בלאט 105 פון 214

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 11:49 pm
דורך מהיכי תיתי
קביעין כן תהוון בהני חבורתא, וויל איך נעמען א טייל אין די חבורה החשובה כהוראת חז"ל או חברותא או מיתותא וחרב על הבדים וכו'.

נו גוט נו שוין, זאל זיין! מהיכי תיתי!

וזאת למודעי מיין ניק איז נישט מיט א קwעשן (יא, איך ווייס ס'קומט נישט מיט א דאבל-יו) מארק נאכדעם, פארקערט איך זאג: מהיכי תיתי! זאל זיין!

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 11:50 pm
דורך Panbin
איך בין א חסיד וואס איז געבוירן און ארץ ישראל און ירושלים און חתונה געהאט קיין בארא פארק, איך בין זייער אסאך ארום געפארן ביי קברי צדיקים און אירופה במשך פון מיינע בחור׳ישע יארן.
און איך בין זייער א נייגעריגער מענטש.

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 11:51 pm
דורך Always fresh
ס'געפעלט מיר זייער די idea אז יעדער מענטש האט א ווארט, אין ער קען עס ארויס געבן ברבים. איך האב ליב history וואס איך זע דא איז דא א סך information. כהאב ליב צו לערנען כסדר

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 11:51 pm
דורך עיני הנשר
just want to join and if I have what to write I will write if not i don't write i don't spend to much time on the net

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 11:52 pm
דורך Abe30
Just a guy that like to read and enjoying life loves coffee and chocolate and fruits and loves to learn as well and has nothing more to a d to my biography

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 11:53 pm
דורך נישט יעצט
מיין לעבן איז בארינג, געבוירן, געמל'ט ביי די אכטע טאג, בר מצוה ביי די דרייצן, געוואגערט אין אפאר ישיבות ביז די חתונה, נישט מער געדאכט.. היינט לערן איך דורכן נעט אלעס... כרך דכולה ביה, שוין 40 ווערטער?

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 11:53 pm
דורך זכור ושמור
פארהאן פארשידענע טעמעס וועלכע מוזן אויסגעשמועסט און בהאנהאדלט ווערן. אבער נישט באלד, נאר שוין.

וואו דען איז דער פאסיגער ארט אויב נישט קאווע שטיבל?

נו, לאמיר אנהייבן. הזמן קצר והמלאכה מרובה.

נשלח: דאנערשטאג יוני 04, 2020 11:55 pm
דורך סדרן
ברוכים הבאים אלע נייע מעמבערס וואס האבן זיך מצרף געווען צו אונזער חבורה קדושה.
מאכטס ענק באקוועם און לאזטס ענק הערן!

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2020 11:34 pm
דורך אינדיבידואל
איך בין אויפגעוואקסן אין א סביבה ווי איך האב אייבוק געפילט אז אלעס איז קאנטרעליט דאס מיינט סיי דו הנחות אין קאפ אין סיי דו געפילן דו יסוד וואס האלט דו אלע הנחות איז בעיקר דו פחד אז מען מיז זיין און דו סביבה און נישט ארויספאלן ביז עס איז געקומען א צייט וואס איך בין ארויסגעפאלן פין דו סביבה איז דעמאלטס האב איך געפילט וו איך קען האבן דו ריכטוגע שכל און אזוי האבן דו אמת געפיל אויף אידושקייט און דו לעבן

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2020 11:36 pm
דורך ybg
i just like to read here its looks like a very interesting website sorry my Yiddish keybored dosnt work
now but please accept me as a member i think i could add some good stuff here

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2020 11:37 pm
דורך מלאכת מחשבת
איך ליין שוין א שיינע פאר יאהר קאווע שטיבל, ס'איז א געוואלדיג פלאץ ווי מ'קען דורכשמועסן ענינים העומדים על הפרק אין די היימישע גאס.
איך האב כסדר הערות און רעיונות, אבער איך האב נאך קיינמאל נישט גענומען די מיה צו זיך רעגיסטרירן.
איך זיך צו מאכן א שינוי לטובה אין אונזער סיסייעטי, ס'ריקט זיך ב''ה אין געוויסע נושאים, אבער נאך נישט גענוג...

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2020 11:37 pm
דורך יעקב מעקסוועל
א גוטן טייערע חבירים,

איך האב שוין קונה געווען אסאך פונעם שטיבל, איך האף צו ווייטער ליינען און קלוגער ווערן פון נייע ווי פון אלטע. אמאל פיל איך אויך די געברויך צו ארויסגעבן מיינע מיינונגען און ידיעות, וועל איך פראבירן די בעסטע צוצוגעבן צום ווינקעל פון חכמה.

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2020 11:38 pm
דורך רוהיגעראינגערמאן
איך בין א רוהיגער אינגערמאן וואס האט ליב צו פארברענגען צייט מיט ליינען און שרייבן, די נושאים דא אין שטיבל איז זאפטיג און געשמאק און איך האב אינטערעסע צו ווערן א חלק פון די קהילה דא. איל קוק ארויס אויף א הייסע קאווע מיט א געשמאקע קופקע צו שמועסן.

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2020 11:38 pm
דורך שפילער
איך בין א יונגערמאן וואס וואוינט אין עיר התורה וויליאמסבורג נאכן ליינען דער וועקער האב איך באשלאסן זיך איינצושרייבן דא און זעהן ווי איך קען צולייגן עפעס איך האב ליב די אפענקייט וואס הערשט דא איך האב ליב די שרייבערס און מען קען איינקויפן א וועלט מיט ידיעות דא תרתי משמע

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2020 11:39 pm
דורך קרעטשמער
א אינגערמאן, וועלכע איז א שטארקע ליינער פון קאווע שטיבל, און האט הנאה פון דעם קרעטשמע דא. איך האף צו זיין א ליינער קרעטשמער און צולייגן מיינע געדאנקן, חלומות, געפילן און ענק גיבן א פיינע משקה.

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2020 11:40 pm
דורך אויפגעפרישטער
א יונגע גראפיק דעזיינער מיט א געפיל צו מוזיק פאליטיק (:
זיך ממש לעצטענס געלערענט גראפיק, באלאנגט צום ברייטבאקאנטע "סאטמארע" חסידות מהר"א אין די עיר ואם בישראל מאנסי ניו יארק יע"א.

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2020 11:41 pm
דורך יוגערמאן
אזוי ווי א יעדער איד כאפן מיר א באזוך (ווייניגסטן) דריי מאל און א שעה און קאווע שטיבל זיך צו דערכאפן מיט א שטיקל נייעס אדער פאליטיק, אדער צו טרעפן א חבר .. א גוטן .. מיט הצלחה !

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2020 11:43 pm
דורך טובה
אין כאטש 40 ווערטער, שרייבט (אין אידיש אדער בדוחק אין א גוטן ענגליש) פארוואס איר האט מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל,
עס איז ווארשיינדלעך זייער רייך און אויסוואל פון דמיונות ביז סיריעס ביזנעס

און/אדער אייערע אינטערעסן,
אינטרעסירט אין א גוטע שמועסל מיט א זיפ קאווע
מצב,
מיד און הונגעריג

חסידות,
ווי עס איז דא עקשאן

טאלאנטן,
ליינער און אבזעווירער

שאיפות,
זיין גליקליך

פלענער,
א לאנגע ליססט

אדער וואס אימער איר ווילט מיטטיילן מיט אונזערע חברים.
מיט די צייט...

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2020 11:46 pm
דורך סדרן
ברוכים הבאים אלע נייע מעמבערס וואס האבן זיך מצרף געווען צו אונזער חבורה קדושה.
מאכטס ענק באקוועם און לאזטס ענק הערן!

נשלח: מיטוואך יוני 10, 2020 10:47 pm
דורך פיק ניק
א פרייליכע איד, א אמתדיגע איד, א חסידישע איד, א דערהויבענע איד, א איד וואס האט ליב צו לערנען, א איד וואס האט ליב צו שמועסען, א איד וואס טוט אמאל אן עבירה, אבער א איד וואס טוט אויך תשובה

נשלח: מיטוואך יוני 10, 2020 10:48 pm
דורך Blindspot
im working hard sometimes i need something different to look outside the box and i wanna be and it looks pretty interesting herer educated

נשלח: מיטוואך יוני 10, 2020 10:49 pm
דורך מנחם ציון
אלס א זייטיגע צושויער און ליינער פאר עטליכע יאר איז ביי מיר קלאר געווארן אז קאווע שטיבל איז א רעפליקע פון ריכטיגע אביעקטיוויטעט און ווילן פאר וואהרהייט און גערעכטיקייט
אלזא צו וואס שטיין אין א זייט?
לאמיר אויך אנטייל נעמען אין דעם מאסיווער טויזנט יאריגער געיעג צום אמת

נשלח: מיטוואך יוני 10, 2020 10:53 pm
דורך קאמפאט
איך וויל העלפן פאר מענטשן וויסן אמיתתן של דברים ללא כחל ושרק. מסייע זיין פאר יעדער איינער. צו לייגען סיפורי צדיקים און אביסעלע היסטאריע. מיט דער גרעסטער צאל פון זיכוי הרבים און אריין געבן חיות ביי אידישע קינדער בעז"ה