בלאט 11 פון 16

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 8:37 pm
דורך ירח בן יומו
שבת אחים האט געשריבן:
הערשי האט געשריבן:ס'איז אלעמאל אזוי קאלט דא?

זעמיל, ישעי גוביטש אויף די לעצטע געדאנק :lol:

איז דא די פלעי ערגעץ אויף יוטאב וכדומה?

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 8:38 pm
דורך מאטי
אז דער בית יהודה האט נישט געוואוסט וועט דער גלח זיכער נישט וויסן.

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 8:42 pm
דורך גימפל
יאיר האט געשריבן:ראש חודש קויפט די מאמע א שאקאלאדע.


ר' לייבל וויינשטאק

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 11:34 pm
דורך א איד
מאטי האט געשריבן:אז דער בית יהודה האט נישט געוואוסט וועט דער גלח זיכער נישט וויסן.


דע עם הארץ ביי די וויכוח ווי ער האט געפרעגט דעם גלח וואס טייטש איני יודע, לא ידעתי, וכו'

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 11:46 pm
דורך א איד
80. פון זיך נישט ארויסקוקן, ביי יענעם נישט אריינקוקן.

נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 8:04 pm
דורך כוכב
81. וויפיל אידן דאווענען ביי אייך אין בית המדרש?

נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 8:10 pm
דורך ישמעאל הכהן
מהר"א ט"ב

נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 9:10 pm
דורך מאטי
פריי באל-טאזער, איר זאלט זיין א חזיר?

נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 9:26 pm
דורך כוכב
ישמעאל הכהן האט געשריבן:מהר"א ט"ב


אין א שמועס רבת התוכן מיט רבי משה וואלפסאן שליט''א.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 3:05 am
דורך שבת אחים
שבת אחים האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:68. אשה כי תזריע - אז א בחור וועט רייכערן, וילדה זכר - וועט מען איהם ארויסווארפן פון ישיבה.


69 . עס דערמאַנט מיר א מעשה וואס כ׳האב אמאל געהערט פון א צווייטען ראש ישיבה וואס האט זיך אמאל אויפגערעגט אויף א תלמיד האט ער אים געזאגט דבר אחר (דו) ביד חזקה שתים און אים דערלאנגט צוויי קלינגעדיגע פּעטש



מ׳זאגט עס נאך פון הרב ר' עזריאל יהודה לעבאוויטש זצ"ל מהאדהאז־וויען

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 4:13 am
דורך שבת אחים
82. איך ארבעט פאר די סענטעישאן דיפּארטמענט ! אלע שמוץ פון שטאט קומען אָן צו מיר !

כהאב עס אליינס געהערט מפּי קדשו

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 6:09 pm
דורך שבת אחים
שבת אחים האט געשריבן:82. איך ארבעט פאר די סענטעישאן דיפּארטמענט ! אלע שמוץ פון שטאט קומען אָן צו מיר !

כהאב עס אליינס געהערט מפּי קדשו



מפי קדשו של
כ״ק מרן אדמו״ר עט״ר שליט״א הרב הצדיק המפורסם חכימא דיהודאי כמותו ירבו בישראל צדיקא חסידא ופרישא, הגאון הגדול אוהבן של ישראל רשכבה"ג בנן של קדושים שר התורה הוד כבוד קדושת רבינו ר' שרגא פייביש האגער שליט״א אב״ד ואדמו״ר דק״ק קאסוב־זאַליטשיק ודומ״ץ וויזניץ ב״פ

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 6:16 pm
דורך שבת אחים
ווער עס האט נאך טיטלען אויף דעם צאָדיק איז מכובד צו צולייגן

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 8:50 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים האט געשריבן:ווער עס האט נאך טיטלען אויף דעם צאָדיק איז מכובד צו צולייגן

שבת אחים: כ'האב פונקט דאס געוואלט זאגן. אז ס'דא נאך טיטלען אויף איהם. נאר קודם. לאמיר מדייק זיין בשמו. איינס פון זיינע נעמען איז זאלישטשיק. אזוי שטייט אויפ'ן סיין פון זיין טאנ'ס זצוקללה"ה.(מ'זאגט עס ארויס אזוי: זאציק-לאל-הא-הא...) בית המדרש אויף די צוויי און פופציגסטע גאס... דיא אנדערע שמות הנרדפים זענען כדלהלן...:------ער, פאר-----ער, צו----רייטער נע--- ----ער...! עיין נחום קליפ של הנענועים...(

נשלח: פרייטאג יאנואר 09, 2015 3:44 am
דורך שבת אחים
:like
berlbalaguleh האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:ווער עס האט נאך טיטלען אויף דעם צאָדיק איז מכובד צו צולייגן

שבת אחים: כ'האב פונקט דאס געוואלט זאגן. אז ס'דא נאך טיטלען אויף איהם. נאר קודם. לאמיר מדייק זיין בשמו. איינס פון זיינע נעמען איז זאלישטשיק. אזוי שטייט אויפ'ן סיין פון זיין טאנ'ס זצוקללה"ה.(מ'זאגט עס ארויס אזוי: זאציק-לאל-הא-הא...) בית המדרש אויף די צוויי און פופציגסטע גאס... דיא אנדערע שמות הנרדפים זענען כדלהלן...:------ער, פאר-----ער, צו----רייטער נע--- ----ער...! עיין נחום קליפ של הנענועים...(

:like :like :like :lol: :lol: :twisted: :לייק :לייק

נשלח: זונטאג יאנואר 11, 2015 5:57 pm
דורך געוואלדיג
83. וואס איז די נפק"מ צווישן מיר מיט דיר?
וואס איך ווייס ווייסטו אויך,
וואס דו ווייסט נישט ווייס איך אויך נישט,
איז די גאנצע חילוק נאר וואס איך ווייס נישט און דו יא,
קעגן בורא כל עולמים צו וואס ווערט דאס שוין גערעכנט?

א תלמיד פון מגיד צום בעל התניא זיע"א ביי בדחנות ביי א חתונה
נאך דעם האט דער בע"ת געשריבן דעם תניא

נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 6:02 pm
דורך געוואלדיג
84. וויפיל בערג אויף אראפ פונקט אזוי פיל בערג אויף ארויף

נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 6:50 pm
דורך בשבילי!
85. ''וואו מענטשן פארברענען ביכער, מענטשן ענדגילטיק פארברענען מענטשן.''

נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 10:00 pm
דורך גאלד
86. ווי עס איז פארהאן אזויפיל געמיינע עפל, דאן טויג עפעס נישט מיטן גאנצן פעלדל

נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 10:46 pm
דורך ביבער
87. איך פארשטיי דעם שונא, און דער שונא פארשטייט מיר, און ביידע פארשטיי מיר נישט דעם פארמיטלער.


88. ענדערש א אידישע מדינה וואס די גאנצע וועלט האט פיינט, ווי איידער א אוישוויץ וואס די וועלט שוינט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 11:05 pm
דורך מאטי
מאיר כהנא, ביידע.

נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 11:16 pm
דורך קינד_אן_קייט
בשבילי! האט געשריבן:85. ''וואו מענטשן פארברענען ביכער, מענטשן ענדגילטיק פארברענען מענטשן.''

בילד

(ס׳איז דאכט זיך די לעצטע מימרא אויפ׳ן וועג ארויס פונעם האלאקאוסט מוזעאום אין וואשינגטאן).

נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 11:20 pm
דורך קינד_אן_קייט
מאטי האט געשריבן:פריי באל-טאזער, איר זאלט זיין א חזיר?

ישעי׳ גוביץ, שפאנישע אינקוויזיציע.