בלאט 104 פון 213
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 12:12 am
דורך כוכב
וואס איז געווען דער ערשטער אשכול אויף 'קאווע שטיבל?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 11:45 am
דורך געפילטע פיש
מאנטאג פעברואר 27, 2012 9:16 pm
א ווארט צו דעם נייעם מעמבער
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 12:04 pm
דורך כוכב
אויסער אין שלום עליכם פארום, וואס איז געווען די ערשטע ציווילע אשכול?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 12:38 pm
דורך chusid
וויאזוי זענען זיך די ערשטע הייפעלע אידן זיך צאמגעקומען דא אין קאווע שטיבל? ווי האט מען דאס אדווערטייזט
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 12:41 pm
דורך מאטי
איי-וועלט מורדים.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 11:02 pm
דורך I'm back
ווער איז געווען די ערשטע 'ביליאנער'?
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 11:06 pm
דורך [NAMELESS]
לכאורה יוסף בן יעקב אין די צייט וואס ער איז געווען די איינציגסטע סופער מארקעט אין די וועלט במשך עטליכע יער,
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 11:47 pm
דורך געפילטע פיש
כוכב האט געשריבן:אויסער אין שלום עליכם פארום, וואס איז געווען די ערשטע ציווילע אשכול?
קריטיק!
נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 12:01 am
דורך chusid
פארוואס קען נישט קאווע שטיבל צירוק ריקן די זייגער פאר א שווארץ יאר?? עס גייט מיר אויף די נערוון..
נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 12:27 am
דורך מנחם
מען דארף דאס אליינטס אנשטעלן ביי סיסטעם פרעפענצן אין דיין באנוצער קאנטראל.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 12:53 pm
דורך shem-tov
פארוואס לויפן קינדער ארום ממש הונדערט מפ"ש ספיד גלייך ווען זיי קומען אן צו א שמחה האל. איר ווייסט וואס איך מיין
נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 12:57 pm
דורך לית דין בר נש
וואס דען זאלן זיי טוהן? זיך אוועקזעצן און ארויס נעמען זייער טעלעפאון פון טאש און אנהייבן שפילן קענד"י קרא"ש אדער ליינען ק"ש???
נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 3:37 pm
דורך שמעקעדיג
געווענליך ווען מען פארט (פליעט) אויף ביזנעס קלעס, באקומט מען א גאנצע רייע פון מעלות טובות למקום, אין קאנטראסט צו די פשוט'ע עקאנאמיע זיצן, אינקלודינג פיל געשמאקערע סעודות.
וואס איך וויל וויסן איז, צי היימישע אידן האבן אויך די עדווענטעדזש? אויב פארלאנגט מען "כשר מיעלס", באקומט מען עפעס מער ווי די אויסגעקארגטע חזיריי פון די דריטע-קלאס פאסאזשירן? אדער מען בלייבט אנגעזעצט מיט די זעלבע קארגע שפיטאל-סארט באקסל מיטן הארטן קאלטן מזונות ראלל?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:00 pm
דורך איך אויך
יעדע ערליין איז אנדערש און יעדע רוט איז אנדערש. און בכלל א מיד-עיר מיעל קען געלונגען און קען פלאפן ,די זעלבע קאמפעני קען אמאל האבען א סעמי-מענשטליכן טעם און אסאך מאל נישט זיין ראוי לאכילת כלב וחתול.
אויך לא כל העיתים שוים ,למשל המשביע פלעגט זיין לויטער [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אבער די לעצטערע יארן איז עס אין מויל צו נעמען. ווידער געוויסע קאמפניס וועלן דיר געבן א שיינע גלאנציגע טרעי מיט כלערליי עסצייג אבער ווייניג עסן בתכלית און אנדערע וועלן זיין ווייניגער פענסי אבער מיט מענטשליכע פארציעס.
אקיצער עס איז אוממעגליך צו וויסן פון פאראויס.
באט שמעקי פארוואס פארסטו אוועק פון שמקעיסוויל וואס פעלט דיר דארט?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 9:06 pm
דורך [NAMELESS]
@איך אויך דו רעדסט פון אלגעמיין, @ שמעקעדיג פרעגט צו פירסט קלעס האט אן אפגרעיד אין כשר עסן מער ווי עקאנאמי וואס די תירוץ איז אז יא, איך ווייס נישט אויב ביי אלע ביי געוויסע ווייס איך זיכער אז יא בעסערע געשמאקערע און פענסי געפאקט,
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 6:17 pm
דורך לא להנאת גופי
געווענליך ווען איך פאר פורסט קלעס קיין יוראפ באקומט מען כסעודת שלמה בשעתו, ס'איז אפי' דא כשר'ע וויין, משא''כ צו א''י וואס כ'טריי צו שטיצן אל-על איז די עסן דיסגאסטינג, כ'ווייס נישט ווי זיי שעמען זיך נישט נאכן נעמען אזא געשוואלענעם פרייז.
דער אמת איז אז כ'בין איינמאל געפארע ביזנעס קלעס קיין יוראפ, און ס'איז דאכט'זיך געווען בעסער וואו אל-על פורסט קלעס! [כ'וואלט מיך נישט גע'חידוש'ט צו הערן אז אפי' עקאנאמי איז בעסער ווי אל-על'ס פורסט].
באט כ'האב שוין געזאגט מיין טרעוול אגענט אז איך בין DONE מיט אל-על.
[אגב ער טענה'ט אז ער מאכט אסאך מער פראפיט אויף אל-על, איינער ווייסט צו ס'איז אמת??]
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 8:02 pm
דורך שמעקעדיג
די צווייטע שורה פון דיין חתימה - אינאיינעם מיט דיין ניק - זענען א געוואלדיגע סתירה צו דיין תגובה, אבער שוין, צוריק צום ענין.
וועלכע עירליין האסטו גענוצט קיין אייראפע?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 8:11 pm
דורך נולד מאוחר
וויקיפידיע בעט יעצט פאר נדבות.
כהאב געפרעגט אפאר חבירים וואס ניצען אסאך וויקי, סאיז זיי נישט בייגעפאלן צי דאנעטען.
וויל איך וויסען היתכן?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 8:27 pm
דורך berlbalaguleh
לא להנאת גופי האט געשריבן:געווענליך ווען איך פאר פורסט קלעס קיין יוראפ באקומט מען כסעודת שלמה בשעתו, ס'איז אפי' דא כשר'ע וויין, משא''כ צו א''י וואס כ'טריי צו שטיצן אל-על איז די עסן דיסגאסטינג, כ'ווייס נישט ווי זיי שעמען זיך נישט נאכן נעמען אזא געשוואלענעם פרייז.
דער אמת איז אז כ'בין איינמאל געפארע ביזנעס קלעס קיין יוראפ, און ס'איז דאכט'זיך געווען בעסער וואו אל-על פורסט קלעס! [כ'וואלט מיך נישט גע'חידוש'ט צו הערן אז אפי' עקאנאמי איז בעסער ווי אל-על'ס פורסט].
באט כ'האב שוין געזאגט מיין טרעוול אגענט אז איך בין DONE מיט אל-על.
[אגב ער טענה'ט אז ער מאכט אסאך מער פראפיט אויף אל-על, איינער ווייסט צו ס'איז אמת??]
לא להנאת גופי: דאס האט צו טון מיט דעם היימישקייט באג. זיי טראכטן אז דו ביסט א איד/היימישער איז גוט אזוי אויכעט. משא"כ די גויים שטעללן זיך אהער העפליך.
אבער איך וואלט נאך אלץ ענדערש געפארן מיט אל-על אפילו זיי געבן טרוקן ברויט און ספרינג וואסער, ווי ענדערש מיט די פארשאלטענע דייטשע עירליין "לופטהאנזא". כאטש זיי זענען זייער העפליך. דאס דערמאנט מיך אז א געוויסער חשוב'ער אדמו"ר , בגן עדן תהא מנוחתו, האט געהאט א קעפעידעה דייקא נאר צו פארן מיט לופטהאנזא. זיי וואלטן געזאגט אזוי..."הערר ראבינער נאך איינע פירטל שטונדע קאממען וויר אן נאך אוישוויץ...ביטע זיין גרייט...

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 2:15 am
דורך chusid
וויאזוי האלט זיך נפטלי בנט'ס קאפל? ער האט נישט קיין האר סא עס איז נישט מיט א באבי פין
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 4:11 pm
דורך לא להנאת גופי
berlbalaguleh האט געשריבן:לא להנאת גופי האט געשריבן:געווענליך ווען איך פאר פורסט קלעס קיין יוראפ באקומט מען כסעודת שלמה בשעתו, ס'איז אפי' דא כשר'ע וויין, משא''כ צו א''י וואס כ'טריי צו שטיצן אל-על איז די עסן דיסגאסטינג, כ'ווייס נישט ווי זיי שעמען זיך נישט נאכן נעמען אזא געשוואלענעם פרייז.
דער אמת איז אז כ'בין איינמאל געפארע ביזנעס קלעס קיין יוראפ, און ס'איז דאכט'זיך געווען בעסער וואו אל-על פורסט קלעס! [כ'וואלט מיך נישט גע'חידוש'ט צו הערן אז אפי' עקאנאמי איז בעסער ווי אל-על'ס פורסט].
באט כ'האב שוין געזאגט מיין טרעוול אגענט אז איך בין DONE מיט אל-על.
[אגב ער טענה'ט אז ער מאכט אסאך מער פראפיט אויף אל-על, איינער ווייסט צו ס'איז אמת??]
לא להנאת גופי: דאס האט צו טון מיט דעם היימישקייט באג. זיי טראכטן אז דו ביסט א איד/היימישער איז גוט אזוי אויכעט. משא"כ די גויים שטעללן זיך אהער העפליך.
אבער איך וואלט נאך אלץ ענדערש געפארן מיט אל-על אפילו זיי געבן טרוקן ברויט און ספרינג וואסער, ווי ענדערש מיט די פארשאלטענע דייטשע עירליין "לופטהאנזא". כאטש זיי זענען זייער העפליך. דאס דערמאנט מיך אז א געוויסער חשוב'ער אדמו"ר , בגן עדן תהא מנוחתו, האט געהאט א קעפעידעה דייקא נאר צו פארן מיט לופטהאנזא. זיי וואלטן געזאגט אזוי..."הערר ראבינער נאך איינע פירטל שטונדע קאממען וויר אן נאך אוישוויץ...ביטע זיין גרייט...

קודם כל אין אזאי פאל וואלט איך געענפערט דעם סטוערד, די נודריגע הונט ארבעט'סט אויף מינימאם, האסט ניטאמאל א בעט ביינאכט, איך פאר מיך פערסט קלעס, און די זאגסט וואס, נאכאמאל??!!
שנית, איך קען א חשוב'ע אדמו''ר וואס דרייווט א בי.עם.w. און ווער געט א קראץ. אגב כ'פאר נישט קיין דייטשלאנד איך פאר געווענליך קיין לונדון, איטאליע, פראקרייך, שווייץ, און פוילען.
google ads
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 6:10 pm
דורך chusid
פארוואס ביי אסאך פירמעס למשל עמעזאן ווען איר טייפט אריין עמעזאן אין גוגל וועט די ערשטע זיין א באצאלטע עד פון עמעזאן און ערשט נאכדעם וועט זיין עמעזאן אלץ די ערשטע רעזאלטאט, רוב מענטשן וועלן דריקן די גאנץ אויבערשטע און דאס וועט קאסטן פאר עמעזאן, פארוואס דארף עמעזאן מאכן א באצאלטע עד דארט ווען זיי קומען מילא ארויף די ערשטע?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 6:19 pm
דורך מאטי
ס'קען זיין אז זיי זענען אין קאנטראקט מיט גוגל פון ווען זיי האבן דאס יא געדארפט.