינו חוזר בו מהתפטרותו והוא שב לשורות בד"צ 'העדה החרדית'.
הגר"מ שטרנבוך אשר נועד היום עם האדמו"ר מסאטמר בביתו, התקשר לאדמו"ר מסאטמר בעת ששהה במעמד חנוכת הבית למקווה שומרי החומות בתלפיות, ועדכן אותו כי נענה לבקשתו ויחזור לשורות הבד"ץ.
כבר הערב התקיימה אצל הראב"ד אסיפה של ראשי הנהלת העדה בעניין המאבק בחוק הגיוס כשהראב"ד שיתף פעולה באופן מלא.
אחד מבכירי 'העדה' אמר בהתייחסו לשני האדמו"רים האחים: "אח אחד היה שותף בגרימת הקרע - עם תמיכתו בסיקריקים, עד שהגיע האח הגדול, והשכין שלום".
נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 7:31 pm
דורך יעקעלע חכם
יא יא דער צינדער האט פארלאשען! (פארלאשן??? איך ווייס נאך נישט...)
נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 7:36 pm
דורך שעפטל
(געצינדן??? איך ווייס נאך נישט ווען און ווי אזוי...)
נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 7:38 pm
דורך איש עברי
הערטס אויף גלייזן מיט די אויגן שטערנבוף האט קיין איין מינוט נישט געוואלט פארלאזן די עדה ער האט געוואלט מען זאל זיך בעטן און וויינען צו אים, זיין אויפפירונג איז אונטער אלע קריטיק, מען מעג נישט מוחה זיין ווייל ער האלט אנדערש? ער האט א דעת יחיד און וויל עס ארויפצווינגען און טאמער מ'פאלגט נישט בלאזט ער ווי א בעיבי!
ער האט געוואלט מזאל זיך בעטן ביי אים און ער האט שוין געקענט באשטיין אינאיינוועגס צו געבן די קרעדיט פאר רעבארענען וואס איז זיין רוקנביין וואס שטייט אונטער אים און שטיצט די רדיפות אויף רבי טוביה.
נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 7:45 pm
דורך נאטרוליסט
איש עברי האט געשריבן:הערטס אויף גלייזן מיט די אויגן שטערנבוף האט קיין איין מינוט נישט געוואלט פארלאזן די עדה ער האט געוואלט מען זאל זיך בעטן און וויינען צו אים, זיין אויפפירונג איז אונטער אלע קריטיק, מען מעג נישט מוחה זיין ווייל ער האלט אנדערש? ער האט א דעת יחיד און וויל עס ארויפצווינגען און טאמער מ'פאלגט נישט בלאזט ער ווי א בעיבי!
ער האט געוואלט מזאל זיך בעטן ביי אים און ער האט שוין געקענט באשטיין אינאיינוועגס צו געבן די קרעדיט פאר רעבארענען וואס איז זיין רוקנביין וואס שטייט אונטער אים און שטיצט די רדיפות אויף רבי טוביה.
עס איז גוט געלונגען. א בריוו אונטערגעשריבן פון גאנץ בי"ד בעטן ער זאל זיי נישט פארלאזן.
כאטש אויפן בריוו זעט מען ווי איינער פלאצט ספעציעל.... וד"ל
מ'דארף נישט ספעציעל קענען ליינען צווישן די טורים. עס איז גאנץ בנגלה.
נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 7:52 pm
דורך איש עברי
שוין איימאהל געלונגען אבער א בושה און א חרפה אז אזוי קוקן אויס אונזערע גדולי ישראל, שטויסן און בריקן ווי אקסן ווען סגייט נישט ווי אים שמעקט
נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 8:19 pm
דורך אלס ווייסער
איש עברי האט געשריבן:שוין איימאהל געלונגען אבער א בושה און א חרפה אז אזוי קוקן אויס אונזערע גדולי ישראל, שטויסן און בריקן ווי אקסן ווען סגייט נישט ווי אים שמעקט
רעדסט אודאי פונעם גאב״ד, רייט?
דא איז דא א מחלוקה צווישן 2 צדדים, איינער שרייט מותר און איינער אסור,
דער צד המתיר שרייבט גאנצעטע תשובות (נישט רעבעזעכרוינע בראכע) און פארלאנגט אז ביים ישיבת בי״ד וואו מען איז דן אויף דעם נושא זאל מען לאזן דעם עקטשואל בע״ד און משגיחים אראפ קומען, אבער ניין! בשום אין אופן! שרייט דער צד האיסור און דאס איז נארמאל ביי דיר!
דער צד האיסור האט נאך קיין איין נארמאלע תשובה לאיסור נישט ארויסגעגעבן, די שטערקסטע וואס זיי האבן איז א ״גביית עדות״ פון ״עדים נאמנים״, זאגט נאר, זענט איר אליין ארפגעגאנגען קוקן אויב עס איז טאקע ווי די עדים זאגן? איי מיען דא רעדט מען פון שאדן מאכן פאר יודן מיליאנען דאלער און דו נעמסט זיך ניטאמאל די מיה צו גיין מברר סיין אפילו אויף 50 פראצענט? איז דאס די עדה מיט וואס מיר זענען אלע אויפגעוואקסן??
און דרך אגב פאר די וואס טענהן אז דער גאב״ד האט זיך קיינמאל נישט אריינגעמישט אין די סאטמארע פאליטיק וויל איך אייך דערמאנען אז ווען ער איז דאס ערשטע מאל געקומען קיין אמעריקע איז ער געגאנגען צו די זאליס אין מאנרא (מפני דרכי שלום אודאי) אבער צו די ארונים אין וומ״ס האט ער בשום אופן נישט געוואלט גיין ווייל ״ער וויל זיך נישט מישן אין פאליטיק״ הגם די זאליס זענען בשעתם געווען סאך א קלענערע שפלינטער קהילה אין ק״י ווי די ארונים אין וומ״ס.
און דאס איז אלעס ווען עס איז א פשוטע מחלוקה אן קיין חירופים וגידופים, למעשה לאמיר אראפלייגן ביידע זייטן:
די זאליס האבן אין זייער בביהמ״ד הגדול פארנט פון ארון הקודש צאמגערעדט כל מיני קללות, לשון הרע און שקרים אויפן ראב״ד, דער יוד איז געווען פול מיט מחאות און קללות אבער מען הערט נישט קיין פיפס,
דער בלאט שרייבט הגה״צ אנשטאט כ״ק ווערט א גאנצע מהפיכה היתכן מען מאכט חוזק פונעם גאב״ד, גראו אפ פיפעל!! מיינט עטס טאקע אז די וועלט איז אזוי משוגע??
נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 8:26 pm
דורך שעפטל
אלס ווייסער האט געשריבן:און דרך אגב פאר די וואס טענהן אז דער גאב״ד האט זיך קיינמאל נישט אריינגעמישט אין די סאטמארע פאליטיק וויל איך אייך דערמאנען אז ווען ער איז דאס ערשטע מאל געקומען קיין אמעריקע איז ער געגאנגען צו די זאליס אין מאנרא (מפני דרכי שלום אודאי) אבער צו די ארונים אין וומ״ס האט ער בשום אופן נישט געוואלט גיין ווייל ״ער וויל זיך נישט מישן אין פאליטיק״ הגם די זאליס זענען בשעתם געווען סאך א קלענערע שפלינטער קהילה אין ק״י ווי די ארונים אין וומ״ס.
גראדע יא געקומען, ביים חנוכת הבית פונעם בנין התלמוד תורה בנין ישעי' וואלף לעוו אויף ווייט עוו.
און גייט יעדעס מאל באזיכן הגה"צ מהרמ"מ ט"ב שליט"א, אב"ד ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג (מהר"א)
נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 8:35 pm
דורך אלס ווייסער
שעפטל האט געשריבן:אלס ווייסער האט געשריבן:און דרך אגב פאר די וואס טענהן אז דער גאב״ד האט זיך קיינמאל נישט אריינגעמישט אין די סאטמארע פאליטיק וויל איך אייך דערמאנען אז ווען ער איז דאס ערשטע מאל געקומען קיין אמעריקע איז ער געגאנגען צו די זאליס אין מאנרא (מפני דרכי שלום אודאי) אבער צו די ארונים אין וומ״ס האט ער בשום אופן נישט געוואלט גיין ווייל ״ער וויל זיך נישט מישן אין פאליטיק״ הגם די זאליס זענען בשעתם געווען סאך א קלענערע שפלינטער קהילה אין ק״י ווי די ארונים אין וומ״ס.
גראדע יא געקומען, ביים חנוכת הבית פונעם בנין התלמוד תורה בנין ישעי' וואלף לעוו אויף ווייט עוו.
און גייט יעדעס מאל באזיכן הגה"צ מהרמ"מ ט"ב שליט"א, אב"ד ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג (מהר"א)
דאכט זיך אז דאס איז נישט געווען ביים ערשטן באזוך, שפעטער האט שוין נישט געפאסט צו זיין אזוי אפן פארטייאיש
נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 8:52 pm
דורך דריידל
ביים ערשטן באזיך האט נאך די ברך געלעבט און די ארונים האבן נאכנישט געהאט א ריכטיגע באזע אין וויליאמסבורג
נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 9:56 pm
דורך יאיר
אלס ווייסער האט געשריבן:איש עברי האט געשריבן:שוין איימאהל געלונגען אבער א בושה און א חרפה אז אזוי קוקן אויס אונזערע גדולי ישראל, שטויסן און בריקן ווי אקסן ווען סגייט נישט ווי אים שמעקט
רעדסט אודאי פונעם גאב״ד, רייט?
דא איז דא א מחלוקה צווישן 2 צדדים, איינער שרייט מותר און איינער אסור,
דער צד המתיר שרייבט גאנצעטע תשובות (נישט רעבעזעכרוינע בראכע) און פארלאנגט אז ביים ישיבת בי״ד וואו מען איז דן אויף דעם נושא זאל מען לאזן דעם עקטשואל בע״ד און משגיחים אראפ קומען, אבער ניין! בשום אין אופן! שרייט דער צד האיסור און דאס איז נארמאל ביי דיר!
דער צד האיסור האט נאך קיין איין נארמאלע תשובה לאיסור נישט ארויסגעגעבן, די שטערקסטע וואס זיי האבן איז א ״גביית עדות״ פון ״עדים נאמנים״, זאגט נאר, זענט איר אליין ארפגעגאנגען קוקן אויב עס איז טאקע ווי די עדים זאגן? איי מיען דא רעדט מען פון שאדן מאכן פאר יודן מיליאנען דאלער און דו נעמסט זיך ניטאמאל די מיה צו גיין מברר סיין אפילו אויף 50 פראצענט? איז דאס די עדה מיט וואס מיר זענען אלע אויפגעוואקסן??
און דרך אגב פאר די וואס טענהן אז דער גאב״ד האט זיך קיינמאל נישט אריינגעמישט אין די סאטמארע פאליטיק וויל איך אייך דערמאנען אז ווען ער איז דאס ערשטע מאל געקומען קיין אמעריקע איז ער געגאנגען צו די זאליס אין מאנרא (מפני דרכי שלום אודאי) אבער צו די ארונים אין וומ״ס האט ער בשום אופן נישט געוואלט גיין ווייל ״ער וויל זיך נישט מישן אין פאליטיק״ הגם די זאליס זענען בשעתם געווען סאך א קלענערע שפלינטער קהילה אין ק״י ווי די ארונים אין וומ״ס.
און דאס איז אלעס ווען עס איז א פשוטע מחלוקה אן קיין חירופים וגידופים, למעשה לאמיר אראפלייגן ביידע זייטן:
די זאליס האבן אין זייער בביהמ״ד הגדול פארנט פון ארון הקודש צאמגערעדט כל מיני קללות, לשון הרע און שקרים אויפן ראב״ד, דער יוד איז געווען פול מיט מחאות און קללות אבער מען הערט נישט קיין פיפס,
דער בלאט שרייבט הגה״צ אנשטאט כ״ק ווערט א גאנצע מהפיכה היתכן מען מאכט חוזק פונעם גאב״ד, גראו אפ פיפעל!! מיינט עטס טאקע אז די וועלט איז אזוי משוגע??
נו, וואס איז טאקע פשט אז דער ראב"ד גייט צוריק זיצן מיט אזעלכע נידריגע מענטשן אין איין בית דין? אזוי טוט אן ערליכער איד?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 12:32 am
דורך נאטרוליסט
איש עברי האט געשריבן:שוין איימאהל געלונגען אבער א בושה און א חרפה אז אזוי קוקן אויס אונזערע גדולי ישראל, שטויסן און בריקן ווי אקסן ווען סגייט נישט ווי אים שמעקט
קומסט מיר פאר אוואו די סיקריקים איו ווילי וואס שרייען שבת אויף די וואס טראגן מיט'ן עירוב אויפן סמך פון די רבנים המתירים - זאגנדיג, אז דער עירוב איז נאר געמאכט אויסצורייסן דעם רבי'נס שיטה אין וויליאמסורג.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 5:07 am
דורך טעפל
בקיצור המעשה,וואו האלט מען יעצט, די ראב"ד קומט צום בי"ד? גייט אריין? גייט זיצען אין קאר?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 5:50 am
דורך איש עברי
נאטרוליסט האט געשריבן:איש עברי האט געשריבן:שוין איימאהל געלונגען אבער א בושה און א חרפה אז אזוי קוקן אויס אונזערע גדולי ישראל, שטויסן און בריקן ווי אקסן ווען סגייט נישט ווי אים שמעקט
קומסט מיר פאר אוואו די סיקריקים איו ווילי וואס שרייען שבת אויף די וואס טראגן מיט'ן עירוב אויפן סמך פון די רבנים המתירים - זאגנדיג, אז דער עירוב איז נאר געמאכט אויסצורייסן דעם רבי'נס שיטה אין וויליאמסורג.
איך בין שוין הייזעריג פון שרייען אזוי פיל מאהל אז דאס אז די צד שכנגד זענען סיקריקים מאכט נאך נישט רבי משה שטרנבוך פאר קיין נארמאלע מענטש, ער האט געשפילט דא א שמוציגע שפיל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:20 am
דורך שרייבער
יעקעלע חכם האט געשריבן:יא יא דער צינדער האט פארלאשען! (פארלאשן??? איך ווייס נאך נישט...)
יא, דער ר' אהרן איז שולדיג אויף אלעם, פון די מחלוקה אין קראלי ביז די דורכפאל אין בלומענבערג, אויף אלעם איז ער שולדיג
די טיפישער זאלי וואס זעט אלעמאל דעם אמת