בלאט 105 פון 213

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 8:17 pm
דורך berlbalaguleh
chusid האט געשריבן:וויאזוי האלט זיך נפטלי בנט'ס קאפל? ער האט נישט קיין האר סא עס איז נישט מיט א באבי פין

אפשר וועלקרא? נאר וואס איך קען נישט פארשטיין. אויב ער האט שוין יא א קאפל, פארוואס נישט א נארמאלע סייז כיפה סרוגה ווי אלע אנדערע מזרחי'סטן?...!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 10:45 pm
דורך לא להנאת גופי
פאוואס גייט ער קיינמאל נישט קיין געהעריגע סוטס?? און פארוואס טריפל זירא'ט ער זיין פיאת\האר?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 11:36 pm
דורך berlbalaguleh
לא להנאת גופי האט געשריבן:פאוואס גייט ער קיינמאל נישט קיין געהעריגע סוטס?? און פארוואס טריפל זירא'ט ער זיין פיאת\האר?

ס'איז דא נאך קאנפליקטינג און סתירות'דיגע זאכן וואס ער טוט. למש. שבת איז ביי איהם א פולשטענדיגע יום מנוחה. אזוי ווי ער זאגט אליין אויף אן אינטערוויו. ער זינגט אפילו זמירות. אבער ער האט אויך א הונט וואס ער איז מגדל אלס פעט. דער כלב'ל שפירט זיך ביי איהם ווי א בן בית. כ'האב געזעהן ווי דער הינט טרינקט קאפי פון א טעפל...!
אויך איז ער מלידתו אן אמעריקאנער ... נישט אן איזראעלי...!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 11:53 pm
דורך לא להנאת גופי
יא אבער די נישט גיין סוטס איז א שיטה, ניין?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 12:32 am
דורך chusid
berlbalaguleh האט געשריבן:
chusid האט געשריבן:וויאזוי האלט זיך נפטלי בנט'ס קאפל? ער האט נישט קיין האר סא עס איז נישט מיט א באבי פין

אפשר וועלקרא? נאר וואס איך קען נישט פארשטיין. אויב ער האט שוין יא א קאפל, פארוואס נישט א נארמאלע סייז כיפה סרוגה ווי אלע אנדערע מזרחי'סטן?...!

וועלקרא'ד צו וואס?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 1:27 pm
דורך לא להנאת גופי
פארוואס זעהט ר' אלישיב אייביג אויס ווי ער איז אנגעזעצט??

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 1:31 pm
דורך ירח בן יומו
לא להנאת גופי האט געשריבן:פארוואס זעהט ר' אלישיב אייביג אויס ווי ער איז אנגעזעצט??



איך האב זוכה געווען צו זיין ביי הרב אליישיב סוף ימיו ביי א שיעור, ער איז געווען מלא שמחה, און מלא חיות דקדושה.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 2:34 pm
דורך לית דין בר נש
ווען האסטו אים לעצטענס גיזעהן? איך האב אים שוין נישט גיזעהן א שטיק צייט.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 2:50 pm
דורך לא להנאת גופי
קוק'סט נישט אויף בילדער פון מתים? [כ'האב געהערט אז אין סקווער איז דא אזאי קפידא]

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 3:01 pm
דורך chusid
פארוואס פעלט זיך אויס דאס נשיא פאזיציע אין מדינת ישראל? ועוד אויב ער געט די אוטאריטעט פאר די גרעסטע פארטי צאמצושטעלן א קאאליציע און דאס איז די פאקט אייביג דעמאלטץ טוט ער דאך גארנישט...די טעלעפאן קאל מיינט מען?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:23 pm
דורך געפילטע פיש
berlbalaguleh האט געשריבן:
לא להנאת גופי האט געשריבן:פאוואס גייט ער קיינמאל נישט קיין געהעריגע סוטס?? און פארוואס טריפל זירא'ט ער זיין פיאת\האר?

ס'איז דא נאך קאנפליקטינג און סתירות'דיגע זאכן וואס ער טוט. למש. שבת איז ביי איהם א פולשטענדיגע יום מנוחה. אזוי ווי ער זאגט אליין אויף אן אינטערוויו. ער זינגט אפילו זמירות. אבער ער האט אויך א הונט וואס ער איז מגדל אלס פעט. דער כלב'ל שפירט זיך ביי איהם ווי א בן בית. כ'האב געזעהן ווי דער הינט טרינקט קאפי פון א טעפל...!
אויך איז ער מלידתו אן אמעריקאנער ... נישט אן איזראעלי...!

איז דאך ממש א סתירה! וויאזוי קען זיין אז ער היט שבת ווען ער האט אבער א הונטל? איך פארשטיי דאס נישט!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:29 pm
דורך יאיר
ירח בן יומו האט געשריבן:
לא להנאת גופי האט געשריבן:פארוואס זעהט ר' אלישיב אייביג אויס ווי ער איז אנגעזעצט??



איך האב זוכה געווען צו זיין ביי הרב אליישיב סוף ימיו ביי א שיעור, ער איז געווען מלא שמחה, און מלא חיות דקדושה.

איך האב אויך זוכה געווען צו זיין ביי א שיעור סוף ימיו (וואס בדרך אגב איז נישט געווען וואס צו הערן דערביי, סתם א פשוט'ע גמרא שיעור) און ווען איינער האט אריינגעפרעגט א שאלה האט ער געענטפערט מיט אן אנגעבלאזענעם פנים, "איך ווייס ניט וואס איר ווילט."

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:29 pm
דורך געפילטע פיש
chusid האט געשריבן:פארוואס פעלט זיך אויס דאס נשיא פאזיציע אין מדינת ישראל? ועוד אויב ער געט די אוטאריטעט פאר די גרעסטע פארטי צאמצושטעלן א קאאליציע און דאס איז די פאקט אייביג דעמאלטץ טוט ער דאך גארנישט...די טעלעפאן קאל מיינט מען?

ס'איז א טיטל אן א מיטל. אויב געדענק איך גוט האט בן גוריון געשטעלט חיים וייצמן אלץ ערשטער נשיא ווייל ער האט עם געוואלט געבן די הערכה אן צופיל פאליטישע כח.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:02 pm
דורך דריידל
האט זיך שוין אמאל געמאכט אז אן אדמו"ר האט פארגעסן ותן טל ומטר אדער יעלה ויבוא און ער האט איבערגעדאווענט שמנה עשרה?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:03 pm
דורך ישמעאל הכהן
זיי האלטן אין איין פארגעסן, דערפאר נעמט עס אזוי לאנג

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:13 pm
דורך לא להנאת גופי
כ'ווייס נישט וועגען אדמו''ר, אבער כאב אמאל געדאווענט אין ראדני, שבת צופרי, און די בעל תפילה האט בטעות געזאגט 'מוריד הטל'. פראבלעם איז אז ס'געווען אנהייב 'שבט'!!
איך וויל שטארק וויסען צו ער האט פשוט קיינמאל נישט געטוישט, צו ער איז נאר געווען נערוועז און ס'האט זיך עם פארמושט.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:59 pm
דורך דריידל
פאר זאגן מוריד הטל דארף מען נישט איבער דאווענען. מיין שאלה איז אויב איינער ווייסט פון א רבי וואס האט געהאט די קוראזש איבערצודאווענען ווען ס'האט זיך געמאכט א טעות ביים דאווענען.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 1:25 am
דורך chusid
וואסערע כשרונות דארף זשאש ערניסט מכלומפרשט צו האבן אז ער האט אזא הויעכע פאזיציע? איך זע נישט אין אים גארנישט

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 1:32 am
דורך berlbalaguleh
דריידל האט געשריבן:האט זיך שוין אמאל געמאכט אז אן אדמו"ר האט פארגעסן ותן טל ומטר אדער יעלה ויבוא און ער האט איבערגעדאווענט שמנה עשרה?

דאס מסתמא נישט. ווייל ס'איז בינו לבין קונו. און גאט ברוך הוא פארציילט נישט פאר'ן עולם. ממילא האט דער רבי נישט מורא...!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 1:43 am
דורך קליגער אינגערמאן
דריידל האט געשריבן:האט זיך שוין אמאל געמאכט אז אן אדמו"ר האט פארגעסן ותן טל ומטר אדער יעלה ויבוא און ער האט איבערגעדאווענט שמנה עשרה?


יא.. כ'האב אמאל געהערט אז דער ברך משה זצ"ל מ'סאטמאר האט איבערגעדאווענט ברבים ווייל ער האט פארגעסען ותן טל ומטר.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 2:10 am
דורך שטילע אינגערמאן
דריידל האט געשריבן:פאר זאגן מוריד הטל דארף מען נישט איבער דאווענען. מיין שאלה איז אויב איינער ווייסט פון א רבי וואס האט געהאט די קוראזש איבערצודאווענען ווען ס'האט זיך געמאכט א טעות ביים דאווענען.

באבובער רב זצ''ל האט אמאל פארגעסען יעלא ויבוא אין האט אעבער געדאווענט, דערנאך געמאכט א שמועס דערפון

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 10:32 am
דורך לית דין בר נש
דריידל האט געשריבן:האט זיך שוין אמאל געמאכט אז אן אדמו"ר האט פארגעסן ותן טל ומטר אדער יעלה ויבוא און ער האט איבערגעדאווענט שמנה עשרה?

האט נישט סאטמער רב איין יאר פארגעסן איין נאכט צו ציילן ספירה און יענע יאר האט ער מער נישט גיקענט מאכן א ברכה? אזוי האב איך גיהערט כד הוינא טליא

אגב יעצט באמערקט איך האב אנגעהויבן די 100 בלאט אין דער אשכול!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 10:45 am
דורך דריידל
פארגעסן צו ציילן ספירה איז גאר אנדערש ווייל מ'קען עס נישט באהאלטן וויבאלט אלא וואס האבן מיטגעדאווענט ווייסן, משא"כ א טעות ביי שטילע שמו"ע.

דאס וואס מ'האט אנגעצייכענט אויף מהר"ש מבאבוב און מהר"ם מ'סאטמאר שטימט זייער גוט ווייל ביידע זענען געווען ארגינעלע מענטשן לאפוקי פון די היינטיגע שאו שפילער.