בלאט 11 פון 164

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 2:30 pm
דורך בן תמליון
kliger האט געשריבן:עס האט דאך געהייסן נאך סוכות


מסתמא נאר א טעכנישער הירינג. קען איינער קאנפירמען?

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 6:33 pm
דורך zamel
א נייער דזשאדזש, לויער פארקאס האט געטענט אז די סיבה פארוואס מען האט זיך יעצט דערמאנט אין די קעיס איז ווייל ר' נחמי' איז געווען פארמישט מיטן ארעסטן איר פריערדיגען ב"פ, די פראסוקיאטער האט קאנפירמד אז ר' נחמי' איז געווען פארמישט אין יענעם ארעסט, דזשאדזש פארלאנגט צו זעין פראאף אז די טענות אויף ר' נחמי' האט זיך אנגעהויבן גלייך נאך די ארעסט פונעם ב"פ
נעקס דעיט איז אוגיסט 27
ובשם השם נעשה ונצליח

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 7:01 pm
דורך בן תמליון
zamel האט געשריבן:א נייער דזשאדזש, לויער פארקאס האט געטענט אז די סיבה פארוואס מען האט זיך יעצט דערמאנט אין די קעיס איז ווייל ר' נחמי' איז געווען פארמישט מיטן ארעסטן איר פריערדיגען ב"פ, די פראסוקיאטער האט קאנפירמד אז ר' נחמי' איז געווען פארמישט אין יענעם ארעסט, דזשאדזש פארלאנגט צו זעין פראאף אז די טענות אויף ר' נחמי' האט זיך אנגעהויבן גלייך נאך די ארעסט פונעם ב"פ
נעקס דעיט איז אוגיסט 27
ובשם השם נעשה ונצליח


אלזא קעמפ וועבערמאן פארלאנגט ארויסצוווארפן די קעיס? אויב די רידעריי האט זיך אנגעהויבן "תיכף" נאך די ב"פ ארעסט מיין איך אז די פראסעקיוטער וועלן האבן א שווערן פעלד דעם גאנצן וועג.

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 8:53 pm
דורך NAVY SEAL
קען איינער מסביר וואס סטוט זיך יעצט דא? א נייע דזשאדזש,געוועזענע ב"פ ארעסטירט?

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 9:35 pm
דורך שמואל הלוי
נחום רז"ב אויף זיין בלאג איבער די היינטיגע קעיס
http://nochemrosenberg.blogspot.com/201 ... _1280.html

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 10:53 pm
דורך ידען
NAVY SEAL האט געשריבן:קען איינער מסביר וואס סטוט זיך יעצט דא? א נייע דזשאדזש,געוועזענע ב"פ ארעסטירט?

לויט ווי איך פארשטיי

נחמי׳ האט געארבעט צו אונטערברענגען הבחור היתום ש. וואס איז געווען העכער 18 און האט געהאט שייכות מיטן מיידעל וואס איז געווען א minor , און נאך די פרשה מיט ש. האט זיך אנגעהויבן די מערכה קעגן נחמי׳ן. זעהט עס אויס א פשוטע בלבול קעגן נחמי׳ן.

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 11:33 pm
דורך פריינדליך
שאלה: אויב נחמי גייט ארויס פריי פון אלע קלאגעס. וועט ער דא אויך בארעכענט אלטס אומשולדיג אדער נישט??

אויב איר ענפערט. ביטע פראבירט צי געבן א א גראדע יא אדער ניין ענטפער, מיט א הסבר דערצו,

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:00 am
דורך הרב_שלום
די טאטע פון די מיידעל איז דער וואס האט ארעסטירט דעם יתום, נ"וו האט זיך געבעטן ביי איהם ער זאל עס נישט טוהן

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 9:11 am
דורך גדעון

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 9:21 am
דורך דבילה
בן תמליון האט געשריבן:
zamel האט געשריבן:א נייער דזשאדזש, לויער פארקאס האט געטענט אז די סיבה פארוואס מען האט זיך יעצט דערמאנט אין די קעיס איז ווייל ר' נחמי' איז געווען פארמישט מיטן ארעסטן איר פריערדיגען ב"פ, די פראסוקיאטער האט קאנפירמד אז ר' נחמי' איז געווען פארמישט אין יענעם ארעסט, דזשאדזש פארלאנגט צו זעין פראאף אז די טענות אויף ר' נחמי' האט זיך אנגעהויבן גלייך נאך די ארעסט פונעם ב"פ
נעקס דעיט איז אוגיסט 27
ובשם השם נעשה ונצליח


אלזא קעמפ וועבערמאן פארלאנגט ארויסצוווארפן די קעיס? אויב די רידעריי האט זיך אנגעהויבן "תיכף" נאך די ב"פ ארעסט מיין איך אז די פראסעקיוטער וועלן האבן א שווערן פעלד דעם גאנצן וועג.


אויב ווערסטו נתפעל פון דעם וואס די טענה'רייען יעצט זענען אויף קעיס דיסמיסעל, זייט וויסן אז די ערשטע אקט פון יעדן געניטן לויער איז פרובירן ארויס צו ווארפן דעם קעיס.

פון דער עצם טענה ווען פונקטליך די סטעיט איז געווארן אינטרעסירט אין מר. נ"וו, פארשטיי'ך לכתחלה נישט דיין התפעלות.

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 9:31 am
דורך געפילטע פיש

The Williamsburg religious leader was charged in February 2011 with forcing sex acts on the young girl

ווען פונקטליך איז ער געווארן א רעליגיעזע ליעדער? דאס אז יעדע פרומע איד ווערט באטיטלט Rabbi איז שוין א אלטע זאך, אבער Religious leader?

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 9:38 am
דורך בן תמליון
דבילה האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:
zamel האט געשריבן:א נייער דזשאדזש, לויער פארקאס האט געטענט אז די סיבה פארוואס מען האט זיך יעצט דערמאנט אין די קעיס איז ווייל ר' נחמי' איז געווען פארמישט מיטן ארעסטן איר פריערדיגען ב"פ, די פראסוקיאטער האט קאנפירמד אז ר' נחמי' איז געווען פארמישט אין יענעם ארעסט, דזשאדזש פארלאנגט צו זעין פראאף אז די טענות אויף ר' נחמי' האט זיך אנגעהויבן גלייך נאך די ארעסט פונעם ב"פ
נעקס דעיט איז אוגיסט 27
ובשם השם נעשה ונצליח


אלזא קעמפ וועבערמאן פארלאנגט ארויסצוווארפן די קעיס? אויב די רידעריי האט זיך אנגעהויבן "תיכף" נאך די ב"פ ארעסט מיין איך אז די פראסעקיוטער וועלן האבן א שווערן פעלד דעם גאנצן וועג.


אויב ווערסטו נתפעל פון דעם וואס די טענה'רייען יעצט זענען אויף קעיס דיסמיסעל, זייט וויסן אז די ערשטע אקט פון יעדן געניטן לויער איז פרובירן ארויס צו ווארפן דעם קעיס.

פון דער עצם טענה ווען פונקטליך די סטעיט איז געווארן אינטרעסירט אין מר. נ"וו, פארשטיי'ך לכתחלה נישט דיין התפעלות.


וואס פארשטייט איר נישט אז דאס מיידל איז אפירגעקומען גראד נאך וואס איר ב.פ איז געווארן ארעסטירט דורך נ.וו. זאגן אז ער מאלעסט איר זינט די 12 און איז ביז דאן געווען שטיל איז איר קרעדיביליטי א פראגע צייכן. די לעצטע זאך די די עי וואלט געוואלט דא איז פארלירן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 9:47 am
דורך בן תמליון
דבילה האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:
zamel האט געשריבן:א נייער דזשאדזש, לויער פארקאס האט געטענט אז די סיבה פארוואס מען האט זיך יעצט דערמאנט אין די קעיס איז ווייל ר' נחמי' איז געווען פארמישט מיטן ארעסטן איר פריערדיגען ב"פ, די פראסוקיאטער האט קאנפירמד אז ר' נחמי' איז געווען פארמישט אין יענעם ארעסט, דזשאדזש פארלאנגט צו זעין פראאף אז די טענות אויף ר' נחמי' האט זיך אנגעהויבן גלייך נאך די ארעסט פונעם ב"פ
נעקס דעיט איז אוגיסט 27
ובשם השם נעשה ונצליח


אלזא קעמפ וועבערמאן פארלאנגט ארויסצוווארפן די קעיס? אויב די רידעריי האט זיך אנגעהויבן "תיכף" נאך די ב"פ ארעסט מיין איך אז די פראסעקיוטער וועלן האבן א שווערן פעלד דעם גאנצן וועג.


אויב ווערסטו נתפעל פון דעם וואס די טענה'רייען יעצט זענען אויף קעיס דיסמיסעל, זייט וויסן אז די ערשטע אקט פון יעדן געניטן לויער איז פרובירן ארויס צו ווארפן דעם קעיס.

פון דער עצם טענה ווען פונקטליך די סטעיט איז געווארן אינטרעסירט אין מר. נ"וו, פארשטיי'ך לכתחלה נישט דיין התפעלות.


איך זעה יעצט דעם Daily News רופט עס explosive allegation די פראסעקיוטער ווילן נישט די טעיפ אין קארט און דער שופט דארף באשליסן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 9:59 am
דורך אלבערט
צו וואס דארף מען דעם טעיפ, איז נישט גענוג נאכצוקוקען ווען די מעשה האט פאסירט?

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:07 am
דורך יונגערמאנטשיק
פריינדליך האט געשריבן:שאלה: אויב נחמי גייט ארויס פריי פון אלע קלאגעס. וועט ער דא אויך בארעכענט אלטס אומשולדיג אדער נישט??

אויב איר ענפערט. ביטע פראבירט צי געבן א א גראדע יא אדער ניין ענטפער, מיט א הסבר דערצו,



יא און ניין! די גאנצע קאורט סיסטעם איז צודרייט, אלזא אויב ווערט ער באשולדיגט דארט מיינט נאכנישט אז ער איז באמת שולדיג, און אויב ווערט ער ריינגעוואשן אין קאורט, אדער די קעיס ווערט ארויסגעווארפן מיינט דאס נישט אז ער איז ריין.

אויב איז דאס נישט גענוג הסבר וועל איך גיין א טריט ווייטער. ווען איינער טשעפעט מיט א ליגנער, און קיינער וויל נישט גלייבן דעם ליגנער ווייל ער איז א ליגנער, מיינט דאס אז מ'האט עם נישט גע'טשעפעט? ער קען טאקע נישט אויפווייזן ווייל קיינער גלייבט עם נישט, אבער אמת איז עס.

איך נעם נישט קיין שטעלונג לגבי די מעשה, איך רעד נאר בדרך כלל.

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:24 am
דורך זר זהב
פון וועלכע טעיפ רעדט מען?

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:38 am
דורך בן תמליון
אלבערט האט געשריבן:צו וואס דארף מען דעם טעיפ, איז נישט גענוג נאכצוקוקען ווען די מעשה האט פאסירט?


פארשטיי אויך נישט. בכלל ליין איך יעצט צום ערשן מאל וועגן Rape Sheild Law וואס ערלויבט נישט ארויפצוברענגען די היסטאריע פונעם באשולדיקער ווייל דאס וועט מאכן אומבאקוועם פאר קרבנות צו אפירקומען. גיי פארשטיי נו פארדעם קען יעדע סיקא אופקומען מיט באשולדיגונגען און דער נתבע טאר נישט ווייזן קוק אויף איר היסטאריע מ'קען איר נישט גלייבן? עפעס אביסל חוקי סדומדיק.

רבותי דאס גאנצע געזעץ אין דעם הינזיכט איז עפעס געפערליך פארנעפלט, קען דא איינער געבן א שטיקל לעקציע? די געזעצן פון בענק פראוד מיט גמ"ח פראוד לערנט מען אונז שוין מיט די בארא פארקער לעקציעס אבער דא זענען מיר עם הערצים.

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:44 am
דורך בן תמליון
זר זהב האט געשריבן:פון וועלכע טעיפ רעדט מען?


ליין דעם דעלי ניוס ארטיקל. אויב דער ריכטער ערלויבט דעם טעיפ אין קארט מיין איך אז כולנו למערכה מיר חרדים לדבר ה' נעמען פראנט סיעטס ביים טרייעל. (דזשאסט קידינג).

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:47 am
דורך זר זהב
יא כאב געלייענט יעצט

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:58 am
דורך יונגערמאנטשיק
בן תמליון, ס'דא א חילוק צווישן זאכן וואס וועט איר מאכן אויסקוקן ווי א ליגנער, וואס דאן איז זי מער נישט באגלייבט, און ס'דא זאכן וואס איז סתם איר צו 'אינטימידעיטן' כדי זי אדער אנדערע אירס גלייכן זאלן נישט וועלן גיין אויף טרייעל. אפצושוואכן איר 'קרעדעבילעטי' ווערט געווענדליך ערלויבט אין קאורט, ווייל דאס ווערט באטראכט אלס וויכטיג און ס'האט א שייכות צום קעיס, אבער ווייזן א ווידיאו וויזוי זי האט ס**, איז נישט מעלה אדער מוריד לגבי דעם קעיס, און וועט מעגליך נישט ערלויבט ווערן. זעלבסטפארשטענליך אז די וו. לויערס וועלן טענה'ן אז דאס איז יא בשייכות צום קעיס און דארף יא געוויזן ווערן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:59 am
דורך אברעמעל
אבער וואס פעלט אויס צו ווייזן אויב די DA איז מודה אז ס'דא אזאנס.

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:06 am
דורך בן תמליון
יונגערמאנטשיק האט געשריבן:בן תמליון, ס'דא א חילוק צווישן זאכן וואס וועט איר מאכן אויסקוקן ווי א ליגנער, וואס דאן איז זי מער נישט באגלייבט, און ס'דא זאכן וואס איז סתם איר צו 'אינטימידעיטן' כדי זי אדער אנדערע אירס גלייכן זאלן נישט וועלן גיין אויף טרייעל. אפצושוואכן איר 'קרעדעבילעטי' ווערט געווענדליך ערלויבט אין קאורט, ווייל דאס ווערט באטראכט אלס וויכטיג און ס'האט א שייכות צום קעיס, אבער ווייזן א ווידיאו וויזוי זי האט ס**, איז נישט מעלה אדער מוריד לגבי דעם קעיס, און וועט מעגליך נישט ערלויבט ווערן. זעלבסטפארשטענליך אז די וו. לויערס וועלן טענה'ן אז דאס איז יא בשייכות צום קעיס און דארף יא געוויזן ווערן.


לויט ווי איך ליין איז נישט ערלויבט צו ווייזן איר עבר אפילו עס אפעקטירט דירעקט די באגלייבקייט פונעם באשולדיקער. אט למשל דא איז א פערפעקטע דוגמא: צו ווייזן אז נ.וו. האט ארעסטירט איר ב.פ טראגט אריין איר גאנצע קלאגע אין א שאלה פון נקמה. וואס איך וויל פארשטיין איז צו דער שופט דארף באשליסן צו ער ערלויבט בכלל צו אויפברענגען דעם ב.פ. ארעסט אדער איז עס בלויז דאס ווייזן דעם טעיפ?

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:17 am
דורך יונגערמאנטשיק
איך וועל נאכאמאל איבערקוקן די קעיס, אבער לויט ווי מיין פארשטאנד זאגט און מ'קען דאס זעהן ביי צענדליגער אנדערע קעיסעס, אריינלייגן ספיקות צו די עדות איז א באגלויבטע מענטש מעג מען אייביג, סתם זייטיגע זאכן טאר מען נישט. די פראגע דא איז צו מ'מעג ווייזן דעם טעיפ.

ביי די קעיס אליין קענסטו זעהן די קריגעריי איבער אנדערע עדות וואס ווילן קומען עדות זאגן. וועבערמאן שרייט אז זיי האבן גארנישט מיט די קעיס אויב ווילן זיי זאלן זיי עקסטער קלאגן, קומען די קלעגער און שרייען אז זיי זענען גענוג אויפצווייזען אז וועבערמאן איז א מנובל. דאס איז שוין א שטיקל אטאקע אויף זיין כאראקטער, מעג מען זיי יא אויפשטעלן רעדן.