בלאט 11 פון 11

נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 8:18 pm
דורך וואלווי
איסר האטלקי האט געשריבן:די עצם הבהרה פון הגה"צ נשיא עוז והדר איז מיר א גרויסע חידוש, ווי ווייט איך קען אים אנטלויפט ער פון כבוד ווי פון געלט...
ער פייגערט פאר אטענשען, אינטערוויוס און פובליסיטי.


כ'פארשטיי נישט עד היום הזה די מושג פון די רבנים וואס זענען נשיאים. למשל נשיא ממלכת התורה, סך הכל איז ער אין די פרינטינג ביזנעס פון א גוט גואינג אייטעם.

נעקסט איז דרשו, איינער איז אויפגעקומען מיט ארגענייזען א גוטן חזרת הש"ס סיסטעם און פון דארט ווערט מען שוין אויך א נשיא.

נשלח: מאנטאג יוני 19, 2017 8:57 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי: דו קענסט אויך ווערן א נשיא. ווען דער עולם וועט קויפן דיין חאשיש, און דו וועסט שוועבן אין די עולמות קענסטו נאך ווערן נשיא אגודת בעלי עליית נשמה...!

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 8:43 am
דורך וואלווי
יא יא, כ'האלט מיך אין מיטען אויסלערנען ווי אזוי צו מאכן "סוד שיח'ס", זיצען אויף שפיץ בענקעל, בלעכענע פנים ביי מעמד רבבות וכו'.

נישט אזוי גרינג ווען מ'שוועבט, אבער כך מקובלני אז פרעקטיס מעיקס פערפעקט...

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 11:26 am
דורך ליפא
IMG_20170620_113021.jpg

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 12:54 pm
דורך signout
ליפא האט געשריבן:
IMG_20170620_113021.jpg
זאלען זיי ארויסגעבן די אימעילס וועט מען זעהן אויב מ'קען זיי גלייבן, דערווייל האט די טריביון שוין געוויזן מער ווי איינמאל אז מ'קען זיי נישט גלייבן

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 9:37 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי האט געשריבן:יא יא, כ'האלט מיך אין מיטען אויסלערנען ווי אזוי צו מאכן "סוד שיח'ס", זיצען אויף שפיץ בענקעל, בלעכענע פנים ביי מעמד רבבות וכו'.

נישט אזוי גרינג ווען מ'שוועבט, אבער כך מקובלני אז פרעקטיס מעיקס פערפעקט...

וואלווי: דו קענסט דיך לערנען פונ'ם הייליגן ווערעצקיער רבי'ן שליט"א. וויאזוי ער שטייט מיט דעם נעבעכדיגן רחמנות פנים און וויאזוי ער שרייט אויס...פשטו ידיכם בגדוד...אז ער צולאכט זיך נישט אינמיטן דעם שוי. פאר דעם אליינס קומט איהם א מעדאל...!

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2017 9:42 pm
דורך שושן פורים
איסר האטלקי האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:ביסטו כאטשיק געוואור געווארן אז ר' יהושע איז מכהן אלס אב''ד באר משה.

סך הכל האט ער א באדן וואס דערויף איז שוין געפראוועט געווארן א גרויסער מעמד אבן הפינה.



אבי געשאסן, די סטרוקטור פונעם ביהמ"ד שטייט שוין בתפארתו

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2017 3:16 pm
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:יא יא, כ'האלט מיך אין מיטען אויסלערנען ווי אזוי צו מאכן "סוד שיח'ס", זיצען אויף שפיץ בענקעל, בלעכענע פנים ביי מעמד רבבות וכו'.

נישט אזוי גרינג ווען מ'שוועבט, אבער כך מקובלני אז פרעקטיס מעיקס פערפעקט...

וואלווי: דו קענסט דיך לערנען פונ'ם הייליגן ווערעצקיער רבי'ן שליט"א. וויאזוי ער שטייט מיט דעם נעבעכדיגן רחמנות פנים און וויאזוי ער שרייט אויס...פשטו ידיכם בגדוד...אז ער צולאכט זיך נישט אינמיטן דעם שוי. פאר דעם אליינס קומט איהם א מעדאל...!


דארף מען אויסגעפונען ווי דער ווערעצקיער גייט שניידן גראז...

נשלח: זונטאג יולי 23, 2017 5:13 pm
דורך בן ישי
איינער געדענקט נאך דעם אויסגאבע?
געהערט אז ער קימט מער נישט ארויס...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 4:27 pm
דורך לבי ובשרי
טריביון לעבט נאך??????!!!!!!!

Re: וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 7:16 pm
דורך מוזיק עקספערט
לבי ובשרי האט געשריבן:טריביון לעבט נאך??????!!!!!!!
וואס פאלט דיר ביי???

Sent from my 5056N using Tapatalk

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 4:11 pm
דורך א גוט שבת
ווען קומען זיי שוין צרוק
איך ליין דא פון בלאט איינס און איך נעם זיך געמאט לאכן :D :D איינער שרייבט אז ס'גייט האבן מער ליינערס פון די איד און דער בלאט און אז ס'גייט האבן אסאך עדס און און און קארניט געבליבן פון זיי אזא שאד אהלוויי קומען זיי צרוק ארויס

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 4:17 pm
דורך א גוט שבת
שמעקעדיג האט געשריבן:מיט 2 וואכן צוריק, האט דער "טריביון" באשריבן ר' יהושע לייפער שליט"א, וואס פירט אן מיט די מכון "עוז והדר", און שטייט אונטער די אלע גרויסצוגיגע פראיעקטן, פון דעם הערליכן ש"ס ביז אומצאליגע אנדערע ספרים, משנה ברורה, וכדו'.

איך בין שוין א לענגערע צייט נישט אינטרעסירט אין דעם אויסגאבע – וואס איז געפלויגן פון "אומזיסט" ביז $3.50 אין גאר א קורצע תקופה, און טראץ דעם וואס עס איז נאך אלץ די "מערסטע געליינטע אידישע אויסגאבע" בלע"ז, האלט איך זיך צוריק פון עס קויפן. וואס קען איך טון, אז די בחור'ישע באבע מעשיות פון ישיבה איז נישט פאר מיין עידזש, און אנדערע זאכן זענען אדער פלאגיאזירט, אדער צו קורץ און שארף, אן קיין איבריגע הסברים. (דער בליץ איז שוין אסאך בעסער אין דעם הינזיכט).

אבער עכ"פ זעענדיג אויפ'ן דעקל דעם בילד פון הרב יושע לייפער, און זייענדיג שטארק אינטרעסירט אין די היסטאריע פון עוז והדר, און בככליות וואס טוט זיך הונטער די קוליסן פון אזא מאסיווע אפעראציע, האב איך עס געקויפט.

לאנג סטארי שארט – מיין אנטוישונג איז געווען גאר שטארק. ממש געמאלן וואסער! ס"ה ברענגט ער ארויס וואס יעדער ווייסט, עס איז געווען שווערע צייטן, און הערשי פר"מ פון מאנטריאל האט גענומען אויף זיך די הוצאות הדפוס, און נאך אפאר מינדערוויכטיגע פרטים. ממש א שאד געווען צו ליינען. טענות קען איך נישט האבן נאר אויף מיר, הלמאי איך האב זיך גענארט אז די וואך וועט יא זיין וואס צו ליינען. (למען האמת מוז איך צולייגן אז איך האב הנאה געהאט צו ליינען אז זיי ארבעטן יעצט אויף א נייעם שו"ע און א משניות, וואס קען מיר שטארק צוניצקומען בעז"ה).

עכ"פ איך האב שלו' געמאכט מיט'ן מצב אז איך האב פארלוירן 3.50 און אפאר מינוטן פון מיין לעבן, און מסיח דעת געווען דערפון, שוין פארלאפן א 2 וואכן פון דעמאלס... איי וואס האב איך זיך יעצט דערמאנט? ווייל איך בין שאקירט געווארן צו זען הענגען דאס פאלגענדע אין די שולן, עס האט מיר ממש אויפגעברויזט!

.
אום איידעריט די שטיבל האט עס יא קוט אראפ געלייגט?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 4:42 pm
דורך א גוט שבת
Cb_cVFTXIAEGgqU.jpg
קורץ און שארף האט געשריבן:טריביון תשא
זיי מאכן טאקע יעצט א קאמפיין מיט שוין טויזנט געגעבענע נירן!