בלאט 11 פון 14
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
נשלח: מיטוואך מערץ 15, 2023 10:23 am
דורך טאמבל סאס
"ער איז אויפגעקומען מיט עפעס וואס די וועלט איז דערמיט מער בשלום?"
זאג, בן גביר קוואליפיצירט דעם פוינט?
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
נשלח: מיטוואך מערץ 15, 2023 9:00 pm
דורך ליימדארפער
טאמבל סאס האט געשריבן:"ער איז אויפגעקומען מיט עפעס וואס די וועלט איז דערמיט מער בשלום?"
זאג, בן גביר קוואליפיצירט דעם פוינט?
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
יא, פארטיליגען טעראריסטן.
[כ'גלייב אז דו מיינסט נישט די וועלט פון חיות ובהמות... נאר מענטשן מיט מענטשליכע שכל זאפט אין די געהירן]
הזהרו
נשלח: מיטוואך מערץ 15, 2023 10:35 pm
דורך אמאהלגעקעננט
אײדער מ׳הײבט אהן צו רעדן פון דעם איד דארף מען װיסן אז עס האנדלט זיך מיט א גדול מופלג בתורה װאס אורײתא קמרתחא ביה און אױב זאגט מען א זאך װאס מ׳װאלט נישט געדאררפט לכתחילה איז better safe than sorry. שומר נפשו לא ידע דבר וכו׳
נשלח: מיטוואך מערץ 15, 2023 11:09 pm
דורך קהל'ס נער
אמאהלגעקעננט האט געשריבן:אײדער מ׳הײבט אהן צו רעדן פון דעם איד דארף מען װיסן אז עס האנדלט זיך מיט א גדול מופלג בתורה װאס אורײתא קמרתחא ביה און אױב זאגט מען א זאך װאס מ׳װאלט נישט געדאררפט לכתחילה איז better safe than sorry. שומר נפשו לא ידע דבר וכו׳
די סטראשעסט מיט גיהנם אדער מיט פעטש?!?
אדרבה זאל מען עים צינעמען און אויב איז ער טאקע אזא גדול וקדוש זאל יעדער וויסן מיט א קלארקייט, פארוואס דארף מען עס באהאלטן אונטער א סטראשע?
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
נשלח: מיטוואך מערץ 15, 2023 11:41 pm
דורך צוזאמגעדרייט
קהל'ס נער האט געשריבן:
אדרבה זאל מען עים צינעמען און אויב איז ער טאקע אזא גדול וקדוש זאל יעדער וויסן מיט א קלארקייט, פארוואס דארף מען עס באהאלטן אונטער א סטראשע?
חכם דו, אויב עס וועט זיין קלאר וועט נישט זיין קיין נסיון...
נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2023 12:02 am
דורך שמעון וואלף
פורים קטן האט געשריבן:ווייזט אויס ער האט איינגעזעהן דעם אמת, נאר מיט די בגדי תחש קען מען אויפטוהן פאר אידישקייט.
דער אמת איז, אז ווער עס קען אים פון די נאנט, איז ער אלס געווען א הפכפכן אין די אלע ענינים. געהאקט אויף יעדעם איינעם, בשעת ער האט אויך געפירט רבי'סטעווע, נאר עס מלביש געווען אין עפעס א "דרך חתם סופר", מיט "מורי ורבי מקיוויאשד" ועוד ועוד. בחדא מחתא ווען ער האט געהאקט אויף די אלע רבי'ס וועלכע פירן לאנגע טישן פרייטאג צונאכטס, איז ער געזיצען און געזינגען ניגונים "וואס אונז האבן נישט געזעהן ביי אבותינו ורבותינו".
עס נעמט גארנישט אוועק פון זיין גאונות. אבער אין דעם ענין איז ער אליינס געשלאגן זייער שטארק כידוע.
(ובדרך אגב, דוק ותשכח אז די אלע וועלכע פארברענגן זייער טאג און נאכט צו האקן אויף רבנים, רבי'ס וכו', זענען בדרך כלל אליינס אין דעם זעלבן שיסל, און צומאל נאך פיל ערגער, ואכמ"ל).
סתם שקרים וכזבים ארויפגעלייגט אויף אים. ער האקט אויף אנדערע ווייל זיי פירן רעביסטיווע? ער האקט אויף ראחמיסטריווקע? ער האקט אויף ר' מאטעלע, אדער ר' משה'לע מ'וויזניץ? ער האקט אויף באבוב? איך האב גערעדט מיט אים וועגן אסאך רבי'ס, און נאר פון עטליכע מאכט ער חוזק. איך וועל דיר זאגן אויף וועם ער האקט, אויף א רבי וואס טיט רשעות און מאכט משוגע די מענטשהייט פאר זיין אייגענע אינטערעסן.
איך האלט אז ער איז נישט אייביג גערעכט, ווייל למעשה איז ער נאר א מענטש און ער ווייסט אויך נישט אלעס און פארשטייט נישט אייביג פארוואס א צווייטער טיט דאס אדער יענס.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2023 12:18 am
דורך [NAMELESS]
איך צווינג דיר נישט צו האלטן אזוי ווי מיר. אבער איך קען שוין דעם איד א גוטע 30 יאר לכה"פ, און גוט אויסגעקאכט אין זיינע "אש קודש" דרשות נאך סאך פאר ס'איז געווען קול הלשון וואו ער זאגט זיינע דרשות "באשמורת הבוקר". איך האב זייער אסאך מיטגעהאלטן פון דער נאנט זיין מהלך החיים, זיין ישיבה, ועוד ועוד.
לעצטנס האט ער ארומגעדרייט אביסל דעם דאשיק, און אנגעהויבן מיט ביקור גומלין'ס אזוי ווי אלע, און בעיקר פון אזעלכע וואס קומען אויף אפרוה אדער שאבאטאנס און די קעטסקילס, ממילא רעדט ער ווייניגער אויף רבי'ס ווי אמאל. (חוץ אויף סאטמאר וואס ער מוז כסדר רעדן, ווייל ער האלט בעומקי לבבו אז זיי זענען שולדיג אין זיין דורכפאל... והמבין יבין).
נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2023 12:46 am
דורך אמאהלגעקעננט
קהל'ס נער האט געשריבן:אמאהלגעקעננט האט געשריבן:אײדער מ׳הײבט אהן צו רעדן פון דעם איד דארף מען װיסן אז עס האנדלט זיך מיט א גדול מופלג בתורה װאס אורײתא קמרתחא ביה און אױב זאגט מען א זאך װאס מ׳װאלט נישט געדאררפט לכתחילה איז better safe than sorry. שומר נפשו לא ידע דבר וכו׳
די סטראשעסט מיט גיהנם אדער מיט פעטש?!?
אדרבה זאל מען עים צינעמען און אויב איז ער טאקע אזא גדול וקדוש זאל יעדער וויסן מיט א קלארקייט, פארוואס דארף מען עס באהאלטן אונטער א סטראשע?
האסט הנאה געהאט פון די כשרון זײנער ? די היקף, בקיות, צחות הלשון ? נו , בירא דשתית מניה מיא ? איז אױך נישט עפעס ? Don’t tell me you didn’t crack a smile
Re: הגאון האדיר ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א
נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2023 4:38 am
דורך טאמבל סאס
ליימדארפער האט געשריבן:טאמבל סאס האט געשריבן:"ער איז אויפגעקומען מיט עפעס וואס די וועלט איז דערמיט מער בשלום?"
זאג, בן גביר קוואליפיצירט דעם פוינט?
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
יא, פארטיליגען טעראריסטן.
[כ'גלייב אז דו מיינסט נישט די וועלט פון חיות ובהמות... נאר מענטשן מיט מענטשליכע שכל זאפט אין די געהירן]
נו, איך האק אויך חיות און בהמות, פיש זאפט און געהירן..
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
הגאון האדיר רבי יצחק לעבאוויטש שליט"א גאב״ד וואודרידזש
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 9:53 pm
דורך משה שמואל
.
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 9:54 pm
דורך משה שמואל
.
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 9:59 pm
דורך משה שמואל
.
נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 9:59 pm
דורך משה שמואל
.
MP-3
נשלח: זונטאג מערץ 26, 2023 11:09 pm
דורך משה שמואל
נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2023 7:10 am
דורך ליימדארפער
אל יחר אפכם...
אבער דער וואונדריטשער רב - בכל כבודו - קוקט נישט אויס געזונט בנפשו
דאס גאנצע שפילעריי, און פארשטעלעכטס מיט קליפערלעך, שמעקט פון ביטערע איינגעגעסענע ווייטאג.
נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 11:08 am
דורך משה שמואל
.
נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 1:57 pm
דורך אמאהלגעקעננט
ליימדארפער האט געשריבן:אל יחר אפכם...
אבער דער וואונדריטשער רב - בכל כבודו - קוקט נישט אויס געזונט בנפשו
דאס גאנצע שפילעריי, און פארשטעלעכטס מיט קליפערלעך, שמעקט פון ביטערע איינגעגעסענע ווייטאג.
9294360336
פארן פעסן דזשאדזשמענט אױף אזא לײב לױנט זיך מזאל עם ערנס אױסהערן א שטיק צײט. אפילו די װעסטנישט װערן קען אנהענגער אבער תועלת װעסטו האבן
צו אפרישיעטן די #4 דארף מען הערן א פאר דרשות ופלפולים ( #3 למשל ) צו פארשטײן װער ער איז װי גרױס איז זײן כח התורה
נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 2:16 pm
דורך מחצה''ק
אמאהלגעקעננט האט געשריבן:
פארן פעסן דזשאדזשמענט אױף אזא לײב לױנט זיך מזאל עם ערנס אױסהערן א שטיק צײט. אפילו די װעסטנישט װערן קען אנהענגער אבער תועלת װעסטו האבן
צו אפרישיעטן די #4 דארף מען הערן א פאר דרשות ופלפולים ( #3 למשל ) צו פארשטײן װער ער איז װי גרױס איז זײן כח התורה
א תמימותדיגע שאלה,
ס'קען נישט זיין אזא גאון ווי עם זאל זיין נישט געזונט בנפשו?
נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 2:22 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אדרבה, אסאך מאל גייען די צוויי צוזאמען…
נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 6:47 pm
דורך אמאהלגעקעננט
מחצה''ק האט געשריבן:א תמימותדיגע שאלה,
ס'קען נישט זיין אזא גאון ווי עם זאל זיין נישט געזינט בנפשו?
איך האב נאר געמײנט don’t just leave it at that. really know who your dealing with
און װײל אפשר וכו' מײנט נאך נישט אז דער איד רעדט נישט מיט א גדלות בתורה צו דער זאך. מ'דארף האבן דעם גאנצן בילד. הגה"צ ר' יחזקאלע ראטה זצ"ל הערט מען אױף א רעקארדינג װי ער איז ארױס פון התפעלות נאך א לאנגע דרשה פון רב יבלחט"א שליט"א.
נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 7:53 am
דורך נחבא
ערבך ערבא צריך.
ר' יחזקאל מיט זיין גרויס גאונות, ווייס איך אויך נישט ווי געזונט זיין נפש איז געווען.
נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 10:32 am
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
מחצה''ק האט געשריבן:אמאהלגעקעננט האט געשריבן:
פארן פעסן דזשאדזשמענט אױף אזא לײב לױנט זיך מזאל עם ערנס אױסהערן א שטיק צײט. אפילו די װעסטנישט װערן קען אנהענגער אבער תועלת װעסטו האבן
צו אפרישיעטן די #4 דארף מען הערן א פאר דרשות ופלפולים ( #3 למשל ) צו פארשטײן װער ער איז װי גרױס איז זײן כח התורה
א תמימותדיגע שאלה,
ס'קען נישט זיין אזא גאון ווי עם זאל זיין נישט געזונט בנפשו?
א תמימות׳דיגע תירוץ:
וואס מיינט א געזונטן נפש?
---
בנוגע דעם גאון וצדיק, חכם ושלם בדעתו
(ווער בין איך מעיד צו זיין אויף אזא פערזענליכקייט? נאר במקום שאין איש...): ער האט ארויס אן ענין, כאפט אויף א זאך שנעל און טיף באופן מבהיל - בעניני נפש רעד איך. כ׳האב פיל, פיל נהנה געווען פון אים עצה ותושיה...!
נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 10:51 am
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
נחבא האט געשריבן:אמאהלגעקעננט האט געשריבן:מחצה''ק האט געשריבן:א תמימותדיגע שאלה,
ס'קען נישט זיין אזא גאון ווי עם זאל זיין נישט געזינט בנפשו?
איך האב נאר געמײנט don’t just leave it at that. really know who your dealing with
און װײל אפשר וכו' מײנט נאך נישט אז דער איד רעדט נישט מיט א גדלות בתורה צו דער זאך. מ'דארף האבן דעם גאנצן בילד. הגה"צ ר' יחזקאלע ראטה זצ"ל הערט מען אױף א רעקארדינג װי ער איז ארױס פון התפעלות נאך א לאנגע דרשה פון רב יבלחט"א שליט"א.
ערבך ערבא צריך.
ר' יחזקאל מיט זיין גרויס גאונות, ווייס איך אויך נישט ווי געזונט זיין נפש איז געווען.
כ׳וויל נישט יעצט אריינגיין צו גאונות מיט ״געזונט-נפש״ איז א סתירה צו נישט, כ׳וויל נאר באמערקן צוויי נקודות:
1) וואסיז די פשט דן צו זיין אויף א צווייטנ׳ס ״געזונט-נפש״? למשל, אויב איינער וועט דיר וועלן געבן $100 דולער, וועסטו נישט וועלן נעמען פאר דו ווייסט ווי ׳געזונט׳ יענער איז?
2) די פארצייטישע השקפה איז געווען אז א מענטש מיט א מענטל אישו איז אן אפגעפרעגטער, אראפגעקוקטער מענטש. היינט ווייסט מען אז ס׳איז בסך הכל א מחלה פונקט ווי חולי הגוף. און בעצם האבן נישט די מענטל העלט פראפעשענאלס קיין קלארע דייאגנאסטיק מהלכים, באופן כללי קוקט מען צו דער מענטש איז פראדאקטיוו און קומט אן מיט זיין ציל אין לעבן.
און עי סייד נאוט: ביטע נישט פארגעסן וואס אין די ״פראפעשענאל״ וועלט הייסט היינט ״געזונט״. למשל, ווען איינער וויל נישט חתונה האבן כדרך בריאתו של עולם (נאר אויף א וועג וואס אויב איינע פון זיינע עלטערן - זיידעס און באבעס ביז אדם הראשון - וואלטן געווען אזוי ״געזונט״ וואלט ער/זי בכלל נישט עקזיסטירט...)