יסודות פון אמונה 1 כוזרי

מחשבה, השקפה ועיון
פארשפארט
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ווארט זאגער האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:נישט צו לאנג צוריק, ווענדט זיך אין וועלכע לאַנד אדער קאַנטינענט דו רעדסט פון,
דרך אַגב מ׳דארף נישט צוריק גיין אזוי ווייט ס׳איז נאָך דא אסאך פלעצער היינטיגע טעג אין אפריקע און אין אינדיע ווי רוב מענטשען פונעם שטאָט זענען מורא׳דיג צוריק־געשטאַנען און זיי קענען נישט ליינען און שרייבן און מ׳קען זיי פארקויפן די ברוקלין בריטש עני דעי פון די וואָך
דו דינגסט זיך אויף דעם ?

די תנ"ך איז שוין געשריבן לכו"ע 3000 יאר און משניות 2000 טויזנט יוסיפין איז שוין אויך מער פון 2000 יאר ס'נאך יעצט דא ארכעלאגישע מצרישע כתבים אויסגעשריבן אויף שטיין פון די צייט פון יציאת מצרים

דאס מיינט אז די עליטע האבן געקענט שרייבן און ליינען, די מאסן האבן אבער נישט. ווי מ'זעט סאך שפעטער אין די זמן הגמרא והגאונים ווען מ'האט מתקן געווען חזרת הש"ץ.
ימי קדם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 04, 2013 12:02 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

שליחה דורך ימי קדם »

אומאויסגעהאלטענע תגובה ע"פ תקנות המקום.
טראכט גוט וועט זיין גוט - טראכט גוט אויף מענטשען וועסטו זעהן זיי זענען טאקע גוט!
(מגידי אמת)
ימי קדם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 04, 2013 12:02 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

שליחה דורך ימי קדם »

גראדעמעכעלע האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:די הוכחה וואס די היינטיגע אידישע אפאלאגעטיקס ניצען איז אז א עדות אויף א נאציאנאלע איבערלעבעניש וואס די גאנצע פאלק האט מיטגעלעבט איז אוממעגליך צו זיין פאלש, וואס האט דאס מיט די זוהר? בסה''כ האט זיך אריינגעכאפט א גלויבן אז עס איז קדום, עס גייט נישט אריין אין די קאטאגאריע פון עדות אויף א נאציאנאלע איבערלעבעניש וואס מוז לשיטתם זיין אמת,



כבין מיך מחולק אויף דיר
נאכאמאל, פּונקט ווי מ׳זעט אז גאנץ כלל ישראל נעמט אָן די ליגענט פונעם זוהר איז עס א ראי׳ פון דא אז אסאך מענטשען (אין די אידישע וועלט) קענען אנעמען א זאך וואס איז נישט געשטויגן און געפלויגן אלץ א אמת

די זוהר איז נישט סתם א ספר ס׳איז אסאך מעהר ווי דעם אסאך זאכן וואס אונז טוהן היינט איז געבויט אויף דעם !

נאכאמאל לאמיר פרובירן פארצושטעלן דעת האפאלאגעטיקס, אוודאי קען מען און מען האט איינגערעדט רובא דעלמא מיט כל מיני אמונות שקרות, נאר די אידישע אמונה איז אנדערש ווייל עס שטייט אונטער די קאטאגאריע פון 'עדות פון נאציאנאלע איבערלעבעניש' וואס אין די קאטאגאריע איז נישט דא קיין איין פאל פון שקר, יעצט זיי אפצופרעגן דארפסטן אויפווייזן אז עס איז יא דא שקר אין די קאטאגאריע, און די מעשה מיטן זוהר טיט דאס נישט,


עס איז דא, א שיינע פאר.

נעם א מעשה וואס האט פאסירט נישט מער ווי 50 יאר צוריק, וואו אפאר הונדערט טויזענט מענטשען האבן זיך געשוואוירען אז זיי האבן געזעהן ישו מאמע. און די וואטיקאן האט עס באשטעטיגט...
http://en.wikipedia.org/wiki/Our_Lady_of_Zeitoun

און דא האסטו א לאנגע רשימה פון רעליגיעס וואס טענה'ן ענליכע זאכן:

די טענה אז נאר אידישקייט זאגט דאס, איז פשוט פאלש. נישטא אפילו וואס זיך צו טענה'ן.

בודהיזם:
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%91%D7% ... 7%96%D7%9D
אשת הבאפלו:
http://en.wikipedia.org/wiki/White_Buffalo_Calf_Woman
http://www.hanksville.net/arvol/buffpipe.html
צ'יף אינדיאני מספר על אגדת שבט הבאפלו:
http://www.youtube.com/watch?v=ezNKgRbnVPY

שבט הsioux:
http://en.wikipedia.org/wiki/Sioux

שירת היואטה:
http://en.wikipedia.org/wiki/The_Song_of_Hiawatha
http://etext.lib.virginia.edu/etcbin/to ... ision=div1

האצטקים:
http://www.angelfire.com/ca/Indian/RoadtoAnahuac.html

ארוול סוס מביט:
http://www.manataka.org/page108.html

שבט הפומו:
http://books.google.co.il/books?id=3-BJ ... aw&f=false
http://publishing.cdlib.org/ucpresseboo ... nd=ucpress

הינדואיזם:
http://en.wikipedia.org/wiki/Hinduism#History
וישנו:
http://en.wikipedia.org/wiki/Hinduism#History
http://en.wikipedia.org/wiki/Parashurama

מיתולוגיה יוונית:
http://www.infidels.org/library/modern/ ... sinai.html
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A4%D7% ... 7%95%D7%A1
טראכט גוט וועט זיין גוט - טראכט גוט אויף מענטשען וועסטו זעהן זיי זענען טאקע גוט!
(מגידי אמת)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ליינענדיג דעם אשכול טראכט איך צו מיר אז דער כוזרי'ס ראיה איז אינגאנצן נישט רעלעוואנט, ווייל עס בויט זיך אויפ'ן המון עם, און רוב המון עם ווייסט אפילו נישט פון דעם כוזרי'ס ראיה צו זאגן. זיי גלייבן ווייל... זיי גלייבן. בסך הכל איז פארהאן אן ענגע גרופע פון מענטשן וואס האבן שטארק ליב לאגיק, וואס זיי זוכן צו באשטעטיגן זייער רעליגיע דורכ'ן מייחס זיין א הויכע מאס סקעפטיציזם אין המון עם, מה שלא עלתה על לבם. אידישע קינדער גלייבן ווייל זיי האבן אמונה פשוטה און שוין.
אפילו ביי די וואס האבן יא אדאפטירט דעם כזורי'ס ראיה וויל איך פרעגן, לו יצוייר משום איזה סיבה שיהיה ווערט דעם כוזרי'ס ראיה אפגעפרעגט, וועסטו נאך אלס גלייבן אין אידישקייט? איך בין זיכער אז לכה"פ 90 פראצענט וועלן ענטפערן אז יא, און זיי וועלן עס ווייטער מוריש זיין פאר זייערע קינדער. קיינער לויפט נישט נאכזוכן אין כוזרי איידער ער לערנט אויס פאר זיין קינד בראשית ברא אלקים. אויב אזוי איז דעם כוזרי'ס ראיה גארנישט ווערד.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

יאיר האט געשריבן:קיינער לויפט נישט נאכזוכן אין כוזרי איידער ער לערנט אויס פאר זיין קינד בראשית ברא אלקים. אויב אזוי איז דעם כוזרי'ס ראיה גארנישט ווערד.

אוודאי ווייל ער ווייסט דאס דאך פון זיין טאטן און ער ווייסט אז נאך מיליאנען אידן ווייסן דאס פון זייער טאטן
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

געוואלדיג האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:קיינער לויפט נישט נאכזוכן אין כוזרי איידער ער לערנט אויס פאר זיין קינד בראשית ברא אלקים. אויב אזוי איז דעם כוזרי'ס ראיה גארנישט ווערד.

אוודאי ווייל ער ווייסט דאס דאך פון זיין טאטן און ער ווייסט אז נאך מיליאנען אידן ווייסן דאס פון זייער טאטן

דו טענה'סט אז יעדער איד ווייסט אינטואיטיוולי די ראיה פון דעם כוזרי. איך בין בכלל נישט איבערצייגט דערין. אדרבה, ביי אונז ההאט מען געוואוסט אז חקירה איז טריף און מען דארף גלייבן אין אמונה פשוטה (הגע בעצמך, די אמונה אין בעל שם טוב און אין זוהר איז דאך זיכער נישט באזירט אויפ'ן כוזרי'ס ראיה, און כמעט יעדער חסידישער איד גלייבט דערין באמונה שלמה).
אבער לשיטתך, זאג מיר דעם אמת, טאמער דו ווערסט מארגן געוואויר אז נאך עפעס א רעליגיע אין די אנדערע עק וועלט האט אויך מקובל א התגלות פון מיליאנען מענטשן, וועסטו אפלאזן דיין אמונה און זאגן פאר דיינע קינדער אז מען דארף מער נישט היטן שבת?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

שוין דא געענפערט אז עס איז נישט נאר געבעיסט אויף דעם
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

נו, אויב דו אליין האסט אנדערע סיבות צו גלייבן אין אידישקייט האסטו דאך שוין אפגעפרעגט דעם כוזרי'ס ראיה.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

נישט אנדערע נאר נאך אנדערע
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

בקיצור, וואלטן די אנדערע סיבות אליין געווען גענוג דיר צו קאנווינסן אז מעמד הר סיני האט פאסירט?
אויב יא, פאלט צוזאם דעם כוזרי'ס ראיה, ווייל אפשר די אלע מיליאנען מענטשן וואס גלייבן היינט צוטאגס אין מעמד הר סיני גלייבן אויך נאר צוליב די אנדערע סיבות און נישט ווייל עס האט ווירקליך א מקור מוסמך.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ווי ר' יו"ט נערליך זאגט אינאיינעם אריין
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

יאיר האט געשריבן:בקיצור, וואלטן די אנדערע סיבות אליין געווען גענוג דיר צו קאנווינסן אז מעמד הר סיני האט פאסירט?
אויב יא, פאלט צוזאם דעם כוזרי'ס ראיה, ווייל אפשר די אלע מיליאנען מענטשן וואס גלייבן היינט צוטאגס אין מעמד הר סיני גלייבן אויך נאר צוליב די אנדערע סיבות און נישט ווייל עס האט ווירקליך א מקור מוסמך.

יאיר האט געשריבן:הגע בעצמך, די אמונה אין בעל שם טוב און אין זוהר איז דאך זיכער נישט באזירט אויפ'ן כוזרי'ס ראיה, און כמעט יעדער חסידישער איד גלייבט דערין באמונה שלמה.

יאיר האט געשריבן:נו, אויב דו אליין האסט אנדערע סיבות צו גלייבן אין אידישקייט האסטו דאך שוין אפגעפרעגט דעם כוזרי'ס ראיה.


ווען די ראיה פין די כוזרי וואלט געווען -מיליאנען מענטשן גלייבן אזוי מיז דאס זיין אמת, און האבן א מקור מוסמך- וואלט איך פארשטאנען וואס דיר קוועטשט.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

נאכאמאל, די ראיה פון דעם כוזרי איז אז מענטשן וועלן נישט אננעמען א קלעים אז זייערע אור עלטערן האבן מיטגעהאלטן א געוויסע מעמד, אויסער אויב זיי האבן עס ווירקליך געהערט פון זייערע עלטערן, און זייערע עלטערן פון זייערע עלטערן וכו'. דאס איז מייחס א שטארקע מאס פון סקעפטיציזם צום המון עם, אז ווען איינער גייט אפיר קומען מיט א פארגעלטן ספר וואס דארט שטייט מפורש יוצא אז זייערע עלטער עלטער עלטער זיידעס האבן מיטגעהאלטן א געוויסע מעמד אבער משום איזה סיבה איז עס פארגעסן געווארן, וועלן זיי עס נישט אננעמען.
יעצט, דאס שטימט נאר אויב די אלע מענטשן וואס גלויבן היינט צוטאגס אין דעם פארגעלטן ספר נוצן דעם ליטמוס טעסט, און דאס איז ווירקליך די איינציגע סיבה פארוואס זיי גלייבן. אבער אויב זיי האבן אנדערע סיבות צו גלייבן, ווי למשל ווייל אזויפיל נבואות פון דעם פארגעלטן ספר איז מקויים געווארן, דעמאלט פאלט דאך צונויף דער גאנצער ראיה, ווייל אפשר האבן די וואונדערליכע נבואות איבערצייגט די מענטשן אז דער ספר איז אמת, און נישט ווייל זיי האבן עס טאקע געהערט איש מפי איש.
(דאס איז כמובן אויסער דעם וואס מיר זעען קלאר, איינמאל און נאכאמאל, אז מענטשן קומען כסדר אפיר מיט "פארגעסענע" ספרים און עובדות וואס האבן פאסירט אין דער ווייטער פארגאנגענהייט און עולם גולם קויפט עס אפ. מיין פראבלעם איז אז דער ראיה הייבט זיך בכלל נישט אן ווייל עס איז געבויט אויף א יסוד וואס מען האט קיינמאל נישט בודק געווען).
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

א) כוזרי נוצט נאך ראיות.
ב) מענטשן וועלן גלייבן אבער נישט אז זיי האבן עס געהערט פון זייערע עלטערן נאר אז איינער איז אויפגעקומען מיט דעם עיין ערך ירושלמי קדשים
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

יאיר האט געשריבן:נאכאמאל, די ראיה פון דעם כוזרי איז אז מענטשן וועלן נישט אננעמען א קלעים אז זייערע אור עלטערן האבן מיטגעהאלטן א געוויסע מעמד, אויסער אויב זיי האבן עס ווירקליך געהערט פון זייערע עלטערן

ניין!
די ראיה פון דעם כוזרי איז אז טויזנענטע מענטשן וועלן נישט זאגן אז זיי האבן געהערט פין זייער עלטערן, אויסער אויב זיי האבן עס ווירקליך געהערט פון זייערע עלטערן.

יאיר האט געשריבן:דאס איז מייחס א שטארקע מאס פון סקעפטיציזם צום המון עם

די נידון איז נישט וואס די המון עם וועט גלייבן - די נידון איז וואס די המון עם וועט טון
אין אדם מוריש שקר נישט אין אדם יוריש שקר

וועט א יעדער מיט האלטען מיט די קאנספיראטציע און פארקויפן לאקשען וואס זיין ווייסן קלאר איז ליפט? - און איז מחייב ימול בשר ערלתו און האלטן שמיטה און מות ימית.
אדער איז לא ימלט אז עס וועלן זיין אזאלעכע וואס זייער געוויסן וועט זיי נישט לאזן מוריש זיין שקר לבניו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום הקטן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איך קלער מען זאל אפשר עפענען דער ספר הכוזרי און זעהן וואס ער זאגט און וואס ער זאגט נישט. אין צען בלעטער האב איך זיך נישט אנגעשטויסען אפילו מיט איין ציטאט פון דער ספר. מען קען אוודאי דן זיין אויף ראיות סברות און חקירות אזוי אויך, אבער אז מען פאררופט זיך כסדר אויף דער ספר וואלט געפאסט מען זאל פראבירען פארשטיין לכל הפחות וואס ער זאגט און וואס ער זאגט נישט. מיין פילינג איז אז ער זאגט נישט די אלע זאכען וואס מען זאגט דא איבער בשמו.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

וואס א חילוק ווער עס זאגט די ראיה? דאס איז נישט קיין דיון אין ספר הכוזרי, סאיז א דיון אין הוכחות צו אידישקייט.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

הקטן
איר דארפט מסביר זיין פארוואס פונקט דער שקר אדער אקט פון דערציילען אז זיי האבען געהערט פון די עלטערן איז עפעס א שווערערע שקר מפרסם זיין ווי דער שקר אז עס איז געשעהן.

סתם אזוי, איך פון מיין טאטע האב קיינמאל מקבל געווען די מסורה. פון מיין טאטע האב איך מקבל געווען נישט עסן פיש פסח, נישט בראקען, און פארקויפען די חמץ פאאר'ן רב ערב פסח. אויך פלעגט ער מיט מיר לערנען א געוויסע ספר אין דעם שטייט די מעשה פון יציאת מצרים מתן תורה וכו'. אבער אלעס וואס ער האט געוואוסט וועגן דעם איז געקומען פון דער ספר נישט פון א מסורת.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

יאיר האט געשריבן:וואס א חילוק ווער עס זאגט די ראיה? דאס איז נישט קיין דיון אין ספר הכוזרי, סאיז א דיון אין הוכחות צו אידישקייט.

סאיז נישט קיין חילוק, עס וואלט אבער אינטרעסאנט געווען טאמער וואלט מען מגלה געווען אז דער כוזרי איז נישט איינגעפאלען די אלע הוכחות. אפשר וואס ער זאגט יא איז יא אינטרעסאנט.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

פלאוויוס האט אויבן געשריבן א תגובה באריכות דערוועגן.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

אה, עס צונעמט אבער נישט די נקודה פון דער א"ג הוכחה.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

שוין, אז לעיקוואוד בעט וועל איך אים צוליב טון.
דער כוזרי (מאמר א' אות כ"ה) האט געשריבן:וְכֵן פָּתַחְתִּי לְךָ מֶלֶךְ הַכּוּזָר כַּאֲשֶׁר שְׁאִלְתַּנִי עַל אֱמוּנָתִי, הֲשִׁיבוֹתִיךָ מַה שֶּׁאֲנִי חַיָּב בּוֹ וְחַיָּבִין בּוֹ כָל קְהַל יִשְׂרָאֵל, אֲשֶׁר הִתְבָּרֵר אֶצְלָם הַמַּעֲמָד הַהוֹא בִּרְאוּת עֵינֵיהֶם וְאַחַר כֵּן הַקַּבָּלָה הַנִּמְשֶׁכֶת שֶׁהִיא כְמַרְאֵה הָעָיִן:

ער איז נאכנישט געווען אזוי סאפיסטיקירט ווי הקטן, פארשטייט זיך, אבער דאס איז דער קערנדל פון דעם רעיון, און אייגנטליך טרעפט מען דעם געדאנק אין אנדערע ראשונים און עס איז זיכער נישט דעם אויסטרעף פון דעם כוזרי.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

דער שורה שטייט אבער נישט די גאנצע תורה, נאר אז קבלה איז כמראה עין, לכאורה דארף מען לערנען לענגערע שטיקלאך פון מאמר א ווי ער רעדט ארום די נקודה.
ווער האט דאס אויסגעטראפען?
I have a dream
Martin Luther King ~
פארשפארט