בלאט 11 פון 16
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 5:03 pm
דורך חד גדיא
שעפטל האט געשריבן:אינטערסאנט אז וויזשניצע רבי האט נישט אינטערגעשריבן און ניטאמאל זיינע קינדער בשמו.
איך האב גערעדט צו א אייניקעל פון וויזשניצער רבי. ער האט מיר געזאגט אז זיין זיידע האט נישט אונטערגעשריבן ווייל ער האלט אז אונז דארפן נישט גיין זיצן אין תפיסה ווייל אפשר וועט עפעס א מאדערענער נישט מאכן מציצה בפה וועגן ער וועט זיך דערשרעקן פון די צעטעל וואס מ'דארף אונטערשרייבן. ער האט מיך אויך געזאגט אז רבי בנימין לאנדוי שליט"א טאהשער דיין האלט אויך אזוי.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 5:54 pm
דורך שמעקעדיג
איך וויל נישט פארקריכן פונעם ענין, אבער איך האב שוין לאנג געטראכט, ווען איך זעה א קול-קורא אונטערגעשריבן מיט מערערע רבנים, האלט איך נישט אז ס'איז די רבנים וואס פארלאנגען דעם ענין,
עס איז בעיסיקלי א עסקן אדער א גרויס מויל-מאכער וואס באשליסט אפצושרייבן א שיינע נוסח, און גייט ארום מקבל זיין חתימות. וליתר שאת שרייבט מען "יתר החתימות עדיין מתקבלים".
ווען איך באשלוס עפעס שרייבן אדער פארלאנגען שרייב איך אליינס א בריוו, מיין נוסח, (העכסטנס בעט איך א פראפעשאנעל זאל מגיה זיין און משפר זיין דעם לשון), דאס איז "הקולמוס לשון הלב",
משא"כ א קול קורא מיט טויזענט רבנים, איז גארנישט אנדערש ווי מיר סיינען א פעטיציע פאר, למשל, רובאשקין. איך וויל טאקע אז ער זאל ארויסגיין פריי, אדער דעם פארלאנג האב איך נישט געשריבן, און מוז נישט רעפלעקטירן מיין חוות דעת 100%, ס'איז אפילו יתכן אז איך האב פשוט אדורכשפאצירט א געגנט וואו מען האט פארלאנגט פון יעדן דורכגייער אונטערצושרייבן.
כ'האף אז מיין פוינט איז גענוג קלאר, און וועט אנקומען צו די גרויסע עסקנים, ווייל איך בין שוין סיק-ענד-טייערד פון נייע באמבאסטישע קול קורא'ס יעדע חודש מיט טויזענט אונטערגעשריבענע רבנים וואס מאכט נאר די אויגן שווינדלען.
נ.ב. איך האב גארנישט אקעגן די מערכה פון מציצה בפה, מי אנכי אריינצושטעקן מיין קעפל בין ההרים הגבוהים והרמים, איך זאג נאר מיין שיטה איבער קול-קורא'ס אין דזשענעראל.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 7:55 pm
דורך פיינע קאווע
דער קול קורא מיט די פארשטינקענע פאליטיק האט געהרגט די זאך
יעדער בר דעת זעהט אז דער ציהל איז נישט דער תוכן נאר דער מי בראש, יעדע ערנסטע מערכה ווערט באלד פארוואנדעלט אין א חאזעריי דורך די זעלבע בעלי מחלוקה. דערנאך איז א ווינדער אז קיינער קימערט זיך ניטאמאל
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 1:46 pm
דורך קאווע טרינקער
און "עמי" איז געווען א שמועס דערוועגן
רב בעלסקי שמועס אויך וועגן דעם חרם אויף גרויסע סאדע באטלעך
ס'זעהט אויס ווי א חסידישע מערכה צוזאמען מיט אפאר יחידים פון די ישיבישע חדר
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:31 pm
דורך אשכנ
קאווע טרינקער האט געשריבן:און "עמי" איז געווען א שמועס דערוועגן
רב בעלסקי שמועס אויך וועגן דעם חרם אויף גרויסע סאדע באטלעך
ס'זעהט אויס ווי א חסידישע מערכה צוזאמען מיט אפאר יחידים פון די ישיבישע חדר
רב בעלסקי איז איינער פון די ישיבה'שער מוהלים וואס זענען מקפיד אויף מציצה בפה דוקא. אנדערע זענען מער מקיל.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:14 pm
דורך [NAMELESS]
א קלארערע בילד פון די קול קורא

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 2:26 pm
דורך שעפטל
ס'גייט יעצט פארקומען א פרישע זיצונג אין די אפיס פון התאחדות הרבנים דארה"ב וקנדא, אין וויליאמסבורג איבער די נושא
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 4:10 pm
דורך פריינדליך
שעפטל האט געשריבן:ס'גייט יעצט פארקומען א פרישע זיצונג אין די אפיס פון התאחדות הרבנים דארה"ב וקאנדא, אין וויליאמסבורג איבער די נושא
די רבנים פון קאנדא זענענן שוין דא?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 4:33 pm
דורך שעפטל
בילדער
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 4:37 pm
דורך לעמיל
דעי מאל זיצט אדמו"ר מגאלאנטע צווישען אדמורי"ם מסאטמער צוליב דעים וואס אב"ד וויזניץ מאנסי איז און ארץ ישראל
יישר כח שעפטל פאר די בילדער
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 4:40 pm
דורך היסטאריקער
פריינדליך האט געשריבן:שעפטל האט געשריבן:ס'גייט יעצט פארקומען א פרישע זיצונג אין די אפיס פון התאחדות הרבנים דארה"ב וקאנדא, אין וויליאמסבורג איבער די נושא
די רבנים פון קאנדא זענענן שוין דא?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 4:47 pm
דורך לעמיל
היסטאריקער האט געשריבן:פריינדליך האט געשריבן:שעפטל האט געשריבן:ס'גייט יעצט פארקומען א פרישע זיצונג אין די אפיס פון התאחדות הרבנים דארה"ב וקאנדא, אין וויליאמסבורג איבער די נושא
די רבנים פון קאנדא זענענן שוין דא?
??? זיי מסביר וואס דו ווילסט מיט די גרויסע ווערטער
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 4:52 pm
דורך היסטאריקער
לעמיל האט געשריבן:היסטאריקער האט געשריבן:פריינדליך האט געשריבן:שעפטל האט געשריבן:ס'גייט יעצט פארקומען א פרישע זיצונג אין די אפיס פון התאחדות הרבנים דארה"ב וקאנדא, אין וויליאמסבורג איבער די נושא
די רבנים פון קאנדא זענענן שוין דא?
??? זיי מסביר וואס דו ווילסט מיט די גרויסע ווערטער
that it doesn't say RABUNIM from Canada, it just say that the meeting was in the OFFICE of an organization named crc of usa & CANADA
is that simple?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 4:54 pm
דורך קאווע טרינקער
דורך געפארן, כ'האב געזעהן ר חיים יעקב טויבער, דומ"ץ באבוב, ווארט פאר א קאר-סערוויס. כ'האב אים גע'אפערט א רייד, ער זאגט, כ'האב שוין גערופן א קאר.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 5:15 pm
דורך געפילטע פיש
קאווע טרינקער האט געשריבן:דורך געפארן, כ'האב געזעהן ר חיים יעקב טויבער, דומ"ץ באבוב, ווארט פאר א קאר-סערוויס. כ'האב אים גע'אפערט א רייד, ער זאגט, כ'האב שוין גערופן א קאר.
ער וועט היינט נאכט ארויפקומען אויף קאווע שטיבל, וועט ער שוין וויסן ווער קאווע טרינקער איז, דער אינגערמאן וואס האט עם געאפערט א רייד.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 5:16 pm
דורך NAVY SEAL
וואס דער בלומבערג האט דא אנגעדרייט? צאמגעברענגט צוויי ברודערס צוזאמען ביי איין טיש....

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 5:22 pm
דורך שעפטל
וואס איך פארשטיי עפעס נישט... היתכן, סאכדעס פארופט א מאסן פראטעסט איבער די גראבונגען אין מערערע שטעט אין א"י (אזוי האבעך געזעהן צעטליך הענגן אין די גאסן, און באקומען א טוויטער מעסעדזש), און די רבני התאחדות זיצן זיך רואיג אין די ביורא אויף דעוויזשען עוו.?...
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 5:23 pm
דורך באמת
שעפטל האט געשריבן:וואס איך פארשטיי עפעס נישט... היתכן, סאכדעס פארופט א מאסן פראטעסט איבער די גראבונגען אין מערערע שטעט אין א"י (אזוי האבעך געזעהן צעטליך הענגן אין די גאסן, און באקומען א טוויטער מעסעדזש), און די רבני התאחדות זיצן זיך רואיג אין די ביורא אויף דעוויזשען עוו.?...
זעהט אויס האסט נישט גזעהן די גוט מארגן היינט
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 5:28 pm
דורך שעפטל
באמת האט געשריבן:שעפטל האט געשריבן:וואס איך פארשטיי עפעס נישט... היתכן, סאכדעס פארופט א מאסן פראטעסט איבער די גראבונגען אין מערערע שטעט אין א"י (אזוי האבעך געזעהן צעטליך הענגן אין די גאסן, און באקומען א טוויטער מעסעדזש), און די רבני התאחדות זיצן זיך רואיג אין די ביורא אויף דעוויזשען עוו.?...
זעהט אויס האסט נישט גזעהן די גוט מארגן היינט
כ'האב יא געזעהן. אמער?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 5:37 pm
דורך באמת
דא
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 5:39 pm
דורך שעפטל
אבער רוב פון די רבנים ביים זיצונג האבן נישט אנגענומען וואס דער ראב"ד שליט"א שרייבט
(לאמיך סטאפן דא פאר דעס פליעט אריין אין צימעס)
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 6:23 pm
דורך שמואל הלוי
דאס מאל איז נישטא קיין קליפ פונעם אסיפה?
כינוס מיוחד של גדולי ישראל בנושא גזירת מציצה בפה
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 11:48 pm
דורך גינות