How irinic, that the so-called "Jewish state" has become the most difficult place for Orthodox Jews to practice Judaism.
סארא הייפערבאליע! מדינת ישראל איז א פלאץ ווי רעליגיעזע פראקטיצירונגן טוהט נישט נאר שפרודלן נאר עקספלאדן. כ'רעדט שוין נישט פון די אלגעמיינע שוואונג צו אידישקייט, נאר אפי' אולטרא-ארטאדאקסיע, חרידים, האבן די מעגליכקייט צו פראקטיצירן אין א געזעלשאפט וואס איז אומפאראלאלט. תורה פראקטעצירונגן אין געוויסע פעלער איז אפי' ענפארסירט דורך די רעגירונג, דין תורה און רבנים האבן א כוח אויפן ציבור וואס אמעריקע וואלט גע'חלום'ט צו האבן.
נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 11:34 pm
דורך הוגה
די עולם רעדט זיך אפ איבער די נער'ישע סטעיטמענטס וואס מאנכע באטייליגער האבן געגעבן פאר די מידיע בשעת די עצרת אדער נאכדעם אויף די טאלק שאוס. איך פארשטיי נישט פארוואס מען האט טענות. סך הכל האבן זיי איבערגעגעבן די ערקלערונג וואס זייערע מנהיגים האבן זיי געגעבן. די הארבע שאלה איז באמת פארוואס טאקע האט מען געמאכט די עצרת? קיין איינער קען עס נישט מסביר זיין. פארדעם בין איך נישט געגאנגן. ביי מיר איז דאס גאנץ פשוט. אויב ביסטו נישט אקעגן די עקזיסטענץ פון די מדינה האט די גאנצע זאך נישט קיין פשט. ווילסט נישט דינען אין די מיליטער דאן וואוין נישט דארט. רוף אן די בעלזער אז ער זאל דיר פארבונדן מיט אן אמעריקאנער סענעטאר און אימעגריר קיין אמעריקא. דו ווילסט דארט וואוינען, יענעמ'ס קינדער זאלן שטארבן דיר צו באשוצן אז זאלסט קענען לעבן און לאכן. גיי זיי דאס מסביר פאר עני רעכט דענקיגע פערזאן.