בלאט 103 פון 213
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 12:26 am
דורך נולד מאוחר
כהאב כעמיינט סאיז א היימישע זאך דאס נישט עקסעפטן amex
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 12:33 am
דורך שאולדיספריםפאקער
נולד מאוחר האט געשריבן:כהאב כעמיינט סאיז א היימישע זאך דאס נישט עקסעפטן amex
סאיז א היימישע זאך אז אגאנץ יאר ווען איך נעם ארויס מיין אמעריקען עקספרעס קארטל הייבט די געשעפטסמאן אן צו מאכן אלע סארט פאקסן מיט קווענקלענישן ,אז איך נעם שוין נישט ארויס דאס קארטל פאר אפאר וואכן ,אבער יעצט עדווערטייזן אלע מיט גרויסע בוכשטאבן מיר זענען עימעקס פרענדלי מיר עקסעפטן עימעקס, נא נא נא איך וועל גיין צו דער וואס איז פרענדלי דערמיט אגאנצע יאר
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:59 am
דורך שמעקעדיג
אין דער מאמענט פון די וואך פרעגט איימיצער די זעלבע שאלה, און זיי האבן א שיינעם ענטפער באריכות פארוואס עס לוינט זיך זיי.
זאכן וואס איך וויל וויסן
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 1:02 pm
דורך יין שרף
איז דודאים מעגליך מריחואנה...?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 1:08 pm
דורך רויטע וואנצעס
ניין.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 1:24 pm
דורך קינד_אן_קייט
יין שרף האט געשריבן:איז דודאים מעגליך מריחואנה...?
נישט מוכרח אז דוקא מריחואנה, אבער
נארקאטיקס מכל מקום.
[tag]רויטע וואנצעס[/tag], קוק ארטסקרול (אין די הגהות) אויף יברוחי.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 2:04 pm
דורך berlbalaguleh
איך בין נישט קיין גרויסער עקספערט אין דראגס... אבער לויט ווי איך ווייס, שמעקט מען נישט קיין מאריכואנא. מ'רייכערט עס... אפשר קענמען מאכן א טיי דערפון אויכעט...
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 2:45 pm
דורך ישראל קאפקע
גערעכט, דאכט זיך אז מאריכואנא שמעקט גראדע זייער שלעכט.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 2:52 pm
דורך petergrifin
ומשום זה רופען עס אן דאה בראדערס "איל ש..", און די ערגער עס סרוח'ט די מער עס קאסט.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 5:33 pm
דורך שמעקעדיג
פארוואס האט דער טשולענט שב"ק א טעם גן עדן און די שיריים זונטאג ממש להיפוך?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 5:41 pm
דורך לית דין בר נש
ווייל דיין מאגען איז שוין אנגעוויטאגט
פראביר איינמאל ח"ו נישט עסן טשולענט שבת און נאכדעם עס עס זונטאג לכאורה גייט עס האבן א טעם גן עדן
נשלח: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 9:04 pm
דורך chusid
לית דין בר נש האט געשריבן:ווייל דיין מאגען איז שוין אנגעוויטאגט
פראביר איינמאל ח"ו נישט עסן טשולענט שבת און נאכדעם עס עס זונטאג לכאורה גייט עס האבן א טעם גן עדן
נישט אמת, ס'איז שוין כמה פעמים אויסגעקומען נישט צו עסן שבת אבער זינטאג בלייבט אומבאטאמט, ועוד אז איינער עסט ליל ששי בלייבט נאך דער שבת'דיגער טשולנט גן עדן
נשלח: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 10:08 pm
דורך chusid
אויף וועלעכע גדול האט דער בעל ויואל משה געזאגט אז ער האט קיין גלעזל קאןןע נאכנישט אוועקגעגעבן פאר א צווייטען? אין די קנאישע לאגערן דערציילט מען דע מעשה אלץ וואפן קעגן די אגודה גדולים.
וועלכע אינשורענס אויף די מארקעטפלעיס?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 1:35 am
דורך זון שטראלן
דער אויבערשטער האט געהאלפן און איך דארף צוקומען צו אבאמאקעיר. וואס קויף איך אויפ'ן מארקעט? וועלכע אינשורענס נעמען דאקטוירים אין ברוקלין אן?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 8:52 pm
דורך chusid
ווען מען הערט אז הויעכראנגיגע פיגורן האבן געשיקט א בריוו איינעם צום אנדערען , למשל אבאמא פאר דער איראנער פרעזידענט, וויאזוי דעליווערט מען דע בריוון? פאסט, פעקס , אימעיל ??
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 9:09 pm
דורך בשבילי!
דורך אן אנדער לאנד וואס האט יא באציאונגען מיט איראן
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 9:16 pm
דורך פישלע העררינג
.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 9:26 pm
דורך מאטי
לכאורה דורך דעם יו-ען אמבאסאדאר פון איראן.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 9:28 pm
דורך נהורא נפישא
וואס איז די חילוק פון תיש, שעיר, און עז ?
און וואס איז די חילוק פון שור און פר ?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 9:33 pm
דורך נולד מאוחר
פארוואס אין רעסטעראונט ווערט gratuity מער אלץ גרעסער די גרוף group איז?
וואלט געדארפט זיין פונקט פארקערט.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 9:36 pm
דורך ישראל קאפקע
איך גלייב אז זיי ווערן איבערגעגעבן דורך דעם שווייצער אמבאסאדאר אין אמעריקע, וואס פארטרעט די איראנע אינטערעסן אין אמעריקע וואו זיי האבן נישט קיין אמבאסאדאר, און ער גיט עס איבער צום שווייצער אמבאסאדאר צו איראן וואס פארטרעט די אמעריקאנער אינטערעסן אין איראן, און ער שיקט עס אפ צום אדמיניסטראציע פון די הויפט פירער כאמענעי.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 9:38 pm
דורך בשבילי!
יא ס'ליגט מיר טאקע אין זכרון שווייץ.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 10:40 pm
דורך chusid
הייסט סאיז אלעמאל האנט דעליווערט? קהל יטב לב האט געשיקט א בריוו צו די עדה החרדית דעמאלטץ ווען ס'האט זיך גערעדט פין אויפנעמען ריח"מפ פאר גאבד איז מסתמא אויכט אפרים שטערן געט איבער פאר גרשון שטעמער... כהאב געמיינט סאיז עפעס מער.