בלאט 104 פון 214

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2020 9:34 am
דורך יוחנן
איך זיץ שוין דא א שטיק צייט, דורכגעאקערט און די לאנגע נעכט העמק דבר/ געזעלשאפט/ תורה און מחשבה, און איך שפיר אז ס'איז שוין געקומען די צייט פאר א ניק צו שרייבן עפעס אויך

נשלח: דאנערשטאג מאי 28, 2020 9:36 am
דורך א רוז'ינער
מלערנט די הייליגער תורה, שפילט אביסעלע מוזיק, וואס נאך זאל איך זאגן? א רבישע אייניקל.
אע דרשו איד. א דף היומי איד. וואס נאך? א יחסן, אינג, נישט אלט.
אין אדם מישראל שאין לו שם צדיק באיזה דבר. כל ישראל יש להם חלק בעוה"ב. דער הייליגער אהבת ישראל האט אמאהל געזאגט מוטב שיכשל מאה פעמים בהאבת ישראל חנם משיכשל פעם אחד בשנאת ישראל חנם!!!

נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 8:03 pm
דורך דוראק
berlbalaguleh האט געשריבן:
דוראק האט געשריבן:אַ איד ווי אַלע אידן. איך רעד אידיש פון דער היים, און איך האָב שוין איבערגעזעצט עטליכע ביכער/העפטלעך אויף אידיש.

איך פאַראינטערעסיר זיך מיט שפּראַך און דיאַלעקט פאָרשונג, ווי אויך מיט אידישע געשיכטע, און בכלל אידישע זאַכן.

שלום עליכם הרב דוראק: איך האף אז דו ווייסט וואס דער טייטש פון דעם ווארט דוראק מיינט אין א געוויסע שפראך.

אויך. דו זאגסט אז דו האסט שוין איבערגעזעצט עטליכע העפטעלעך אויף די אידישע שפראך. איז מיין שאלה. פון וועלכע שפראך...?!

ועוד. איך האב אויך זייער שטארק ליעב צו געפונען דעם מקור און שורש פון ווערטער אין עטליכע שפראכן. אידיש. ענגליש. ספאניש...!

אויך האף איך אז אונז וועללן אי"ה האבן א סאך וואס צו שמועסן...!

איך האָב איבערגעזעצט פון פאַרשידענע שפּראַכן, אַרײנגערעכנט אויך יענע שפּראַך אין וועלכער דוראַק מיינט...

איך האָף אַזוי אויך!

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 9:46 pm
דורך פאליטיקאנט
יעצט קומט ארויס מיט'ן פשט פון דוראק אין יענע שפראך?

נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 9:56 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פאליטיקאנט האט געשריבן:יעצט קומט ארויס מיט'ן פשט פון דוראק אין יענע שפראך?

https://translate.google.com/#view=home ... text=durak

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 10:01 pm
דורך פאליטיקאנט
אוי בין איך א דוראק.
כ'האב עס נישט גוט אריינגעלייגט אין טרענסלעיט (סתם אזוי איך האב מיך גערעכנט אויף בעסערס).

נשלח: מאנטאג יוני 01, 2020 1:35 pm
דורך פייסיס
א דאנק

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2020 3:54 pm
דורך אברהם לינקאלן‎
אין בין שוין א קאווע שטיבל ליינער פאר א וויילע, אין איך פיל אז עס איז צייט צו זיך אויפסיינען אין באקומען די מעגליכקייט צו מיטטיילן; מיר לערנען זיך שרייבן, אזוי צי קענען זיך אויסדריקן אין אויסשמועסן
אן ווערן פארשריגן.‎

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2020 3:54 pm
דורך יענקעלע גרין
איך בין א יוד פון ברוקלין וואס ליינט ערליך יעדע וואך די יוד און די בלאט, פארצאפאל דורך א סירטש אויף די טריפנע אינטירנעץ האב איך מיך מיך אנגעטראפען מיט "קאווע שטיבעל" האב איך מחליט געוועהן לאמיר אביסעל טועם זיין מאוצרתיה והי רחם יכפר עון וכו'

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2020 3:55 pm
דורך מה בכך
באמת האלט איך שוין לאנג אן אויג אויףדעם זעלטענעם אוצר וואס בארייכערט כלל ישראל מיט אזאויפיל רייכע און אינאינפארמאטיווע ידיעות‚ואם לא עכשיו אימתי האב איך מחליט געווען אז לאמיר אויך זיין א חלק צווישן די מזכי הרבים און פרובירן ארויסציהעלפן מיט וואס איך קען
מיינע שאיפות זענען פשוט לבקר בהיכלו ‚שרייבן‚קאמענטירן בתקווה להנאת כולם

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2020 3:55 pm
דורך מחוזא
אלס א לאנגיעריגע צוקוקער און דארשטיגע ליינער האב איך שטענדיג הנאה פון דעם רואיגן ווינקל. אצינד וויל איך נעמען דאס מוה צו עפענן מיין געווענליך פארמאכטע מויל, נוצען מיין געוועליך פארגלאצטע פינגער, אהההם מיין פארריבענעם האלדז און נעמען די מייק אין האנט אריין. מיטטיילן מיינע ידיעות, פרעגן שאלות, און קאמענטירן הערה'לעך וויאימער פאסיג.

עס וועט מיר זיין א כבוד צו ווערן א חלק פון דעם חבורתא קדישתא!

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2020 3:56 pm
דורך דודקעלע
מיין מוטער שפראך איז יידיש. מיינע עלטערן ברידער און שווטעסטער רעדן צווישן זיך נאר אויף יידיש. ווען איך בין אויפגעוואקסן גייענדיק אין חדר און שפעטער אין ישיבה זייענדיק ארומגערינגלט מיט חברים וואס צום באדויערן זיינען נישט באקענט מיטן דעם יידישן זשארגאן איז דער שפראך בא מיר אביסעלע אפגעשוואכט געווארען. איך האף אז זייענדיק א חבר אין קאווע שטיבל וועט מיר העלפן אומקערן דאס וואס איז בא מיר פארלוירען געגאנגען.

איך האב ליב לייענען, מוזיק, עסן און פארברענגען

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2020 3:57 pm
דורך חסידישער_ספקן
אפיציעל א חסידישער יונגערמאן, אין הארץ מלא ספיקות, מקנא די וואס זען קלאר בצדקת דרכם. זעהט די מעלות פון חרדישען לעבן'ס שטייגער, ספעציעל פאר די וואס האבן ליב סדר און מאכט זיי באקוועם, און דראפעט זיך צו פארשטיין וויאזוי אן אייגענארטיגער מאן אדער פרוי קען באמת דורך גיין די לעבן אין חסידישען שטייגער באקוועם. האט ליב צו ליינען מחשבה, היסטוריה און עוואלאציע פון חרדישן לעבן שטייגער.

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2020 3:57 pm
דורך קאווע אן צוקער
איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר ווייך איך וויל באקימען אין געבן ידיעות וואס איך פיל אז עס פעלט מיר אדער איך פיל איך קען מיטיילן. א גרויסן דאנק למפרע פאר די גיטע ארבעט וואס איר טיט

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2020 3:58 pm
דורך Bla-Bla
Hi all, I am trying to find my way in life, hope to get some unbiased prospective on issues affecting us daily but not spoken about in public.

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2020 3:59 pm
דורך NISEN
איך וויל ליינען און קלוגער ווערן ביי די וויכטיגע חלקים אין לעבן וואס מען לערנט נישט ביי אונז סיי לגבי ארבעט און סיי לגבי שלום בית וכדומה, ווי אויך לגבי אנדעערע ענינים וווי למשל ביי קאויד 19 פארווואס די הנהגה איז געווען אזוי שוואך

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2020 3:59 pm
דורך astesel
as i thing i will enjoy it and i will coment as well , i want to read your stuff. i heared a lot about you and now i would like to see your stuff

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2020 4:01 pm
דורך סדרן
שלום עליכם אלע נייע חברים.
מאכטס ענק באקוועם און לאזטס ענק הערן!

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2020 5:00 pm
דורך astesel
any one has this?


מה טובו אוהליך: די תורה'דיגע השקפה אויף שלום בית און קדושת הבית (Yiddish Edition) (Yiddish) Paperback – December 9, 2019

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2020 6:14 pm
דורך כוכב
astesel האט געשריבן:any one has this?


מה טובו אוהליך: די תורה'דיגע השקפה אויף שלום בית און קדושת הבית (Yiddish Edition) (Yiddish) Paperback – December 9, 2019


אמאזאן האט עס.

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2020 6:19 pm
דורך חתם סופר
astesel האט געשריבן:any one has this?


מה טובו אוהליך: די תורה'דיגע השקפה אויף שלום בית און קדושת הבית (Yiddish Edition) (Yiddish) Paperback – December 9, 2019

https://www.amazon.com/dp/1673737560

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2020 7:30 pm
דורך פייסיס
שלום עליכם צו אלע חשובע געסט

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 11:48 pm
דורך קליגער יוד
איך האב ליב צי לערנען תורה, און צי קענען זיין תורה וגדולה במקום אחד. דא קען מען וויסען אסאך ידיעות אין ביזנעס וויסן ווי מען קען מאכן א גרינעם דאלער אין ידיעות התורה און מראי מקומות