בלאט 106 פון 213

שטריימלאך

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 13, 2014 5:44 pm
דורך לא להנאת גופי
פארוואס זענען שמאלער שטריימלאך קאנסידערט מער א מאדערענער לוק, און ברייטע איז מער חסידיש?? [אגב זעלבע זאך מוט היטען]

גלעד שליט

נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:05 am
דורך chusid
איך גוגל שוין ארום א לאנגע צייט איך בין נייגעריג איבער די דיטעילס פון די 5 יאר גלעד שליט איז געווען ביי כאמאס, וואס איז געווען זיין סדר היום, עסן, שלאפן אא"וו , ווייסט אפשר איינער ווי איך קען דאס ליינען?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 10:11 am
דורך לית דין בר נש
לא להנאת גופי האט געשריבן:פארוואס זענען שמאלער שטריימלאך קאנסידערט מער א מאדערענער לוק

ווייל די מער רייסערישע גייען דאס
לא להנאת גופי האט געשריבן: און ברייטע איז מער חסידיש??

ווייל די מער חסידישע גייען אזוי

נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 11:03 am
דורך איציק
לא להנאת גופי האט געשריבן:יא אבער די נישט גיין סוטס איז א שיטה, ניין?

האסט אמאל געזעהן אן איזראעילי מיט א סוט?
איבערהויפט ביי די מזרחי'סטן, ביי זיי גייען אלע אנגעטוהן ווי די פויערן פון דערהיים. די פרויען אויך אזוי. און אפילו ביי חתונות...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 11:06 am
דורך איציק
דריידל האט געשריבן:האט זיך שוין אמאל געמאכט אז אן אדמו"ר האט פארגעסן ותן טל ומטר אדער יעלה ויבוא און ער האט איבערגעדאווענט שמנה עשרה?

איך האב אמאל געהערט פון איינעם אז ווען א רבי דאוונט אדער טוט סיי וועלכע מצוה, איז עס ריין לשמה. פארוואס?
ווייל ווען ער דאווענט נישט, וואלטן די חסידים שוין פארענטפערט אז ס'איז הויכע זאכן. ממילא ווען ער דאוונט יא, איז עס זיכער בלתי לה' לבדו.

יעצט קען מען שוין פארשטיין...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 1:31 am
דורך ישראל קאפקע
וואס איז דאס די 'מוזיק קאנספיראציע' 440 ווס. 432?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 10:17 am
דורך מאטי
איז פארהאן אן אונליין עברית dictionary/translation צוזאמען מיט vocal pronunciation ?

james mitchel

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 10:30 pm
דורך chusid
just watched on the kelly file a interview with one of the interogators who waterboarded someone 83 times to get out information' im curious to know what kind of ppl are these who can do it??? which ppl can pain someone so severe even not in a state of anger... i think that i know no one who can do this

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:18 pm
דורך shem-tov
.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:22 pm
דורך shem-tov
chusid האט געשריבן:just watched on the kelly file a interview with one of the interogators who waterboarded someone 83 times to get out information' im curious to know what kind of ppl are these who can do it??? which ppl can pain someone so severe even not in a state of anger... i think that i know no one who can do this


מיין כתה ח' רבי שר"י פארוואס פרעגסטו

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:49 pm
דורך ירח בן יומו
איף דערף קויפן א שיינע בכבודי'גע מתנה פאר א גוי
איך וואונדער זיך צו איינער ווייסט צו עס פאסט צו געבען א שיינע (JUDAICAׂ) מנורה פאר א גוי (דאקטער אדער לויער)?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 2:09 am
דורך געפילטע פיש
וויאזוי וואלטסו געפילט ווען ער געט דיר א שיינע קראצמעך בוים?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 2:13 am
דורך berlbalaguleh
shem-tov האט געשריבן:
chusid האט געשריבן:just watched on the kelly file a interview with one of the interogators who waterboarded someone 83 times to get out information' im curious to know what kind of ppl are these who can do it??? which ppl can pain someone so severe even not in a state of anger... i think that i know no one who can do this


מיין כתה ח' רבי שר"י פארוואס פרעגסטו

שם טוב: דו האסט מיך געמאכט שמייכלען. ווייל דו האסט מיר אויפגעברענגט זיסע זיכרונות פון אמאל.
איך מיין אז מיין כיתה ח' רבי, ווען ער איז געגאנגען אהיים ביינאכט האט ער געזאגט אויף מיר שר"י. נישט איך אויף איהם.... :lol: :roll: :x :P :twisted:

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:23 pm
דורך ירח בן יומו
געפילטע פיש האט געשריבן:וויאזוי וואלטסו געפילט ווען ער געט דיר א שיינע קראצמעך בוים?

איך האב שוין געזען בילדער פון יודישע עסקנים געבען מנורות פאר הויכגעשעצטע פאליטישע חברה, איז דאס אנגנומען ווי א שיינע מתנה אדער טאקע להבדיל ווי א קראצמעך בוים?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:46 pm
דורך ישראל קאפקע
ירח בן יומו האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:וויאזוי וואלטסו געפילט ווען ער געט דיר א שיינע קראצמעך בוים?

איך האב שוין געזען בילדער פון יודישע עסקנים געבען מנורות פאר הויכגעשעצטע פאליטישע חברה, איז דאס אנגנומען ווי א שיינע מתנה אדער טאקע להבדיל ווי א קראצמעך בוים?

פאר א פאליטיקאנט איז יא די סדר צו געבן א מנורה אדער אנדערע רעליגיעזע ארטיקל ווי א בעכערל אדער א שופר און להבדיל רעליגיעזע ארטיקלען פון אנדערע רעליגיעס, ווייל דער פאליטיקאנט פארטרעט פארשידענע רעליעזע און עטנישע גרופעס, און אז איינע פון די קאנסטיטשוענט גרופעס וויל ארויסצייגן א דאנק און אנערקענונג פארן פאליטישן פארטרעטער פון זייער גרופע איז זייער פאסיג צו געבן א געשאנק פון יענעם ספעציפישן גרופע. געווענליך האבן פאליטיקאנטן א שאנק אדער ענליך וואו צו דיספלעיען די געשאנקען פון די פארשידענע עטנישע און רעליגיעזע גרופעס וואס זיי פארטרעטן, און דאס איז א גרויסער כבוד פארן פאליטיקאנט.

סתם א פריוואטע גוי איז נאריש צו געבן א מנורה, ער קען דערמיט גארנישט טון, און ער האט נישט וואו אדער פארוואס עס צו דיספלעיען.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 1:42 pm
דורך ירח בן יומו
און וואס איז מיט א מזוזה?
וויסען זיי אז ביי אונז איז דאס א שמירה און וואלטן זיי אויך געקענט הנאה האבן
איך האב אמאל געזען ביי א לויער הענגען א הערליכע מזוזה אויף א פלעק אין זיין אפיס,
ווארשיינליך האט א יוד וואס איהם דאס געגעבן און די יוד האט זיכער געמאכט אז ער זאל דאס נישט קענן הענגן אויך די טיר. איך וויס נישט צו עס האט געהאט די אינעוויניג אינסטרוקשינס (:lol: )

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:42 am
דורך shem-tov
וויאזוי דריקט מען זיך אויס אין יודיש "כהאב נאך אלץ נייטמערס" בקיצור נייטמערס אין יודיש

סאיז נישט פלעין שלעכטע חלומות

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:52 am
דורך מאטי
קאשמארן

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 11:13 am
דורך שמעון וואלף
דא האסטו

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 4:05 pm
דורך דוק ותשכח
וואס טיט מען ווען מען האט א שווער אן אומפארגינער

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 4:09 pm
דורך לית דין בר נש
די דארפסט אביסל מער מסביר זיין
וואס פארגינט ער דיר נישט? אז די האסט באקומען זיין טאטכער פאר א ווייב?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 4:29 pm
דורך דוק ותשכח
לית דין בר נש האט געשריבן:די דארפסט אביסל מער מסביר זיין
וואס פארגינט ער דיר נישט? אז די האסט באקומען זיין טאטכער פאר א ווייב?

גראדע דאס פארגינט ער מיר יא
Just kidding
ער קריטיקירט א נייע קאר, היוז, עטענשאן וכו'.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 4:48 pm
דורך shem-tov
די בעסטע וועג ווען איינער פארגינט נישט אבער מקען זיך נישט אפגעבן מיטן חומר הדין... איז זיך צו מאכן ווי א רחמנות. למשל זיך אפרעדן אויף שלום בית, אויף די דשאב אויף די וועטער אויף טריט און שריט פלוצלינג וועט ער דיר שוין אלעס פארגינען