בלאט 11 פון 25
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 1:04 pm
דורך געוואלדיג
ר' בערל עס מיינט ציטירן לבטלה.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 1:05 pm
דורך געוואלדיג
.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 1:32 pm
דורך berlbalaguleh
געוואלדיג האט געשריבן:ר' בערל עס מיינט ציטירן לבטלה.
געוואלדיג: דו דערמאנסט מיך די מעשה וואס מיין רבי אין חדר האט דערציילט. מיט דעם יונגל וואס האט געפרעגט פון זיין רבי וואס איז די טייטש פון צפיחית בדבש. האט איהם די רבי מסביר געווען אז די אידן זענען געגאנגען אין מדבר און די אייבישטער האט זיי געשיקט מן. און די מן האט געהאט א טעם פון צפיחית בדבש. פרעגט די יונגל זיין רבי. אבער וואס איז טייטש צפיחית בדבש. האט איהם די רבי ווייטער געזאגט אז די אידן האבן געארבעט שווער אין מצרים און די אייבישטער האט זיי ארויסגעצויגן פון דארט און זיי זענען געגאנגען אין מדבר און דארט האט זיי די אייבישטער געשיקט מן צו עסן. און די מן האט געהאט א טעם פון צפיחית בדבש. זאגט די יונגל. אבער, רבי וואס איז טייטש צפיחית בדבש. האטציך שוין די רבי כמעט אויפגערעגט, און ר'האט אנגעהויבן מסביר צו זיין פאר'ן יונגל אז די אייבישטער האט באשאפן די וועלט, וכו' וכו' און די מן האט געהאט א טעם פון צפיחית בדבש. ווען די יונגל האט נאכאמאל געפרעגט פון די רבי וואס ס'מיינט די טייטש פון צפיחית בדבש, האטציך די רבי אופגערעגט אויף איהם און ר'האט געזאגט אז די גלייבסט נישט אז די אייבישטער האט באשאפן די וועלט ביסטו דאך אן אפיקורס. און מיט אן אפיקורס וויל איך נישט רעדן. נמשל כ---נדמו. א יעדער פרובירט מסביר צו זיין וואס מצטט מיינט. שכוח. דאס ווייס איך. און וואס לבטלה מיינט, ווייס איך אויך. אבער צוזאמען..."מצטט לבטלה"...וואס מיינט דאס. אט דאס פארשטיי איך נישט. ביטע געב מיר א משל וואס ס'הייסט ..."מצטט לבטלה"...!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 2:16 pm
דורך געוואלדיג
כגון דא, דו באציהסט זיך צו מיין הודעה איינס פאר דיינע, יעדער פארשטייט אז דו רעדסט צו מיר, פארוואס פעלט אויס צו ציטירן?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 4:01 pm
דורך berlbalaguleh
געוואלדיג האט געשריבן:כגון דא, דו באציהסט זיך צו מיין הודעה איינס פאר דיינע, יעדער פארשטייט אז דו רעדסט צו מיר, פארוואס פעלט אויס צו ציטירן?
כדי צו מאכן א חילוק פון די מעשה וואס איך פארצייל און די קוואוט אדער להב' א פסוק וואס איך ברענג. ווייל איך ווייס פון מיר אליינס (אפשר ביניך אנדערש...
) אז ווען איך האלט מיט א סיפור המעשה און אינמיטן ברענגט מען א קוואוט פון איינעם, אדער א דיאלאג צווישן 2 מענטשן, ברענגט מען אייביג קוואוטעישן מארקס. נאר אויב ס'מאכט נערוועז א טייל מענטשן (וואס אדער האבן זיי היינט נישט גענימען די פיללן, אדער העלפט עס שוין נישט, ל"ע) וועל איך עס אויפהערן צו נוצן. ושלום על ישראל...!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 5:21 pm
דורך איך אויך
נישט געזארגט ר' בערעלינו געב עס א חודש צוויי און איר וועט עס אי''ה כאפן.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 1:30 pm
דורך לית דין בר נש
איז דא אזא זאך אז נאך א געוויסע תקופה פארליר איך מיינע אימעילס עס בלייבט נישט געסעיווט?
איך זיך א אימעיל פון פיר יאר צריק והילד איננו און איך זעה אלע אימעילס פון פאר November 2012 איז נישט צום געפונען
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 2:13 pm
דורך שמעקעדיג
אויב ביסטו אריבערגעגאנגען די לימיט פון דיינע צאל דאטא וואס דיין אימעיל פראוויידער ערלויבט פאר אומזיסט, איז שטארק מעגליך אז האימעילס האחרונות משכחות את הראשונות.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 3:30 pm
דורך קאמענטירער
לית דין בר נש האט געשריבן:איז דא אזא זאך אז נאך א געוויסע תקופה פארליר איך מיינע אימעילס עס בלייבט נישט געסעיווט?
איך זיך א אימעיל פון פיר יאר צריק והילד איננו און איך זעה אלע אימעילס פון פאר November 2012 איז נישט צום געפונען
[tag]לית דין בר נש[/tag]
ווי שמעקעדיג, ופשוט הוא אז מיט אימעיל קומט נאך נישט דעטא\מעמערי אין די וועלט אריין (פאר א סיבה האוסטען ביזנעסער אייגענע אימעיל סערווערס), וויפיל ג''ב באשטייט דיין פאסט?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 9:41 pm
דורך אייז קריעם
די שיך פוץ ווערט פארהארטעוועט מיט צייט.
איז דא עפעס אן עצה דאס צוריק ווייעך צו מאכן?
אדער נאך בעסער, וואס טיט מען דאס זאל נישט געשען?
(איך האלט דעם שאכטל פארמאכט)
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 9:46 pm
דורך נולד מאוחר
אויב צינדסט עס אן ברענט עס און ווערט צילאזט ווען סקולט זוך אפ איז עס ווי ניי
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
נשלח: מיטוואך אקטאבער 12, 2016 9:01 pm
דורך ביליג
וועלעכע סוכה איז בעסער
לייטערס אדער סוכה-דיפאו ?
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
נשלח: מיטוואך אקטאבער 12, 2016 9:02 pm
דורך קל וחומר
לייטערס
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
נשלח: מיטוואך אקטאבער 12, 2016 9:06 pm
דורך ביליג
וואס איז די חילוק?
און פארוואס זאגסטו אז עס איז בעסער?
וועלעכע איז @ביליג-ער?
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
נשלח: מיטוואך אקטאבער 12, 2016 9:48 pm
דורך קל וחומר
כ'האב געהערט פון א ידיד וואס האט 'געהאט' סוכה דיפאו. (היינט האט ער לייטערס).
אבער טאמער גייסטו מער פאר ביליג און ברויכסט נישט די שטערקסטע גיי מיט סוכה דיפאו.
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 1:55 pm
דורך טמיר
איז דא איינער וואס קען זיך אויס מיט website marketing / seo/ rankings וכל שום וחניכא דאית לה, און איז גרייט צו רעדן אביסל? ער קען אפשר האבן דערפון א טובה צום סוף
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
נשלח: זונטאג אקטאבער 16, 2016 3:05 am
דורך טרויבן88
ביליג האט געשריבן:וועלעכע סוכה איז בעסער
לייטערס אדער סוכה-דיפאו ?
איך האב די לייטערס וואס ביי מיין עקספיריענס איז עס נישט גוט געווען, עס האט זיך א טראפ געבויגן אין נאכדעם איז זייער שווער ציזאמצישטעלן די פענעלס, מיט אפאר פענעלס האב איך די פראבלעם, איך בין אפען צי פראבירן סוכה דיפאו, מען זאגט מיט אז סגרינגער צי ציזאמענשטעלן
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
נשלח: זונטאג אקטאבער 16, 2016 3:06 am
דורך טרויבן88
IMG_20161016_030832.jpg
וואס איז פשט און די ווערטער?
נשלח: זונטאג אקטאבער 16, 2016 5:35 am
דורך שמעקעדיג
אז קאווע שטיבל האט א וועבסייט
Kaveshtiebel.com
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2016 12:48 am
דורך החוקר
טרויבן88 האט געשריבן:IMG_20161016_030832.jpg
וואס איז פשט און די ווערטער?
וואס פארשטייסטו נישט? ער האט לכאורה נישט געהאלטן אז עס איז אסור, נאר זאגן אז עס איז מותר קען ער אויך נישט וועגן מה יאמרו הבריות.
דער שו"ת יד חנוך פון ר' חנוך העניך ז"ל אין סימן ג' איז מאריך אין א תשובה אז "קול של אשה בראדיאו" איז מותר, עיי"ש.
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2016 12:51 am
דורך טרויבן88
החוקר האט געשריבן:טרויבן88 האט געשריבן:IMG_20161016_030832.jpg
וואס איז פשט און די ווערטער?
וואס פארשטייסטו נישט? ער האט לכאורה נישט געהאלטן אז עס איז אסור, נאר זאגן אז עס איז מותר קען ער אויך נישט וועגן מה יאמרו הבריות.
דער שו"ת יד חנוך פון ר' חנוך העניך ז"ל אין סימן ג' איז מאריך אין א תשובה אז "קול של אשה בראדיאו" איז מותר, עיי"ש.
סא מעג הערן פרויען אויף ראדיא? און אפשר קענסטו ברענגן א פיקטשער פון די ספר פון וואס די רעדסט?
Re: זאכן וואס איך וויל וויסן - אחיעזר
נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2016 1:13 am
דורך החוקר
עס איז א לענגערע תשובה סא א בילד וועט נישט העלפן. די קענסט אבער גיין צו
http://www.otzar.org/wotzar/book.aspx?145207 און מיש אראפ ביז דף 30 (דף לב אינעם ספר) און די קענסט דארט זען די תשובה, איך האב עס נישט געקענט טרעפן אויף היברו בוקס.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2016 7:23 am
דורך ברוך שאמר
ווי אזוי קאן מען הערן די סאטמערע נעניעום אויף קול סאטמער