בלאט 11 פון 21

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 8:26 pm
דורך ידען
יידל האט געשריבן:ס'זעט אויס ווי מ'גרייט זיך העפטיג צום נייעם פארום... די "קאווע שטיבל בעט הילף" אשכול איז פארשוואונדען געווארן...

Can't wait.......

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 12:22 pm
דורך Java
מיר האבן צוגעלייגט צוויי נייע פיטשורס. ווען איר עפנט אויף א נייע אשכול וועט די סיסטעם זוכן צו עס איז נישטא אשכולות מיט ענליכע קעפלעך און אויב עס טרעפט אן אשכול מיט אן ענליכע קעפל וועט עס אייך ווייזן די אשכולות פאר איר שיקט אייער תגובה.
topic search.png
topic search.png (25.5 KiB) געזען געווארן 2567 מאל


די צווייטע פיטשור איז אז לינקס צו דרויסענדע סייטס וועלן זיך אויטאמאטיש עפענען און א צווייטע טעב. לינקס צו קאווע שטיבל וועלן זיך עפענען אינעם זעלבן בלאט.

שמואל הלוי האט געשריבן:איז אפשר דא א מעגליכקייט צו מאכן א אפציע צו קענען אויסמעקן אלע פרייוואטע הודעות אויפאיינמאל אן מאכן א טשעק אויף יעדע באזונדער? (כדרך וואס דזשי מעיל האט)

אודאי. ווען איר זענט אין אייער פריוואטע הודעות פאלדער, וועט איר זען אונטען די אויסוואל "צייכן אלעס". קליקט דערויף. דאן וועלט אויס "מחק מסמונים" און דרוק "גיי".
select all.png
select all.png (8.84 KiB) געזען געווארן 2567 מאל


פראפעסאר שפירא האט געשריבן:איז שייך צי מאכען די יו-טוב פענסטער אז ס'זאל זיין גרעסער, ס'איז צי קליין צי קענען געהעריג וואטשען, אויך די קנעפעל עס צי מאכען פאר פולע סקרין ארבעט נישט,

די קנעפל פאר פולע סקרין ארבעט נישט ווייל דאס איז אן עמבעדעד ווידעא. די סייז פונעם יו-טוב פענסטערל איז יעצט אנגעשטעלט אויף 425 ברייט ביי 350 הויך. ווי סאך גרעסער ווילט איר עס מאכן?

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 12:43 pm
דורך זר זהב
די ערשטע פיטשור וואס דו רעכנסט אויס האב איך טאקע באמערקט נאך פארגאנגענעם וואך. איך האב לכתחילה אנגעהויבן א נייעם אשכול אין די מידיע פארום וועגן די יתד נאמן פון אר"י ווען פלוצלינג זעה איך אינטען אין רויטע קאליר בעט זיך ביי מיר איך זאל זיכער מאכן מ'רעדט נאך נישט פון דעי נושא, און איך זעה טאקע אז יא איינער רעדט פונעם יתד נאמן אין אן אנדערען פארום... האב איך Discarded די נייע אשכול און עס אריינגעלייגט אין די שוין עקזיסטירענדן אשכול נאר כדי צוריקצוקומען 5 מינוט שפעטער צו זעהן אז איינע פון די מנהלים האבן ארויסגענומען מיין תגובה און עס געמאכט פאר א באזונדערן אשכול און טאקע אינעם מידיע פארום....

פארשטייסטע מיר .... :roll:

דאס טוט מען ווען מ'וויל זיין גוט ? זו תורה וזו שכרה ? :)

און אפשר איז דאס א באווייז אז איך בין ראוי צו זיין א מנהל....

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 12:50 pm
דורך Java
די ערשטע פיטשור איז נישט קיין באפעל וועלכע מ'מוז אויספאלגן, איר קענט דאס איגנארירן. נאר צומאל ווייסט איינער פשוט נישט אז עס איז שוין דא אן אשכול אויף דעם נושא (צו ווייל דער אשכול ליגט שוין אין די קעלערן, אדער ווייל דער פותח האשכול איז א נייער באניצער), און דערפאר קומט די פיטשור אים ארויסהעלפן.

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 1:25 pm
דורך משולם שטיינפעלד
זר זהב האט געשריבן:און אפשר איז דאס א באווייז אז איך בין ראוי צו זיין א מנהל....


נאו אפענס, אבער אויב ווערסטו מנהל, מיין איך אז איך גיי צוריק ליינען אין ה"פ

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 1:39 pm
דורך זר זהב
DUH !!!! מיט'ן ווערן מנהל באקומט מען ניי רעספאנסעביליטיס!! טראכט אביסעל.

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 11:22 am
דורך שמואל הלוי
שמואל הלוי האט געשריבן:זייער אינטערסאנט...
כרגע שטייט ביי מיין נאמען אז איך פארמאג 1941 תגובות, אבער ווען מ'זוכט ביי די הודעות פונעם באניצער search.php?author_id=141&sr=posts וועט מען געפינען מיט 9 מער, דאס הייסט 1950.

האב איך געקלערט אז מן הסתם ווייל תגובות וואס ווערט אריינגעלייגט אין מיסט קאסטן רעכנט זיך נישט, אבער מאכענדיג א זוכעניש search.php?author_id=141&sr=posts&f=12&t=41 געפינט מען בלויז 8 תגובות וואס האבן געפינען זייער ארט אין מיסט קאסטן, אלזא ווי איז איין תגובה נעלם געווארן?

ס'פעלט שוין צען... איך קען נישט פארשטיין פארוואס ביים זוכן טרעפט ער צען מער ווי וואס ס'שטייט ביי מיין נאמען.

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 2:34 pm
דורך יידל
שמואל הלוי האט געשריבן:איך זעה אז אין 'לדעת' איז דא א אפציע אז למשל מ'לייגט ארויף תהלים צו זאגן פאר א חולה זעהט יעדער זיין ניק נאמען אז ער ווערט געבעטן צו זאגן תהלים, אזוי ווי דא, קען מען דא אין קאווע שטיבל אויך מאכן אזוינס?

לכאורה דארף די הנהלה מאכן א באזונדערע BBcode דערפאר (אזויווי זיי האבן געמאכט פאר יו טוב).

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 6:05 pm
דורך א איד
שמואל הלוי האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:זייער אינטערסאנט...
כרגע שטייט ביי מיין נאמען אז איך פארמאג 1941 תגובות, אבער ווען מ'זוכט ביי די הודעות פונעם באניצער http://kaveshtiebel.com/search.php?auth ... 1&sr=posts וועט מען געפינען מיט 9 מער, דאס הייסט 1950.

האב איך געקלערט אז מן הסתם ווייל תגובות וואס ווערט אריינגעלייגט אין מיסט קאסטן רעכנט זיך נישט, אבער מאכענדיג א זוכעניש http://kaveshtiebel.com/search.php?auth ... &f=12&t=41 געפינט מען בלויז 8 תגובות וואס האבן געפינען זייער ארט אין מיסט קאסטן, אלזא ווי איז איין תגובה נעלם געווארן?

ס'פעלט שוין צען... איך קען נישט פארשטיין פארוואס ביים זוכן טרעפט ער צען מער ווי וואס ס'שטייט ביי מיין נאמען.


מצטרף לבקשת חברינו הותיק ר' שמואל הלוי

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 8:47 pm
דורך יאנקל
היינט זענען די אימעילס וועלכע מעלדן מיר איבער פרישע הודעות אישית נשתנה צורה געווארן, און זיי קוקן ביי מיר אויס אזוי:
Email.jpg
Email.jpg (6.07 KiB) געזען געווארן 2738 מאל

האט נאך איינער דעם פראבלעם?

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 8:59 pm
דורך יידל
יאנקל האט געשריבן:היינט זענען די אימעילס וועלכע מעלדן מיר איבער פרישע הודעות אישית נשתנה צורה געווארן, און זיי קוקן ביי מיר אויס אזוי:

האט נאך איינער דעם פראבלעם?

אויך באמערקט אז מ'האט געטוישט, אבער ביי מיר איז עס געהעריג אין אידיש.
Capture.jpg
Capture.jpg (7.7 KiB) געזען געווארן 2734 מאל

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 11:19 pm
דורך אברעמעל
האט עס נישט מיט די סיסטעם לאקעל?

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 11:31 pm
דורך יידל
אברעמעל האט געשריבן:האט עס נישט מיט די סיסטעם לאקעל?

דהיינו?

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 9:21 am
דורך אברעמעל
ס'דארף זיין אנגעשטעלט אויף היברו איזראעל.

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 9:49 am
דורך יידל
דו רעדסט פון די קאמפיוטער? מיין קאמפיוטער איז אנגעשטעלט דיפאלט אויף ענגליש, און צווייטע שפראך איז טאקע היברו, איזראעל.

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 9:50 am
דורך אברעמעל

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 10:02 am
דורך לעמיל
Java האט געשריבן:די ערשטע פיטשור איז נישט קיין באפעל וועלכע מ'מוז אויספאלגן, איר קענט דאס איגנארירן. נאר צומאל ווייסט איינער פשוט נישט אז עס איז שוין דא אן אשכול אויף דעם נושא (צו ווייל דער אשכול ליגט שוין אין די קעלערן, אדער ווייל דער פותח האשכול איז א נייער באניצער), און דערפאר קומט די פיטשור אים ארויסהעלפן.

עס איז זייער זייער א גיטע זאך א גרויסען יישר כח עס קימט זייער צוניץ :like :like :like

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 10:11 am
דורך יידל
אברעמעל האט געשריבן:איך רעד פון דעם
http://windows.microsoft.com/en-us/wind ... tem-locale

אינטערעסאנט , ביי מיר איז עס אנגעשטעלט אויף ענגליש יו עס עי, און דאך ווייזט עס די גוטע קערעקטערס. איך מיין אז עס די ווערטער "קאווע שטיבל" איז יא אין UTF ענקאדינג.

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 5:55 pm
דורך א איד
יאנקל האט געשריבן:היינט זענען די אימעילס וועלכע מעלדן מיר איבער פרישע הודעות אישית נשתנה צורה געווארן, און זיי קוקן ביי מיר אויס אזוי:
Email.jpg

האט נאך איינער דעם פראבלעם?


מן הסתם דארפסטו אינסטאלן היברו אויף דיין קאמפיוטער אדער טעלעפאן

איך האב עס אויסגעפיגערט!

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 8:02 pm
דורך יידל
שמואל הלוי האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:זייער אינטערסאנט...
כרגע שטייט ביי מיין נאמען אז איך פארמאג 1941 תגובות, אבער ווען מ'זוכט ביי די הודעות פונעם באניצער search.php?author_id=141&sr=posts וועט מען געפינען מיט 9 מער, דאס הייסט 1950.

האב איך געקלערט אז מן הסתם ווייל תגובות וואס ווערט אריינגעלייגט אין מיסט קאסטן רעכנט זיך נישט, אבער מאכענדיג א זוכעניש search.php?author_id=141&sr=posts&f=12&t=41 געפינט מען בלויז 8 תגובות וואס האבן געפינען זייער ארט אין מיסט קאסטן, אלזא ווי איז איין תגובה נעלם געווארן?

ס'פעלט שוין צען... איך קען נישט פארשטיין פארוואס ביים זוכן טרעפט ער צען מער ווי וואס ס'שטייט ביי מיין נאמען.

איך קלער אז די ערשטע הודעה אין א אשכול ווערט נישט גערעכנט, די קאונטער ציילט נאר "רעאקציעס" אבער נישט "הודעות". פארוואס קלער איך אזוי? ווייל מבשר ואומר האט זערא הודעות, בעת ער האט שוין געשריבן איין הודעה!!

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 11:35 pm
דורך א איד
דאס מיינט אז אויב וויל מען וויסן וויפיל אשכולות איינער האט געפענט זאל מען קוקן וויפיל הודעות ער האט ווייניגער פון די מספר התגובות?

נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 10:22 am
דורך שמואל הלוי
יידל האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:זייער אינטערסאנט...
כרגע שטייט ביי מיין נאמען אז איך פארמאג 1941 תגובות, אבער ווען מ'זוכט ביי די הודעות פונעם באניצער search.php?author_id=141&sr=posts וועט מען געפינען מיט 9 מער, דאס הייסט 1950.

האב איך געקלערט אז מן הסתם ווייל תגובות וואס ווערט אריינגעלייגט אין מיסט קאסטן רעכנט זיך נישט, אבער מאכענדיג א זוכעניש search.php?author_id=141&sr=posts&f=12&t=41 געפינט מען בלויז 8 תגובות וואס האבן געפינען זייער ארט אין מיסט קאסטן, אלזא ווי איז איין תגובה נעלם געווארן?

ס'פעלט שוין צען... איך קען נישט פארשטיין פארוואס ביים זוכן טרעפט ער צען מער ווי וואס ס'שטייט ביי מיין נאמען.

איך קלער אז די ערשטע הודעה אין א אשכול ווערט נישט גערעכנט, די קאונטער ציילט נאר "רעאקציעס" אבער נישט "הודעות". פארוואס קלער איך אזוי? ווייל מבשר ואומר האט זערא הודעות, בעת ער האט שוין געשריבן איין הודעה!!

איך מיין אז יידל האט שוין געעפנט מער ווי צוויי אשכולות, אלזא איז די השערה ווייטער נישט א ריכטיגע.

נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 10:52 am
דורך א איד
און איך מיין אז שמואל הלוי האט שוין געפענט מער ווי צען אשכולות