ברוך דיין האמת: 3 בחורים אין א''י געקידנעפט
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
איך קוק די בילדער דא און ביי יעדע באזונדער גיסט מיר טרערן.
עיני עיני יורדה מים על שבר בת עמי. לבי לבי על חלליהם.
http://www.vosizneias.com/169571/2014/0 ... came-true/

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל
רבותי. איך קיק אויף די בילדער און ס׳רײסט שטיקער. איך זעה מײנע ברידער און שװעסטער שטײען אין צער.
איך זעה די זעלבע מענטשען די זעלבע אידן װאס זען אויס אזוי װי איך מײן װײב טאקע אין אנדערע קאלירטע
קלײדער אבער די פנים איז די זעלבע. נישט קײן ציונים נישט קײן מתנחלים נישט קײן מזרחית׳ן אדער מאדערנער
נאר מײנע ברידער און שװעסטער װאס שטײען און קלאגן פאר צער. אונז זענען ארום גענומען מיט רוצחים ימ״ש
װאס זעהן אויך נישט קײן חילוק צװישן קאלירטער קלײדער און זײ פארגיסען אידיש בלוט–אונזער בלוט.
תירוצים פארװאס זײ טוהן עס האבן זײ אן א שיעור אבער למעשה מײנען זײ אונז אלע ה׳י. אלע חשבנות
און פאליטיק גײט נישט מאכן קײן גרויסע חילוק נאר אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים. הי׳ד

.And they lived happily ever after
באבע מעשיות
באבע מעשיות
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1254
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל
סאסאוו רבי שפילט פארקערט
http://bshch.blogspot.com/2014/07/blog-post_9301.html
איך פארשטיי נישט פון ווי די אדמורים נעמען אזויפיל קאלט בליט און אזעלעכע שטיינערנע הערצער? פון ווי?
מאכען שפילערייען אויף אידיש בליט
והוקע אותם נגד השמש
איך פארשטיי נישט פון ווי די אדמורים נעמען אזויפיל קאלט בליט און אזעלעכע שטיינערנע הערצער? פון ווי?
מאכען שפילערייען אויף אידיש בליט
והוקע אותם נגד השמש
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1254
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל
שבת אחים האט געשריבן:שאולזאהנ׳ס מעשיות ?
דער שאולזאן איז משוגע אבער ער האט א מהלך
אין כאן המקום להאריך בו אבער דער שאולזאן האט זיך א אגענדע,
1) "זיינע" קביעותדיגע קרבנות וואס ער בייסט זיי טעגליך (די קרבנות זענען באצאלטע קרבנות)
2) מאכען הייליג חב"ד
3) סתם קרישקעלעך
4) נייעס וואס מען שיקט אריין (ליין: קליינע חסידוסער באצאלען עם צי לייגען פארפעגאנדע פאר זייער רבי\חסידות)
מען קען קלאר זען ביי יעדע געשרייבעכטץ אין וועלכע סעיף דאס גייט אריין
דער סאסווער איז נישט קיין קרבן זיינער "קיינמאל"
דער סאסווער איז נישט קיין חבד'סקער
דער סאסווער איז נישט קיין קירשקעלע נייעס
דער סאסעווער איז נישט קיין שונא פון קיין כבוד און עס שטערט עם נישט צי ווערען הייליג אויף די חשבון פון די המון עם, ענק זעען ר' דוד אביחצירא ווייסט נישט? מישקאלץ ווייסט נישט? אלישיב ווייסט נישט? מהרא"ש חלומעט? אבער איך האב "יא געוויסט"......
נישט געזארגט, באלד גייען קימען די בעלזע זאגען די זעלבע, און די מענדעליסטען אויך (סקווירא האט א פראבלעם מיט די חלות וואס ער האט געשיקט )
איך מיין נישט גארנישט פרעסענעל קעגען דער סאסווער כאטש ער האט ליב צי מאכען די שטיק, אבער וואס מיר שטערט איז די פאקט אז די אדמורים מיינען אז זיי קענען זיך נאר בויען אויף אידיש בליט, יעדער ווייסט אז "קיינער" פליט נישט "קיינער" ווייסט נישט, כ'מיין וועלכע נארמאלע מענטש דאכט זיך א רגע אז דער מישקאלצער אדער דער סאסובער אדער סיי וועלכע רבי מיט א אנגעפרעסענע כרס ווייסט וואס טיט זיך אין הימעל? קאט דע קרעפ!
נאר? זיי האפען אז עס וועט זיין צוויי דריי תמימותדיגע משוגעים וואס וועלען עס קויפען און עס מפרסם זיין ווייטער און אפשר וועט מען קענען מאכען נאך אפאר דאלער
ספעציעל איז דאס גרינג יעצט ווען דער עולם איז צימישט און פארווייטאגט איבער א צרה אין די צייט פון בילבול המוחות קען מען כאפען מוחות....
למשל איר וועט זען ווי ר' מעכל ניקשלבורגער גייט די וואך ביי שאלעשידעס וויינען בכיות נוראות ממש עד אפיסת הכוחות כדי מען זאל מיינען אז אויף זיינע אקסלען ממש ליגט צרות ישראל....... פון זיינע ווערטער וועט מען מיינען אז ער איז ממש געזיצען שבעה די לעצטע טעג און במשך די 18 טעג האט ער געפאסט און געוויינט תיקון חצות.......
אדער דער בערלאנד פון אפריקע גייט אפיר קימען מיט א גאנצע פשעטעל אז ער האט געוויסט ווייל מען האט געזען זיין צורה אין די גראז פון חלחול
נאכדעם גייט קימען דער ספינקער ר' אביש געבען א גאנצע שמיס אז דער טאטע האט עס שוין מרמז געועען מיט יארען ציריק.............
אדער גייען די צאנזער חסידים קימען זאגען אז דער צאנז-נתניה רבי האט געזאגט אין די "שיחות קודש" אז זיי גייען עס נישט איבערלעבען (אזוי ווי זיי האבען מפרסם געווען נאכדעם וואס דע יונגערמאן ווינד איז געהארגעט געווארען האבן זיי געזאגט אז ווען אהרן מרדכעלע האט געשמיסעט מיט דער צאנזער האט דער צאנזער האט דאס מרמז געווען ביי זיין שמיעס...... בהמה איינער! אויב האט ער געוויסט פארוואס האט ער נישט אפענערהייט געווארענט? רוצח וואס ער איז )
ווארט נאר ווארט עס גייען קימען גאנצע נביאות'ער מיט הספדים פרעגט נישט
אבער דאס וועט קיינער נישט קענען אויפווייזען אז זייער רבי האט געמאכט א יום תפילה אין זיין ישיבה, נישט געגעסען קיין פלייש די 18 ביטערע טעג, געזאגט ח"ח פרקי תהילים, געגאנגען צי די לויה, דאס אלעס נישט, ווייל בעצם גייט זיי אן צרות ישראל ווי מיר גייט אן צרות אינדיע ופאקסיטאן, אבער ווען עס קימט צי שאלעשידעס טוירע און צי דרשות שיעורים וכו' דארט גייען זיי שוין יא וויינען און שרייען און שפילען א געים ווי כאילו עס האט זיי אמאל וויי געטין
עניוועי איך פרעג אלע אדמורים: פארוואס מיזט איר זיך בויען נאר דארעך צרות ישראל? ווילסט זיין א גרויסע רבי? בבקשה אבער נישט אויף די חשבון פון אידיש בליט
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
petergrifin האט געשריבן:רבותי. איך קיק אויף די בילדער און ס׳רײסט שטיקער. איך זעה מײנע ברידער און שװעסטער שטײען אין צער.
איך זעה די זעלבע מענטשען די זעלבע אידן װאס זען אויס אזוי װי איך מײן װײב טאקע אין אנדערע קאלירטע
קלײדער אבער די פנים איז די זעלבע. נישט קײן ציונים נישט קײן מתנחלים נישט קײן מזרחית׳ן אדער מאדערנער
נאר מײנע ברידער און שװעסטער װאס שטײען און קלאגן פאר צער. אונז זענען ארום גענומען מיט רוצחים ימ״ש
װאס זעהן אויך נישט קײן חילוק צװישן קאלירטער קלײדער און זײ פארגיסען אידיש בלוט–אונזער בלוט.
תירוצים פארװאס זײ טוהן עס האבן זײ אן א שיעור אבער למעשה מײנען זײ אונז אלע ה׳י. אלע חשבנות
און פאליטיק גײט נישט מאכן קײן גרויסע חילוק נאר אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים. הי׳ד
דעיס איז דאך מיין טענה צו די אלע אחינו בני ישראל התועים, וועלכע רעדן זיך איין און ווילן איינרעדן פאר אנדערע אז זיי גייען אין דרך הקנאות און פאלגן נאך די שיטה הקדושה פון סאטמאר רבי זצ"ל. (פון די נטורי קרתא'ניקעס האבן מיר דא נישט גערעדט. זיי וועלן נאך אמאל צאלן א טייערן פרייז. נאר איך האלט אז זיי זענען נישט מזרע ישראל. נאר עפעס א ספחת. א צוטשעפעניש, וואס האטציך ליידער אריינגעמישט אין כלל ישראל אין משך פון די דורות.). די פאלעסטינער רוצחים ימ"ש זענען נישט מבחין צווישן א סאטמאר'ער חסיד און א . ציוני. זיי פרעיגן קיינעם נישט צו ער גייט אין די שיטה אדער נישט. צו ער קען דעם ויואל משה און על הגאולה ועל התמורה אדער נישט.נאר זיי הרגנ'ען א יעדן איד וואס איז זיי מעיגלעך. ממילא דארפן מיר אינז אויכעט נישט מאכן קיין חילוק. און די אלע נארישע, נאאיווע מענטשן וועלכע רעדן זין איין אז אויב מ'וועט אריינלייגן אן עד אין ניו יארק טיימס אז אינז ערליכע אידן זענען קעיגן די ציונים, דאס וועט צוריקהאלטן די אראבישע רוצחים ימ"ש פון זייערע רציחות. דאס איז אלעס נארישקייטן. בעלאני. די נאציס, ימ"ש האבן אויכעט נישט געמאכט קיין חילוק. זיי האבן פונקט אזוי אריינגעווארפן אין גאז קאמער אן ערליכן, חסידישן איד ווי א מזרחיסט אדער א פרייער ציוני....
- יין שרף
- חבר ותיק
- הודעות: 2570
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
- געפינט זיך: ביים שוויגער...
- האט שוין געלייקט: 4803 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל
טיטאניק האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:שאולזאהנ׳ס מעשיות ?
דער שאולזאן איז משוגע אבער ער האט א מהלך
אין כאן המקום להאריך בו אבער דער שאולזאן האט זיך א אגענדע,
1) "זיינע" קביעותדיגע קרבנות וואס ער בייסט זיי טעגליך (די קרבנות זענען באצאלטע קרבנות)
2) מאכען הייליג חב"ד
3) סתם קרישקעלעך
4) נייעס וואס מען שיקט אריין (ליין: קליינע חסידוסער באצאלען עם צי לייגען פארפעגאנדע פאר זייער רבי\חסידות)
מען קען קלאר זען ביי יעדע געשרייבעכטץ אין וועלכע סעיף דאס גייט אריין
דער סאסווער איז נישט קיין קרבן זיינער "קיינמאל"
דער סאסווער איז נישט קיין חבד'סקער
דער סאסווער איז נישט קיין קירשקעלע נייעס
דער סאסעווער איז נישט קיין שונא פון קיין כבוד און עס שטערט עם נישט צי ווערען הייליג אויף די חשבון פון די המון עם, ענק זעען ר' דוד אביחצירא ווייסט נישט? מישקאלץ ווייסט נישט? אלישיב ווייסט נישט? מהרא"ש חלומעט? אבער איך האב "יא געוויסט"......
נישט געזארגט, באלד גייען קימען די בעלזע זאגען די זעלבע, און די מענדעליסטען אויך (סקווירא האט א פראבלעם מיט די חלות וואס ער האט געשיקט )
איך מיין נישט גארנישט פרעסענעל קעגען דער סאסווער כאטש ער האט ליב צי מאכען די שטיק, אבער וואס מיר שטערט איז די פאקט אז די אדמורים מיינען אז זיי קענען זיך נאר בויען אויף אידיש בליט, יעדער ווייסט אז "קיינער" פליט נישט "קיינער" ווייסט נישט, כ'מיין וועלכע נארמאלע מענטש דאכט זיך א רגע אז דער מישקאלצער אדער דער סאסובער אדער סיי וועלכע רבי מיט א אנגעפרעסענע כרס ווייסט וואס טיט זיך אין הימעל? קאט דע קרעפ!
נאר? זיי האפען אז עס וועט זיין צוויי דריי תמימותדיגע משוגעים וואס וועלען עס קויפען און עס מפרסם זיין ווייטער און אפשר וועט מען קענען מאכען נאך אפאר דאלער
ספעציעל איז דאס גרינג יעצט ווען דער עולם איז צימישט און פארווייטאגט איבער א צרה אין די צייט פון בילבול המוחות קען מען כאפען מוחות....
למשל איר וועט זען ווי ר' מעכל ניקשלבורגער גייט די וואך ביי שאלעשידעס וויינען בכיות נוראות ממש עד אפיסת הכוחות כדי מען זאל מיינען אז אויף זיינע אקסלען ממש ליגט צרות ישראל....... פון זיינע ווערטער וועט מען מיינען אז ער איז ממש געזיצען שבעה די לעצטע טעג און במשך די 18 טעג האט ער געפאסט און געוויינט תיקון חצות.......
אדער דער בערלאנד פון אפריקע גייט אפיר קימען מיט א גאנצע פשעטעל אז ער האט געוויסט ווייל מען האט געזען זיין צורה אין די גראז פון חלחול
נאכדעם גייט קימען דער ספינקער ר' אביש געבען א גאנצע שמיס אז דער טאטע האט עס שוין מרמז געועען מיט יארען ציריק.............
אדער גייען די צאנזער חסידים קימען זאגען אז דער צאנז-נתניה רבי האט געזאגט אין די "שיחות קודש" אז זיי גייען עס נישט איבערלעבען (אזוי ווי זיי האבען מפרסם געווען נאכדעם וואס דע יונגערמאן ווינד איז געהארגעט געווארען האבן זיי געזאגט אז ווען אהרן מרדכעלע האט געשמיסעט מיט דער צאנזער האט דער צאנזער האט דאס מרמז געווען ביי זיין שמיעס...... בהמה איינער! אויב האט ער געוויסט פארוואס האט ער נישט אפענערהייט געווארענט? רוצח וואס ער איז )
ווארט נאר ווארט עס גייען קימען גאנצע נביאות'ער מיט הספדים פרעגט נישט
אבער דאס וועט קיינער נישט קענען אויפווייזען אז זייער רבי האט געמאכט א יום תפילה אין זיין ישיבה, נישט געגעסען קיין פלייש די 18 ביטערע טעג, געזאגט ח"ח פרקי תהילים, געגאנגען צי די לויה, דאס אלעס נישט, ווייל בעצם גייט זיי אן צרות ישראל ווי מיר גייט אן צרות אינדיע ופאקסיטאן, אבער ווען עס קימט צי שאלעשידעס טוירע און צי דרשות שיעורים וכו' דארט גייען זיי שוין יא וויינען און שרייען און שפילען א געים ווי כאילו עס האט זיי אמאל וויי געטין
עניוועי איך פרעג אלע אדמורים: פארוואס מיזט איר זיך בויען נאר דארעך צרות ישראל? ווילסט זיין א גרויסע רבי? בבקשה אבער נישט אויף די חשבון פון אידיש בליט
ענדליך איז איינער מבאר רבי בערל'ס סמייליס...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
די הייליגע ווערטער פון כ''ק רבינו שליט''א בנוגע דעם ביטרען אומגליק פון די 3 הייליגע קדושים זענען קולירין לעניים, דער רבי שליט''א האט ארויסגעברענגט וואו אזוי א ערליכע יוד דארף אנגעקיקן דעם ביטערן אומקליק, ברוך שמסר עולמו לשומרים, געלויבט איז דער הייליגער באשעפער אז מיר קענען נאך הערן די ריכטיגע דעת תורה וואו אזוי א יוד דארף טראכטען נאך אזעלכע ביטערע אומגליקן, די הייליגע ווערטער זענען ווי א שירעם אינטערן מבול פון כפירה ומינות וואס ווערט געגאסן פון טיטעניק - כהנא און זיינע נאכשלעפער! עס איז כדי אויסצוהערן!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- עפל סיידער
- ידיד ותיק
- הודעות: 610
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
- געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
- האט שוין געלייקט: 140 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1844
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
- האט שוין געלייקט: 673 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל
באקומען אין אימעיל:
(אנטשולדיגט פאר די ענטערס, געקאפיט פון PDF)
מספד מר בקול נהי ובכי
יחד עם דברי הבהרה על המצב בארצינו הקדושה
מכ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
יום ד' פרשת בלק שנת תשע"ד לפ"ק בהיכל המתיבתא בקרית יואל יצ"ו
דוד המלך זאגט אין תהלים קאפיטל קי"ט, שקר שנאתי ואתעבה -
דוד המלך זאגט אויף זיך ער האט פיינט שקר, ואתעבה, איך וועל עס
פאר'מיאוס'ן, א לשון פון תועבת השם - תורתך אהבתי.
א ביטערע אומגליק
איך וויל מיך שטעלן דא אויף א מאורע וואס האט ליידער פאסירט,
עס ווייסט יעדער איינער אז אין ארץ ישראל איז ל"ע גע'הרג'עט געווארן
אויף אן אכזריות'דיגן אופן דריי נפשות מישראל, ה' ירחם.
וירב בבת יהודה תאניה ואניה, ווען עס פאסירט אן אומגליק בארצינו
הק' מיט אידישע קינדער, בלוטיגט יעדעס אידיש הארץ. הקב"ה איז זיך
מצער בצערתן של ישראל, און אזוי אויך איז כלל ישראל זיך מצער,
יעדער איינער לפי ערכו. און בכלל דעם זעמיר אונז אויך בצער גדול פון
אזא ביטערע אומגליק. ס'איז נישט איין נפש, נאר ס'איז דריי נפשות. ווען
ס'פאסירט אזא שרעקליכע אומגליק טוט וויי יעדע אידיש הארץ, און
יעדע אידיש הארץ איז מתאבל אויף צרות ישראל, און אויף די קרבנות
וואס ס'פאלן נעבעך, ה' יאמר לצרות ישראל די.
אן אבילות פאר כלל ישראל
כנהוג אין משך פון די ימי אבילות, וועלן נתרבה ווערן מנחמים, אפילו
אזעלכע אידן וואס קענען בכלל נישט די משפחה, און האבן קיין שום
שייכות נישט מיט זיי, אבער וועלן פילן אן אבל, און ווי מען זאגט ס'איז
אן אבל פון כלל ישראל, און יעדער איינער דארף ארויסווייזן די הרגשים,
ווען ס'פאסירן אזעלכע שרעקליכע אומגליקן, קרבנות, אידישע נפשות.
אבער מיטן גרויסן ווייטאג, און ווי פארביטערט כלל ישראל זאל
נישט זיין, ווייל סוף כל סוף זענען נעבעך גע'הרג'עט געווארן דריי
אידישע נפשות, דארף מען אבער אויך קוקן אביסל מיט א ניכטערן בליק
און אריינגיין אביסל טיפער אין דעם ענין.
ווער האט מתיר געווען וואוינען אין א מקום סכנה?
ווי געווענליך פארציילט מען נייעס, איינס פון די נייעס, די עלטערן
האבן מספיד געווען די קינדער, נעבעך ל"ע. לעניות דעתי צו זאגן,
אנשטאט א הספד, דארפן זיי זיך מתודה זיין און זאגן אשמנו בגדנו!, און
זיך קלאפן אויפ'ן הארץ על חטא, ווען זיי האבן ליידער א חלק אין דעם
ביטערן אומגליק.
ווער האט זיי מתיר געווען צו גיין וואוינען, צו מאכן א ישיבה אין אזא
מקום סכנה?, צווישן רוצחים וואס זענען שוין מוּעָ דִ ים!, איז שוין נישטא
אין ארץ ישראל קיין פלאץ וואו צו וואוינען נאר דארט?, איז נישטא אין
ארץ ישראל קיין פלאץ וואו צו מאכן א ישיבה, וואו בחורים זאלן לערנען,
נאר אין חברון?, ווער האט מתיר געווען אריינצולייגן זיך אין אזא
מורא'דיגן מקום סכנה, מפקיר צו זיין זיך, נפשות ביתו, די קינדער, זון און
טעכטער, אלעס וועגן די תאוה און די יצר הרע וואס ווערט אנגערופן
שלימות הארץ, ציונות מהדרין מן המהדרין.
מען מוז ליידער זאגן, די עלטערן זענען נעבעך שולדיג!, זיי האבן
גורם געווען די רציחה פון די אייגענע קינדער!.
אידן זענען נישט קיין רוצחים!
איך וויל נישט זאגן ווייטער וואס איז נאכדעם געשען, מען האט שוין
געטראפן א גע'הרג'טן גוי. ס'איז דא א חשש אז יד ישראל באמצע, בתורת
נקמה. מי יודע די תוצאות פון אזעלכע פעולות, אידן אין די גאנצע
וועלט, אין אלע מדינות העולם זענען אין א סכנה פון א חשש נקמה ה'
ירחם, עס איז צו האפן ס'זאל זיך ארויסשטעלן אז דאס איז די בני
ישמעאל אליינס.
אבער אשרי אדם מפחד תמיד, שוין קרוב צו 2000 יאר זענען אידן
אין גלות, אין משך פון דעם לאנגען ביטערן גלות, זענען ליידער בעוה"ר
גע'הרג'עט געווארן טויזנטער, צענדליגער טויזנטער און הונדערטער
טויזנטער און מיליאנען, א סאך מיליאנען אידישע קינדער, שטענדיג
זענען אונז געווען פון די נרצחים, און נישט פון די רוצחים, און דאס איז
געווען אונזער שיינקייט. דער טאטע ז"ל האט דאס געזאגט אין סיגוט
באלד נאך די קריג.
דער פעטער ז"ל האט אונז אויסגעלערנט, ער האט אונז אריינגעגעבן
דעם ריכטיגן דעת, ליב צו האבן דעם אמת און פיינט צו האבן דעם שקר,
אין דעם דור עיקבתא דמשיחא, וואס חז"ל זאגן (סוטה מט:) האמת תהא
נעדרת, ער האט אונז אויסגעלערנט לוחם צו זיין מיט אלע כוחות קעגן די
כוחות השקר און צו זאגן דעם אמת, אפילו מען ווייסט עס וועלן קומען
פליען פיילן חצים ובליסטראות, און מען וועט שרייען שונא ישראל.
ווער הייסט א שונא ישראל
מיר דארפן וויסן א שונא ישראל איז דער וואס איז מפקיר נפשות
ישראל פאר די תאוה און פאר די יצר הרע פון ציוניזם!, א שונא
ישראל איז דער וואס עס טוט די פעולות נקמה!, ווייל מיט דעם איז
מען נאך מער מעורר די שנאה פון די רוצחים!, עס גייט נקמה תחת
נקמה אן א הפסק שוין יארן לאנג רחמנא ליצלן!.
און אויף דעם זאגט דוד המלך ע"ה, שקר שנאתי, איך האב פיינט דעם
שקר, נאר נישט בלויז איך האב פיינט דעם שקר, ואתעבה, איך וועל עס
ברבים אויסשרייען, יעדער זאל וויסן אז איך האב פיינט דעם שקר, מודיע
צו זיין פאר די גאנצע וועלט, אז יהדות החרדית ידם מסולקת פון דעם
אינגאנצן, נישט מיט ציונות, נישט מיט התנחלות, און נישט מיט די
נקמה.
דער אייבערשטער זאל אפהיטן אלע אידישע קינדער בכל מקום
שהם, בארץ ישראל בארצינו הק' ובגולה מכל צרה וצוקה, דער
אייבערשטער זאל העלפן ושבור עול הגוים ועול הגליות, עול הגוים פון
די רשעי הגוים, ועול גליות פון רשעי עמינו, און דער אייבערשטער זאל
שיקן דעם גואל צדק במהרה בימינו אמן.

- הודעות: 1358
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 915 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל
ר"ל, אזאנע דברי רשעות צו רעדען בעת זייער בליט קאכט נאך אין זייער פרישע קבר. די ציבראכענע צישאסענע ערשיטערטע עלטערען, זיי זענען גאר די וואס זענען שילדיג אין די טראגישע רציחה, ידיהם שפכו את הדם הזה, רחמנא לשייזבן, אין די אלע עלטערען פון די קדושים פון קו 2 אויפן וועג צום כותל, זענען אויך שילדיג אין זייער קינדערס אומקום וואס?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 52
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 1:02 pm
- האט שוין געלייקט: 37 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 817
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 09, 2012 3:54 pm
- האט שוין געלייקט: 10 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל
סמבטיון האט געשריבן:ר"ל, אזאנע דברי רשעות צו רעדען בעת זייער בליט קאכט נאך אין זייער פרישע קבר. די ציבראכענע צישאסענע ערשיטערטע עלטערען, זיי זענען גאר די וואס זענען שילדיג אין די טראגישע רציחה, ידיהם שפכו את הדם הזה, רחמנא לשייזבן, אין די אלע עלטערען פון די קדושים פון קו 2 אויפן וועג צום כותל, זענען אויך שילדיג אין זייער קינדערס אומקום וואס?
ער האט לכאורה גענימען די רשעות פין זיין פעטער וואס האט באשולדיגט די אומשולדיגע ציונים מיט די רציחה פין 6 מיליאן יודען
סאו נעם דיך נישט צים הארצען