[center]זעכצנטע קאפיטל:
די זעלטענע מידות פון רבי איציק'ל אמשינאווער זצ"ל.[/center][center]אהבת ישראל.[/center]איינער פון די יסוד היסודות פון אמשינאוו איז אלס געווען דער מידה פון 'אהבת ישראל'. דאס איז געווען אן עיקר במשנת חייו פון ר' איציק'ל. זיין אהבה איז געווען אזוי שטארק, אז אהבה מקלקלת את השורה און ער האט ליב געהאט יעדן איד באשר הוא, און ער האט אלס געטראפן א גוטע נקודה אויף א איד. אזויווי דער מייסד השושלת, רבי איציק'ל וואורקער האט געטייטשט דעם פסוק: ויחן שם ישראל נגד ההר, אז 'ויחן' איז מלשון 'חן', און די כונה איז אז ביי מעמד הר סיני האט יעדער געטראפן 'חן' אין די אויגן פון זיין חבר, באיזה מצב שיהיה.
איינמאל איז ער געווען ביי א גרויסע אידישע דאקטאר וואס איז ליידער נישט געווען קיין שומר תורה ומצוות. אזוי רעדנדיג מיט אים האט דער דאקטאר אים געזאגט, אז ער האט נאך קיינמאל נישט געגעסן קיין טריפות [אזויווי אסאך מסורתיים אין ארץ ישראל]. גלייך האט זיך דער רבי אויסגעדרייט צום משמש און געזאגט מיט התפעלות: "דו הערסט, דאס איז א איד וואס האט נאך קיינמאל נישט געגעסן קיין טריפות!". אזוי אויך איז באקאנט, אז ביי די ערשטע מלחמה אנטקעגן סאדאם כוסעין, ווען ס'איז געפלויגן סקאד מיסיל'ס קיין ארץ ישראל, איז קיינער נישט גע'הרג'עט געווארן דערפון חוץ איין באקאנטער מחלל שבת בפרהסיא. ווען מ'האט דאס דערציילט פאר ר' איציק'ל מיט א שמחה, אז נאר דער שייגעץ און 'דוקא'ניאק איז געשטארבן, האט ר' איציק'ל געזאגט אז מ'זאל נישט רעדן אזוי, ווייל ער איז דאך א איד...
אזוי אויך איז אמאל ר' איציק'ל געווען ביי איינעם אין ביהמ"ד אין די ערשטע יארן נאכן קריג, און דער רב דארטן האט גערעדט וועגן דברים הצריכים תיקון בעניני צניעות, און אינמיטן זיין דרשה האט ער ארויסגעזאגט א קללה אויף די וואס זענען מזלזל דערינען. ר' איציק'ל האט דאס דערציילט דרייסיג יאר שפעטער, און ער האט אויסגעפירט אז יעדעס מאל וואס ער דערמאנט זיך פון די מעשה גייט אים אדורך א סקרוך אין די ביינער, ווייל 'א איד וואס האט געזינדיגט קען דאך תשובה טון, אבער צו שעלטן א איד?!'.
[center]זיין לעכטיג צורה, ביים אויסהערן א צווייטן:[/center]0334.jpg
און אזוי האט ער טאקע געפירט זיין אייגענע עולם, מתוך חמלה וחיבה יתירה, מיט אהבת הנפש פאר יעדן יחיד, און צובראכענע נשמות אדער מענטשן וואס האבן שוין געהאלטן קרוב לייאוש, פלעגן טרעפן א מקום מנוחה ביים רבי'ן וואס האט זיך אפגעגעבן מיט יעדן 'באשר הוא שם', כאטש ער פאר זיך פלעגט לעבן ממש אין זיין אייגן וועלטל. ס'געווען א בחור'ל וואס האט נעבעך נישט געהאט קיין כח צו לערנען, און ער איז געווען זייער צובראכן אז ער איז א דורכפאל פון א בחור, האט אים ר' איציק'ל געזאגט אז אויב ער קען נישט לערנען, מוז ער נישט, אבער 'זאלסט וויסן ווי חשוב ביזטו אויב דו קענסט לערנען כאטש א פסוק חומש, און נאכמער אויב דו קענסט דאס לערנען מיט פירוש רש"י, און אודאי און אודאי אויב דו קענסט נאך לערנען א שטיקל גמרא'... און אזוי האט ער אים ארויפגעברענגט על דרך המלך. אן אנדערע מאל האט ער געזען א בחור'ל וואס האט נישט געהאלטן ביים לערנען, האט ער אים געזאגט מיט א שמייכל: 'דו ווייסט ווי הויעך דו קענסט נאך אנקומען אויב דו וועסט לערנען אביסל מער בהתמדה?!'. אזוי איז געווען מיט יעדן יחיד, אם נער אם זקן.
די אהבה זיינע האט חוצה געווען גבולות, און די 'קרעמל' אין אמשינאוו האט דאס אריבערבאקומען אין די גענעס: אהבת ישראל ואהבת הבריות. די נאנטקייט און היימישקייט מיט וואס די אידן לעבן דארטן, די אמת'ע חיבה איינער צום צווייטן, איז להפליא ממש. ס'דא דארטן אידן בני עלייה וואס וואלטן געקענט זיין רבי'ס פאר טויזענטער חסידים [ואי"ה נגיע לזה], און פון די אנדערע זייט זענען דא צובראכענע נשמות וואס האבן נעבעך גארנישט אויפן וועלט, און די נאנטקייט וואס די בני עליה האבן מיט די 'נעבעך'ס', איז עפעס וואס מ'קען נישט נאכמאכן. ס'איז עפעס טיף איינגעווארצלט אן אויפריכטיגער אהבה איינער צום צווייטן. דערפאר איז דאס אויך אזא פרייליך מקום [א שמועס פאר זיך], ווייל די חסידים זענען מורא'דיג נאנט צווישן זיך. אבער אפילו זייער אוניווערסאלן בליק, איז אזוי ריין און ליבליך. אהבת ישראל מיינט דארט כפשוטו ליב האבן א צווייטן נאר צוליב דעם וואס ער איז א איד, דאס איז א דירעקטע תוצאה פון צוזען די אמת'ע ליבשאפט פון ר' איציק'ל צו א יעדן איד. און אזויווי זיין זיידע ר' איציק'ל וואורקער האט געזאגט, אז פון יעדן שטיקל צוקער דארף מען זיך אויסלערנען 'אויסצוגיין כדי יענעם זיס צו מאכן'.
[center]ארומגענומען מיט חסידים ומעריצים:[/center]005.jpg
[center]כרחם אב על בנים.[/center]ווען ר' איציק'ל וואורקער איז נסתלק געווארן, איז אמאל דער ערשטער אמשינאווער רבי, ר' יעקב דוד'ל, געווען ביים קאצקער, פאר וועם ער האט זיך אפגערעדט אז זיין זיין טאטנס הסתלקות האט ער אים נאכנישט געזען אין חלום. יענע נאכט האט ער געזען בחלום הלילה, ווי זיין טאטע שטייט ביים עק טייך אנגעלאנט אויף זיין שטעקן, און ער קוקט אויפן טייך. ווען ר' יעקב דוד'ל האט דאס איבערדערציילט פארן קאצקער, האט דער קאצקער – אן אלטער פריינט מיטן וואורקער – אים געזאגט פשט אינעם חלום, אז די טייך איז דמעות ישראל, און היות זיין טאטע איז געווען דער אוהב ישראל ומיצר בצרתן של ישראל, שטייט ער יעצט אויך ביים נהר הדמעות און ער איז מתפלל פאר כלל ישראל.
ר' איציק'ל אמשינאווער, האט אמאל דערציילט די מעשה אין פורים, און ער האט אביסל געעפנט מעצרי רוחו [בדרך כלל איז ער געווען זייער פארבארגן נישט ארויסצואווייזן הרגשים ברבים], און געזאגט 'גענוג אידישע טרערן זענען שוין פארגאסן געווארן, עס מעג שוין ווערן לעכטיג'. און ער איז טאקע געווען דער עומד ומתפלל לישועתן של ישראל, ומיצר בצרתם. איינמאל האט אים זיין אייניקל אנגעטראפן ביי זיך אין צימער מיט רויטע פארוויינטע אויגן, האט ער אים געפרעגט מתוך דאגה פארוואס ער וויינט, האט אים דער רבי געענטפערט: 'דו ווייסט דען וואס א שווער קוויטל איך האב נעכטן געהאט'. יעדע קוויטל האט אים צוגעטרעטן צום הארץ, אזויווי ער האט זיך איינמאל אויסגעדריקט מיט ווייטאג: 'איך קען שוין נישט אליין פארטראגן אזויפיל צרות ישראל', און ער האט אויסגעפירט: 'אמאל איז נאך געווען אנדערע, היינט בין איך שוין געבליבן אליין'.
איינמאל איז א איד זיך געקומען אדורכרעדן מיטן רבי'ן בנוגע מאכן אן אפעראציע, ווען דער רבי האט אים געגעבן זיין הסכמה האט ער געבעטן דעם רבי'ן אים מזכיר צו זיין בעפארן אפעראציע. נאכן אפעראציע האט מען פארגעסן מודיע צו זיין פארן רבי'ן די גוטע בשורה אז אלעס איז אדורך בשלום, און יענע גאנצע טאג האט זיך דער רבי נישט געקענט בארואיגן, און ער האט גארנישט געגעסן. ווען מ'האט אים געפרעגט פארוואס ער איז אזוי צוקאכט האט ער געענטפערט מיט א פשטות: 'כ'האב היינט געשיקט
מיין זון פאר אן אפעראציע, און כ'האב נאכנישט באקומען קיין ידיעה וויאזוי ס'האט זיך אויסגעלאזט'!
א מורא'דיגע ווארט האט ר' איציק'ל אמאל געטייטשט אויף די באקאנטע ווערטער פון רש"י, אז ווען יעקב האט צום ערשטן מאל געזען רחל (בראשית כט, יא): וישא קולו ויבך. זאגט רש"י, אז די טעם איז 'לפי שצפה ברוח הקודש שאינה נכנסת עמה לקבורה'. וואס בפשטות מיינט דאס אז ער האט געוויינט 'פאר איר' אז זי וועט נישט זוכה זיין באגראבן צו ווערן מיט אים. אבער ר' איציק'ל האט געטייטשט, אז אדרבה יעקב אבינו האט זיך מצטער געווען אויף זיך אליינס, אז ער איז נישט זוכה באגראבן צו ווערן אין בית לחם אזויווי רחל, ווייל דער טעם פארוואס רחל איז באגראבן געווארן אין בית לחם האבן חז"ל געזאגט, אז ווען נבוזראדן וועט נעמען די אידן אין גלות קיין בבל וועט מען אדורכגיין איר קבר, און זי וועט איינרייסן וועלטן פאר כלל ישראל 'רחל מבכה על בניה', און אויף דעם האט יעקב געוויינט 'פאר זיך', פארוואס ער וועט נישט זוכה זיין צו זיין דארטן צו קענען וויינען פאר כלל ישראל.
דאס איז דער 'הוא היה אומר', זיין תמצית חייו. מסירות נפש פאר יענעם, רחמנות אויף יענעם, און מתפלל זיין פארן כלל. און אזויווי ער פלעגט אלס נאכזאגן פון זיין זיידן ר' איציק'ל וואורקער, וואס האט זיך אויסגעדריקט במעלת רבי ישראל מרוזשין, אז ער איז זיך משתתף בצערן של ישראל עד כדי כך, 'אז א איד געט זיך א קלאפ אין פינגער אין יענעם עק וועלט, טוט אים וויי'.
אבער דאס איז געווען בינו לבין קונו, צווישן די חסידים ווידער האט ער משפיע געווען שמחה, און נאר חדי עין האבן געקענט אויפפאסן אז באמת איז זיין הארץ צובראכן פאר א צווייטן איד. בבחינת 'צהלתו בפניו ואבלו בלבו'. ביי די חתונה פון איינער פון זיינע אייניקלעך, ווען דער רבי פלעגט אנווינטשן יעדן במאור פנים 'לחיים', און ס'איז געווען א געוואלדיגער שמחה, האט איינער אים גוט באטראכט און געזען ווי פון זיינע אויגן רינען טרערן, און פלוצלינג האט זיך דער רבי אויסגעדרייט צוריקצואוועגס צום גבאי, און אים געבעטן מזכיר צו זיין דעם נאמען פון עפעס א חולה. ממש ווי זיין זיידע ר' איציק'ל וואורקער האט געטייטשט אין די גמרא: 'ולא ששתי בתקלת חברי', אז מ'קען זאגן פשט אז 'ולא ששתי, כ'האב מיך נישט געקענט פרייען, צוליב תקלת חברי, ווייל מיין חבר געפינט זיך אין א צרה'.
[center]זיין הייליג צורה ביי זיין זוהנ'ס בר מצוה:[/center]17.JPG
אין נעקסטן קאפיטל: די אמשינאווע צניעות און פשטות, ומידת השמחה.