בלאט 11 פון 12
נשלח: זונטאג יוני 16, 2019 11:25 pm
דורך וואלווי
Batter אלס א לשון פאר צוקלאפטע אייער (חפצא) איז נישט מדרכי במלחמה..
נשלח: מאנטאג יוני 17, 2019 2:12 am
דורך berlbalaguleh
וואלווי: דו רעדסט דא פון צוויי אנדערע שפראכן. ענגליש און פראנצויזיש. אויך, ווערן די ווערטער אנדערש ארויסגעזאגט. די ענגלישע ווארט פאר צוקלאפטע אייער זאגט מען ארויס...בעט-טער...און די פראנצויזישע ווארט זאגט מען...(א)-באט-טעי...!
Batter (English) vs. (a) Batter (French) (Bat-tay)...!
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2019 7:23 am
דורך וואלווי
שמואל א' - ט' ה'
פן יחדל אבי מן האתונות ודאג לנו. זאגט רש"י אויף ודאג, איטוביטאר"ה בלעז.
ווייטער אין פרק י' פסוק ב' שטייט, ודאג לכם לאמר, און רש"י זאגט אויף דעם, כל לשון דאגה לשון יראה דושטי"ר בלעז.
קודם, דארף מען וויסען וואס די דעפענישען פון די צוויי לעזען.
דערנאך דארף מען פארשטיין די צוויי אנדערע לועזים וואס גייט ארויף אויף די זעלבע ווארט כנראה. הגם, רש"י וויל זאגען צוויי זאכען, דאס הייסט, דאגה און יראה, אבער דאך אלס א כלל פון דער ווארט דאגה אזוי ווי ער אליינס זאגט וואלט ביידע געדארפט זיין די זעלבע.
יורנו המורה
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2019 12:49 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי: צוערשט. די שאלה פארוואס רש"י זאגט 2 אנדערע דעפינישנס אויפ'ן זעלבן ווארט. (דארט אין שמואל ה) איז זייער פשוט. ווייל די מיינונג איז דאך די זעלבע. פונקט אזוי ווי אין ענגליש נוצט מען מערערע לשונות פאר די זעלבע מיינונג...ווי למשל...Worry or Concern...!
איבער די טייטש פון די בלע"ז ווערטער וועלכע רש"י ברענגט אראפ. האביך געטשעקט. ס'איז נישט דא אזעלכע ווערטער אין היינטיגן באנוץ. כ'האב אויך געטשעקט אין די שכינות'דיגע שפראכן. (ספאניש און קאטאלאן. וואס מ'רעדט אין קאטאלאניע. א געגנט פון שפאניע.)...!
אין די היינטיגע פראנצויזישע שפראך הייסט דאגה...Preoccupation or Inquieter... (מיט די צייריי שטרעכעלעך). און פחד הייסט...Peur...פעור...!
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2019 4:25 pm
דורך וואלווי
ייש"כ.
בעצם איז מיין קשיא נישט אויף צוויי לשונות פון די זעלבע זאך, נאר פארוואס ער טוישט די לשון צווישען די צוויי זעלבע ווערטער, די ערשטע מאל דאגה אליינס, און די צווייטע מאל דאגה זאגט ער אז דאגה איז לשון יראה, און פאר דעם (יראה) האט ער א צוויטע טייטש.
בקיצור, אויב לייגט ער אוועק א כלל אויף די לשון דאגה, דעמאלטס די ערשטע מאל וואלט אויך געדארפט זיין דער כלל, מיט די זעלבע טייטש.
יראה איז afraid = פארכט
פחד איז scare = דערשראקען
דאגה איז מער דומה צו concern, ווייל דאגה קען זיין אפי' בדרך כלל, אז א מענטש טראגט די דאגה פון פרנסה.
כדאמרי אינשי to whom it may concern
Worry איז מער פאר א סיבה פון זארג, אז עפעס וואס טויג נישט קען געשעהן
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2019 4:31 pm
דורך וואלווי
נאך א נקודה, אפילו ס'איז דא אין שפראכן עטליכע ווערטער וואס מיינען די זעלבע זאך, דאך, זענען זיי נישט די זעלבע זאך, ווייל מ'נוצט זיי אין אנדערע context.
מ'קען עס זען אין א thesaurus. אז אפילו די זעלבע מיינענדיגע ווערטער אויף איין ליסטע, האט א יעדער פאר זיך אויך אן אנדערע גרופע ווי ער באלאנגט. און דע צוויי גרופעס זענען שוין צוויי אנדערע מיינונגען.
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2019 10:57 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי האט געשריבן:ייש"כ.
בעצם איז מיין קשיא נישט אויף צוויי לשונות פון די זעלבע זאך, נאר פארוואס ער טוישט די לשון צווישען די צוויי זעלבע ווערטער, די ערשטע מאל דאגה אליינס, און די צווייטע מאל דאגה זאגט ער אז דאגה איז לשון יראה, און פאר דעם (יראה) האט ער א צוויטע טייטש.
בקיצור, אויב לייגט ער אוועק א כלל אויף די לשון דאגה, דעמאלטס די ערשטע מאל וואלט אויך געדארפט זיין דער כלל, מיט די זעלבע טייטש.
יראה איז afraid = פארכט
פחד איז scare = דערשראקען
דאגה איז מער דומה צו concern, ווייל דאגה קען זיין אפי' בדרך כלל, אז א מענטש טראגט די דאגה פון פרנסה.
כדאמרי אינשי to whom it may concern
Worry איז מער פאר א סיבה פון זארג, אז עפעס וואס טויג נישט קען געשעהן
וואלווי: ויש ליישב. אפשר פאר דעם טאקע נוצט רש"י ביידע לשונות. כדי צו ווייזן אז די דאגה דא קומט פון יראה. נישט די סטענדערד דאגה איבער טאג טעגליכע זאכן...!
נשלח: זונטאג יוני 30, 2019 10:33 pm
דורך berlbalaguleh
אונז האמיר געוואוסט אז רש"י הק' האט געשריבן זיינע בלע"ז פירושים בד"כ אין 3 שפראכן. די מערסטע ווערטער האט ער איבערגעטייטשט אויף פראנצויזיש. (די שפראך וואס מ'האט גערעדט אין עלזאס. וואו רש"י האט געוואוינט). אויך אין ספאניש. און ענגליש. (א מיעוטא ד'מיעוטא). אבער איך האב נעכטן געזעהן א חידוש. אז רש"י טייטשט אפ א ווארט אויך אויף רוסיש...!
אין נ"ך. מלכים א-א'ז'. ס'שטייט אין פסוק וואו מ'האט געבויעט דעם ביהמ"ק..."והבית בהיבנותו אבן שלימה מסע נבנה. ומקבות והגרזן כל כלי ברזל לא נשמע בבית בהיבנותו"... זאגט רש"י ומקבות. דלוט"א בלשון רוסיא...!
אויף רוסיש הייסט א טשיזל...Do-Lo-To...!
נשלח: זונטאג אקטאבער 24, 2021 1:21 am
דורך berlbalaguleh
די פארגאנגענע וואך פ' וירא שטייט אין חומש (קפיטל י"ט' פסוק ט') וואו די אנשי סדום האבן גערעדט צו לוט און זיי האבן געזאגט צו איהם..."גש הלאה"...זאגט רש"י טריט"י דינו"ש, בלע"ז. מיין אונגערישער רבי אין חדר וואלט געזאגט אז מ'רעדט דא פון א טריעט פון א דעניש. אבער רש"י ווילל דא גאר עפעס אנדערש זאגן ...Traite des nous...טרעט אפ. גיי אוועק פון אונז ..
באמערקונג: רש"י. אדער די מענטשן וועלכע האבן איבער געשריבן די כתבים פון רש"י שרייבן א סאך מאל, 2 אדער מער ווערטער אן קיין ספעיסינג. און ס'זעהט אויס ווי איין ווארט.
ועיין עוד בפ' ויגש רש"י...מישנד"ה בלע"ז. ס'איז עכט 2 ווערטער...Maison de...! The house of...!
נשלח: זונטאג אקטאבער 24, 2021 3:17 am
דורך berlbalaguleh
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: דו רעדסט דא פון צוויי אנדערע שפראכן. ענגליש און פראנצויזיש. אויך, ווערן די ווערטער אנדערש ארויסגעזאגט. די ענגלישע ווארט פאר צוקלאפטע אייער זאגט מען ארויס...בעט-טער...און די פראנצויזישע ווארט זאגט מען...(א)-באט-טעי...!
Batter (English) vs. (a) Batter (French) (Bat-tay)...!
ועוד יש להוסיף. אז אין פראנצויזיש זאגט מען פאר א..."שם דבר"...(a) Batter (Battay) ...און לשון ציווי...(צו טון. דו זאלסט טון)...Battez (Battay) (vous)...!
נשלח: זונטאג אקטאבער 24, 2021 1:03 pm
דורך קהל'ס נער
הער שפראכמייסטער בערלבעלעגלה: וואס מיינט שיפו"ר פלינצ"ה דנו"ן פוש"ש? (כ'געדעינק נישט די ספעלינג אזוי גיט, אבער כ'בין זיכער די ווייסט פון וואס כ'רעד).
נשלח: זונטאג אקטאבער 24, 2021 9:24 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי האט געשריבן:Batter אלס א לשון פאר צוקלאפטע אייער (חפצא) איז נישט מדרכי במלחמה..
וואלווי: דו דארפסט דאס זאגן בלשון בתמיה...?!
נשלח: זונטאג אקטאבער 24, 2021 9:35 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער האט געשריבן:הער שפראכמייסטער בערלבעלעגלה: וואס מיינט שיפו"ר פלינצ"ה דנו"ן פוש"ש? (כ'געדעינק נישט די ספעלינג אזוי גיט, אבער כ'בין זיכער די ווייסט פון וואס כ'רעד).
קהל'ס נער: ייש"כ. איך וועלל יעצט נאר שרייבן פון זיכרון. דאס פאריגע מאל איך האב געדרשנ'ט איבער דעם פסוק האביך נאכגעקוקט (רעפערענס'ד) א יעדעס ווארט...והנה. אין רש"י (פ' בא) שטייט...שיפו"ר פלינצס"א דינו"ן פושי"ש בלע"ז. (איך ווילל נישט זאגן וויאזוי מיין )אונגעריש אפשטאמיגער רבי האט עס אפגעליינט,און זיך גוט צולאכט. ווייל אין אונגאריש מיינט עס עפעס פאני.). אבער די טרענסלעישן גייט (בערך) אזוי...Si pour faillainsa de non fosses...! דאס איז ממש א ווארט פאר ווארט טרענסלעישן פון די ווערטער פון רש"י הק'
אויפ'ן פסוק... המבלי אין קברים במצרים...וכו'...!
נשלח: זונטאג אקטאבער 24, 2021 9:59 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: נאך א באמערקונג. איינס פון די שוועריגקייטן איבערצוטייטשן און פארשטיין די בלע"ז ווערטער פון רש"י הק' נעמט זיך פון דעם פאקט אז רש"י האט געשריבן די ווערטער אויף די פראנצויזישע שפראך מיט דעם גראמאטיק (דיקדוק) פון פראנצויזיש. נאר מיט די אותיות פון לשה"ק. ווייל ער האט נישט געוואלט אריינלייגן גוי'אישע ווערטער אין די תוה"ק. (דערפאר רופט מען איהם רש"י הק'). נאר אונז מיינען און ליינען דאס אפ אלס לשה"ק ווערטער...!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 25, 2021 10:15 pm
דורך berlbalaguleh
אין פ' חיי שרה. (ס'איז דא א סאך ..."פרומאקעס"...אזוי ווי א געוויסער ..."אייניקל"...וואס זאגן אדער שרייבן נישט דאס ווארט שרה. נאר חיי. אויך צוליעב זייערע פערזענליכע מיחושים אדער מחלות, ל"ע.) קפיטל כ"ד' פסוק י"ד' שטייט ..."אתה הוכחת לאדוני ליצחק"...זאגט רש"י ..."הוכחת"..."אפרובישט" בלע"ז.וואס מיינט ..."דו האסט באשטעטיגט"...מסכים געווען!
אין די היינטיגע פראנצויזיש (לעומת וויאזוי מ'האט גערעדט אין רש"י'ס צייטן) איז דא אן ענליך ווארט..."Approve"...(Appro-vay)...מיט א ציר"י שטרעכעלע אויפ'ן ..."אי"...!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 10:20 pm
דורך berlbalaguleh
דאס איז נישט קיין בלע"ז. אבער א שיין ווארט פון בעל הטורים. אין סוף פ' חיי שרה שטייט אויף ישמעאל..."על פני כל אחיו נפל"... און גלייך נאכדעים שטייט ..."ואלה תולדות יצחק בן אברהם"... זאגט דער בעל הטורים...פארוואס שטייט נישט אויף ישמעאל מת...? ווייל באחרית הימים וועט ישמעאל (די בני ישמעאל) פלוצלינג אראפפאללן. (אזוי ווי די גמ' זאגט אז מ'וועט זיך ווינדערן פארוואס אונז האמיר מורא געהאט פון זיי. זיי זענען דאך בטל ומבוטל.) און נאכדעים וועט משיח קומען צו די קינדער פון יצחק אבינו בן אברהם אבינו...!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2022 11:25 pm
דורך היסטאריע
berlbalaguleh האט געשריבן:דאס איז נישט קיין בלע"ז. אבער א שיין ווארט פון בעל הטורים. אין סוף פ' חיי שרה שטייט אויף ישמעאל..."על פני כל אחיו נפל"... און גלייך נאכדעים שטייט ..."ואלה תולדות יצחק בן אברהם"... זאגט דער בעל הטורים...פארוואס שטייט נישט אויף ישמעאל מת...? ווייל באחרית הימים וועט ישמעאל (די בני ישמעאל) פלוצלינג אראפפאללן. (אזוי ווי די גמ' זאגט אז מ'וועט זיך ווינדערן פארוואס אונז האמיר מורא געהאט פון זיי. זיי זענען דאך בטל ומבוטל.) און נאכדעים וועט משיח קומען צו די קינדער פון יצחק אבינו בן אברהם אבינו...!
עס איז א מדרש
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2022 2:14 am
דורך berlbalaguleh
berlbalaguleh האט געשריבן:קהל'ס נער: נאך א באמערקונג. איינס פון די שוועריגקייטן איבערצוטייטשן און פארשטיין די בלע"ז ווערטער פון רש"י הק' נעמט זיך פון דעם פאקט אז רש"י האט געשריבן די ווערטער אויף די פראנצויזישע שפראך מיט דעם גראמאטיק (דיקדוק) פון פראנצויזיש. נאר מיט די אותיות פון לשה"ק. ווייל ער האט נישט געוואלט אריינלייגן גוי'אישע ווערטער אין די תוה"ק. (דערפאר רופט מען איהם רש"י הק'). נאר אונז מיינען און ליינען דאס אפ אלס לשה"ק ווערטער...!
איך מיין אז איך האב שוין אמאל געשריבן דא אין קאווע שטיבל איבער די נושא.
די שוין באקאנטע ארטסקראל/ארטסקרול פאבלישינג ארג. וועלכע האבן שוין אויפגעטון גרויסע זאכן מיט איבערטייטשן און מפרש זיין ש"ס בבלי וירושלמי און אלע תפילות אין די ענגלישע שפראך. אויך די ארטסקרול חומשים. וועלכע פארקויפן זיך פאר זייער א העפטיגן פרייז.
איז אבער דא א שטיקל שווינדל ביי דעם. איך האב פונקט אויפגעמישט דעם חומש אין פ' ויגש וואו די תורה פארציילט אונז אז דאס הויזגעזינט פון פרעה (די שטוב מענטשן) האבן געהערט אז די ברודערס פון יוסף זענען געקומען קיין מצרים. זאגט רש"י..." אין זה בית ממש.". און רש"י ווארפט דארט אריין א בלע"ז ווארט..."מישנדה"...זאגט דער (הייליגער) ארטסקראלל..."אז אין אלט פראנצויזיש רופט מען א הויז מישנד"ה.
ווער ס'פארשטייט א ביסל פראנצויזיש (פון היינט) ווייסט אז דאס איז גערעדט...קינדעריש...! ווייל אין די היינטיגע פראנצויזשע שפראך ליינט מען דאס אפ ווי 2 באזונדערע ווערטער...Maison De...דאס איז ווי גלייך מ'זאגט אין ענגליש...The house of...אט דאס וויל רש"י זאגן אז נישט דאס הויז. פי' די ציגל און שטיינער. נאר די מענטשן פון דעם הויז...!
וואס זיי וואלטן געדארפט צו טון איז נעמען א מענטש וועלכער רעדט די שפראך און ער זאלל שרייבן דעם פירוש. נישט פארקויפן זייערע אייגענע בויך סברות.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2022 5:44 am
דורך היסטאריע
old French maisniede English all the inmates of a house.
דאס איז פין דער מאדערנע איבערזעצונג.
ארטסקרול גנב'ט פין זיי.
זיי האבן אדורך געטוהן אלטע פראצויזיש.
זעהט אויס, אז אויף אלט פראנצויזיש מיינט עס די מענטשן פין דער הויז.
עס איז טאקע מסתבר ווי דו זאגסט, אז עס מיינט נישט דער הויז, ווייל דעמאלטס זאגט רש"י גארנישט מיט דער בלעז.
אין פסוק טז זאגט רש"י
והקול נשמע בית פרעה – כמו: בבית פרעה, וזהו לשון בַיִת ממש.
און די מפרשים מוטשען זיך וואס דער חילוק איז.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2022 7:29 pm
דורך berlbalaguleh
היסטאריע: אט דאס איז די נקודה.
נאר אויב דו קענסט רעדן און פארשטיין די פראנצויזישע שפראך וואס מ'רעדט היינט אין פראנקרייך וועסטו פארשטיין אז דער בלע"ז ווארט האט א פשט לויט דעם אויך...! כמו שאמרתי.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 09, 2022 12:14 am
דורך berlbalaguleh
אין די פרשה פון די וואך, וישלח (בראשית לג) פסוק י'. דאס ווארט ותרצני. זאגט רש"י אפיצומנ"ט בלע"ז. אין פראנצויזיש שרייבט מען עס...Apiesement...Also in English...Appeasement...!
דאס מיינט איבערבעטן.
אין פסוק יא. (ווען יעקב האט געזאגט צו עשיו)...קח נא את "ברכתי". זאגט רש"י שלודא"ר בלע"ז...Saludar...דאס איז שוין ענדערש אין ספאניש. (Spanish)...באגריסן. ווייל רש"י האט מפרש געווען ווערטער אין עטליכע שפראכן. בעיקר אין פראנצויזיש. אבער אויך אין ספאניש און ענגליש. ס'זענען דא א סאך ווערטער אין נ"ך און אין די גמ' וואס רש"י טייטשט איבער אויף ענגליש. אין די גמ' אין מס' גיטין. אויף דעם ווארט "גלימא"...זאגט רש"י קוט"א בלע"ז. אויך אין אנהייב פון ספר ירמיה ווען דער מלאך פרעגט ביי ירמיהו הנביא..."מה אתה רואה. אני רואה סיר נפוח. זאגט רש"י בוילינ"ק בלע"ז. כ'מיין אין מס' שבת וואו די גמ' רעדט אויב מ'מעג שפילן מיט א באלל אום שבת (אין רה"ר?). זאגט רש"י...פלוט"א בלע"ז...Pelota...א באלל. אין ספאניש.
אויב מ'קען אפטייטשן די בלע"ז ווערטער פון רש"י פארשטייט מען דעם פשט אין פסוק אדער אין די גמ' מיט א שטארקע קלארקייט...!
נשלח: זונטאג דעצעמבער 11, 2022 2:38 am
דורך שמעון וואלף
berlbalaguleh האט געשריבן:אין די פרשה פון די וואך, וישלח (בראשית לג) פסוק י'. דאס ווארט ותרצני. זאגט רש"י אפיצומנ"ט בלע"ז. אין פראנצויזיש שרייבט מען עס...Apiesement...Also in English...Appeasement...!
דאס מיינט איבערבעטן.
זייער אינטערעסאנט.
איך האב נאכגעקוקט אין די המאור חומש, האבן זיי געטוישט די בלע"ז אין דעם רש"י. האבן זיי עפעס מקורות אויף זייערע שינוים אדער איז עס סתם א טעות?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 11, 2022 7:31 pm
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף: איך ווייס נישט וואספארא מקורות דער המאור חומש האט געניצט. ס'איז מעגליך אז זיי האבן יא געהאט עפעס גוטע מקורות. ווייל אין די בלע"ז ווערטער אליין זענען א סאך מאל דא מערערע גירסאות. ממילא קען דאס טוישן די טייטש פון דעם ווארט.
מיין וועג פון נאכזוכן דעם פירוש פון די בלע"ז ווערטער איז, אויסער וואס איך קען דאס ווארט אין פראנצויזיש קוק איך נאך די טייטש אין א דיקשאנערי. אויך אין גוגל טרענסלעיט.
די הויפט שוועריגקייט איז צו קענען אפליינען דעם בלע"ז ווארט אזוי ווי רש"י האט עס געשריבן. און טרעפן דעם ווארט אין די היינטיגע שפראך. ווייל פראנצויזיש האט זיך גאנץ שטארק געטוישט אין משך פון די יארן. אין די פראנצויזישע שפראך זענען דא זייער א סאך "סיילענט" לעטטערס. וואס מ'שרייבט אבער מ'זאגט עס נישט ארויס. ס'איז געווען א סאך מער. נאר די שפראכקענערס האבן ארויס גענימען א סאך פון די שטילע לעטטערס און געטוישט די ספעללינג פון דעם ווארט.