בלאט 11 פון 11

קראמפאמפיל

נשלח: מיטוואך פעברואר 24, 2016 3:08 pm
דורך ירח בן יומו
הער איך אז אין נייטרא פירט מען זיך פורים קטן אנצינדן זעקס אין ניינציגער אז ס'גייט פלאמען ביז'ן דאך און דענאך שיט מען אריין ציקער, און די עולם טרינט דערפון און מ'וואונטשט זיך לחיים.
ובזכות זה איז מען מבער אלע קליפות און חיצונים מן העולם.

אין א שנה פשטוה קומט פאר דעם מעמד אום שושן פורים.

נשלח: מיטוואך פעברואר 24, 2016 3:24 pm
דורך [NAMELESS]
די מיינסט די קליפות און חיצונים פון דא ?

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 11:41 am
דורך שמעקעדיג
א חבר זאגט מיר היינט אין ביהמ"ד ביי קריאת נשיא, אז אין געוויסע מקומות איז מען זיך נוהג אז מ'לייענט נשיא נישט פון קיין ס"ת, נאר פון א פשוט'ן סידור.
איינער האט שוין געהערט דערפון?

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 11:46 am
דורך לית דין בר נש
נו ודאי איך מיין אלע רוסישע הויפן איז אזוי
און אפילו באבוב וואס זענען יא צאנז'ע איינקלעך ליינען אויך פון א סידור

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 11:50 am
דורך שמעון וואלף
שמעקעדיג האט געשריבן:א חבר זאגט מיר היינט אין ביהמ"ד ביי קריאת נשיא, אז אין געוויסע מקומות איז מען זיך נוהג אז מ'לייענט נשיא נישט פון קיין ס"ת, נאר פון א פשוט'ן סידור.
איינער האט שוין געהערט דערפון?


ס'דאך דא די באקאנטע תשובה אין דברי יואל איבער דעם.

נ.ב. דאס וואס עס איז באקאנט איז נישט צוליב עפעס אויסטערלישע חידושים נאר פשוט ווייל אלע לקוטים צייכענען עס צו

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 11:59 am
דורך נהורא נפישא
שמעקעדיג האט געשריבן:א חבר זאגט מיר היינט אין ביהמ"ד ביי קריאת נשיא, אז אין געוויסע מקומות איז מען זיך נוהג אז מ'לייענט נשיא נישט פון קיין ס"ת, נאר פון א פשוט'ן סידור.
איינער האט שוין געהערט דערפון?

האסט שוין געהערט פון מענטשן וואס זאגן תחנון ביי מנחה ?

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 12:43 pm
דורך [NAMELESS]
מ'ליינט עס נישט פון די סידור. יעדער זאגט עס פאר זיך.

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 12:48 pm
דורך יהושע חיים
דאס איז די חידוש פון באבוב וואס עס איז מיר געווען זייער אינטערסאנט
יעדער פלאץ ליינט מען אדער פון א ס"ת אדער זאגט יעדער פאר זיך פון א סידור
אבער און באבוב ליינט דער ש"ץ פון א סידור און יעדער הערט אויס

Re: אינטערסאנטע מנהגי ישראל

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 12:48 pm
דורך אויסגערוט
אין באבוב דאכציך ליינט איינער פארן ציבור פון את סידור

Sent from my SM-G920P using Tapatalk

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 4:30 pm
דורך אדונינו
אין קרעטשניף-זימיגראד ליינט מען בכלל נישט.

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 1:30 am
דורך אינטערסאנטער
.

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 1:32 am
דורך ירח בן יומו
איך זעה אז "אינטערסאנטער" ווערט ציווילדעוועט פון אפאר אונטערסאנטע מנהגי ישראל.

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2016 1:37 am
דורך אינטערסאנטער
ירח בן יומו איך גלייך דיין פראפייל פיקטשער, עס דערמאנט מיך פון מיין באטשי נעני'ס ראפאגאש פון פישפיק לאדייני הורדילאלאש

Re:

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2024 10:58 am
דורך סוף טוב הכל טוב
מנשה לוסטיג האט געשריבן: דינסטאג אפריל 07, 2015 6:23 pm ס'דא א מנהג אין פארשידענע היימען, כ'ווייס נישט צו אין קהילות, אז ליל שביעי של פסח, גיסט מען וואסער און מ'זינגט בבקעך ים סוף.
ווער ס'ווייסט אויב ס'שטאמט פון א ריכטיגע מסורה, קען מוסיף זיין
אינטערסאנט!

Re:

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:41 am
דורך צוויי
מנשה לוסטיג האט געשריבן: דינסטאג אפריל 07, 2015 6:23 pm ס'דא א מנהג אין פארשידענע היימען, כ'ווייס נישט צו אין קהילות, אז ליל שביעי של פסח, גיסט מען וואסער און מ'זינגט בבקעך ים סוף.
ווער ס'ווייסט אויב ס'שטאמט פון א ריכטיגע מסורה, קען מוסיף זיין
איך געדענקט אז ס'ווערט געברענגט פון הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע, אז ער האט גענומען א שיסל וואסער און געוויזן וויאזוי די וואסער ווערט געשפאלטן
ווער קען צוברענגען