בלאט 11 פון 214

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:06 pm
דורך געדיכטע
שוין לאנג געהערט דערוועגן נאכניש געליינט דא אבער איך וויל האבן די מעגליכקייט צו קענען מגיב זיין אין פאל עפעס דרוקט מיר.
איך האף צו שרייבן זאפטיגע און פיינע ארטיקלען און תגובות
איך האף צו ווערן אויפגענומען בסבר פנים יפות.
ייש"כ

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:07 pm
דורך אראנדש קאונטי
איבער דרייסיג יאר אלט, נאך א שטיק צייט ליינענדיג דעם פארום וויל איך פרובירען צו שרייבען זאכען וואס איך קלער עס איז ריכטיג מגיב צו זיין.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:38 am
דורך ראשעקאל
שלום עליכם אלע לעצטיגע געסט!!
מאכטס ענק באקוועם.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 03, 2014 12:36 pm
דורך פאניע בראטל
איך ליין זעלטן דא אין שטיבל, אבער איך פלעג אמאל שרייבן אויף אנדערע פלעצער, האף איך דא אויך צו קענען מהנה זיין דעם עולם מיט פיינע זאכן.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 03, 2014 12:37 pm
דורך אברומל
היי אגוטען אלע חשובע מעמבערס שוין אלענגרע צייט וואס איך האלט מיט דא און קאווע שטיבל. און גארדע די היימשע נייעס ווי יעדער קען צולייגען פערגן ענטפערן בערגנט ארויס די גאנצע מעשה ווי עס דארף צו זיין שכו"ח

נשלח: פרייטאג אקטאבער 03, 2014 12:39 pm
דורך פאטעיטא טשיפ
איך גיי אויס פאר פאטעיטא טשיפס, איך בין א טאטע מיט א באנטש קינדער מיט א שווערע ז'אב, מ'דארף זיך אמאל אפרוען, אז מ'קען נישט גיין וועקעישן קומט מען צו קאווע שטיבעל כאפן אביסעל חיות

נשלח: פרייטאג אקטאבער 03, 2014 2:41 pm
דורך גאר זיכער
א שטילער יונגערמאן מיט צופיל צייט אין ווייניג ארבייט, קיינמאל נישט גערעכט אין שטוב, מיז זיכן זיך אויסציליפערן ערגעץ... גלייך זייער געלט פאליטיק אין לשון הרע

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 5:02 pm
דורך אייזקרים
איך האב דעסייטעד דא זיך צו רעגעסטרירן נאכן זיך דרייען דא און דעם הייליגען שטיבל פאר א שטיק צייט און מוראדיג הנאה געהאט איך קען זאגן דאס איז די איינטציגזטע אידישיע וועבזייטל ווי איך שפיר מיך שטארק היימיש!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 3:35 pm
דורך והאיש משה
ס'איז מיר שווער צו שרייבען דעם אמת איבער מיר, און א ליגנער בין איך אויך נישט, אולי מיט דער צייט וכמאמר העולם מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 5:05 pm
דורך מאנסי חסיד
א קלוגער מאנסי תושב שוין פופצן יאר צום גוטן
באלאנגט ביי ר' חיים יושע
פלעינער אויפצויקלערן פארן עולם וואס בציינו א מאנסי לעבין

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 5:06 pm
דורך פארגין יעדן
איך הער אז דא איז א גוט פלאץ צו פארברענגען און שמועסן כאפן'דיג א קאווע פון צייט צו צייט. וועליך פראבירן אויך הנאה צו האבן פון דעם זייטל

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 5:06 pm
דורך מוישע
"יודיש איז טאקע נישט קיין ציל אבער א וויכטיגע מיטל איז עס"
אן ארץ ישראל'דיגער יונגערמאן וואס האט ליב דאס יודיש לשון.
ביטע העלפט מיר אנקומען צו א הויכע מדרגה אין יודיש כדי איך זאל דאס קענען איבערגעבן צו דער קומענדיגער גענעראציע, אל אף אז דא אין ארץ הקודש איז עס שווער ווייל יודיש איז בעיקר א גלות שפראך (דא רעדטמען מערסטנס העברעאיש, אפילו חסידים) און דעריבער בין איך טאקע דא. לאמיר טאקע האפן אז עץ וועטס קומען צו מיר צו הילף אין דא וועלן זיך בויען שיינע חברשאפטן
א גוטן תמיד טייערע פריינד
מוישע

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:09 pm
דורך משה איטשע
איך בין א הויעכע מענטש אן א גלעזער מיט א שטאפענע היט לאנגע גרעי רעקל מיט האנט זייגער אין אין בענדל שיך שווארצע האר
אין איך ווארט צי ענדיגען יעצט 120 קערעקטערס צי ענדיגען מיין רעגיסטראציע

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:59 pm
דורך קאסטנער
נאכן טרינקען א לענגערע צייט פין די היזיגע קאווע האב איך מיך געפילט שלעכט אז אלעמאל גרייט יענער אן די קאווע פאר מיר אין איך גרייט קיינמאל נישט אן אויף צוריק
אין בפרט ווען די קאווע איז נישט גיט געווען וויל איך עס קענען מודיע זיין

נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:22 pm
דורך מענטשאלע
א ארץ ישראל בעסער געזאגט א ירושלימער איד, אויפגקלערט אביסל מער ווי אנדערע ארום מיר, האט א פיינעם דשז'אב, נישט קיין יונגערמאנטשיקל, נאכן זיך באקענען מיט די אפענע און קלארע רייד אין קאווע שטיבל, נישט פארצוימט און פארמאכט, האב איך זיך צוגעזעצט צום קאווע שטיבל, מיט האפענונג צו צוגעבן א קאליר און שמועסן דא מיט יעדן אויף אלעס און אלעמען.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:23 pm
דורך רימון
זומער, ווען דער נאכמיטאג איז לאנג, און מ'קען עסן מילכיגס ביי שלש סעודות, דעמאלט גלייך איך שטארק אהערצושטעלן א גרויסע סאלאט פון סמייטע מיט סטראבעריס.
איך וועל קיינמאל נישט לייגן קיין טשעינזש אין מיין בעק פאקעט, ווייל דערנאך, ווען מ'זעצט זיך אוועק, ספעציעל אויף הארטן בענקל, קען עס אנהייבן שטעכן געפערליך.
צומאל לוינט מיר צו נעמען די ריסק און פארקן ביי א פאמפ, למשל אין א פאל וואס איך יאג מיך, אויב די שאנסן צו קריגן א טיקעט אין יענער ספעציפישער געגנט איז מינימאל, ווייל למעשה האב איך געקריגן א באקוועמע פארקינג וואס קומט נישט אלעמאל אן גרינג.
איך האלט נישט פון איינקויפן די געשיילטע ניסלעך, קודם כל איז עס טייערער, און צוויי, עפעס אריגינעליטעט איז דא ביים אויפקראכן א ניסל און באגעגענען זיין ערשטע שמייכל צו דער וועלט.
ווילט איר וויסן נאך איבער מיר, ווען איך גיי ארויף סטעפס, אויב האב איך כוח, וועל סקיפן צוויי סטעפס אויפאמאל, קודם כל פארדינט מען צייט, און צווייטנס כל איז עס גוט פאר עקסערסייז.
און צום לעצט א וויכטיגע נקודה וואס איך האלט אנדערע מעגן קאפירן, נעווער עווער וועל איך זיך אנעסן ביי א שמאגערסבאורד, ס'איז פשוט א שאד זיך אנצופולן מיט די טשיפ סחורה, ווען מיט אביסל געדולד, קען מען אויסווארטן ביז דער סארווער הויבט אן סערווירן די ריכטיגע סחורה ויאכלו ענוים וישבעו.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 10:30 pm
דורך יתרו
איך בין שוין מיד פון אלע ניקים וואס קומען אן מיט א ערשטע הודעה אנגעפילט מיט געקינצעלטע פראזן און דער עולם מיינט אז אט אט באווייזט זיך א נייער שטערן. אבער וואו וואס ווען? מען הערט נישט פון זיין קיין פיפס די נעקסטע האלבע יאר.
רימון כ'מיין נישט דיר.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:51 am
דורך מעכל
איך בין בעיקר אינטרעסירט דורעך שמועסן ענינים העומדים על הפרק, השקפות, אנאליזן, סתם פארברענגען אדער פארברענען די צייט מיט נייע אנאנימע חברים, פארוואס נישט מאכן נייע באקאנטע

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:52 am
דורך יחיאל יעקבזון
אזויווי רוב פון אייך בין איך גוט באהאווענט אין די טאג טעגליכס פון חרדיש׳ן אידנטום. ס׳איז העכסט צייט אז מענשן נעמען זיך ס׳קוראזש צו לאזן זיך הערן בענינים שונים וואס ווארטן שוין א תיקון פון לאנג. מ׳דארף שטענדיג זיך אויך מחזק זיין מיט אלדאס גוטס וואס אונזערע קהלות שטעלן צו און אודאי קיינמאהל פארגעסן אז יש מנהיג לבירה. כ׳בין קרוב צו די חמשים און ממילא שוין גאנץ היפש געזעהן און קולט געוועהן (אויפגענומען).
כ׳האב ליב צו פארברענגן מיט הוגי דעות און שאקל זיך אפ פון נער׳ישע עלעמענטן. ס׳איז טיילמאהל שווער צו ערקלערן דעם שוטה׳לע פארוואס ער איז אזוינס... מיט דעם שטויסן מיר זיך אלע אהן, מעשים בכל יום. כ׳גלייב אז אויף דעם וועב סייט (ניין; סייט מיינט נישט זייט) אדער בלאג זענען פארהאן מאנכע קלוגע לייט מיט וועמן מיר וועלן זיך קענען צונויפרעדן אויף א פאראייניגטע שפראך. כ׳בעט פון אייך נאר דעם איינעם זאך: ווען מ׳טענה׳ט זאל מען האבן די פאקטן ריכטיג און מ׳זאהל זיין דורכגעקלערט נישט רעאגירן אויפן שטייגער פון ני דזשערק רעאקשאן (knee jerk reaction).

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 12:03 am
דורך פייוול
ווייל איך האב נאך געהערט אז עס איז זייער א גוטע זייטעל.
און איך הער נאך פון מיינע חברים אז עס עס איז דא זייער תוכן'דיגע זאכן.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 4:48 pm
דורך tzvi
I herd a lot from kave shtiebel so I want to be a part and I like a lot news and the real reason is because I am sitting a lot in kaveshtiebel

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 4:49 pm
דורך בין הזמנים
איך בין געבוירן ביי מיין מאמע און מיין עלטערן האבן ברוך השם פיין ערצויגן ביז ווי איך האלט היינט ברוך השם.
סאיז מורדיג שיין די אייבערשטערס וועלט און מיר זעען עס איין יעדן טאג עקסטער

נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 2:28 pm
דורך ס'גיט
איבערקליגען אלע ניקים אויף א שפיציגע פארנעם איז מיין ציל נאכדעם וואס עס איז שוין א לאנגע צייט וואס איך ווער נערוועז צו זעהן אסאך וואס דארפען א פיקס אפ