בלאט 107 פון 110

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 3:50 am
דורך שבת אחים
די חתן איז משפחה מיט ר׳ עמרם גרויזינגער פון ב״פ מחסידי מונקאטש? זיין זוהן איז ער זיכער נישט ווייל זיי שרייבן אויף אייוועלט בן ר׳ הערשל.

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 7:08 am
דורך יעלה ויבא
ניין. עמרם הייסט ראזינגער, נישט גראזינגער.

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 7:25 am
דורך [NAMELESS]
שבת אחים האט געשריבן:די חתן איז משפחה מיט ר׳ עמרם גרויזינגער פון ב״פ מחסידי מונקאטש? זיין זוהן איז ער זיכער נישט ווייל זיי שרייבן אויף אייוועלט בן ר׳ הערשל.

דער זיידע איז הרה"ח ר' משה גראזינגער פון בארא פארק, מחסידי וויען

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 7:54 am
דורך יָדוֹרָש
Screenshot_20220209-075314.png
שלמה המלך האט געשריבן:ווער איז אוועק היינט אין א ווערהויז אין ווילי?

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 8:48 am
דורך [NAMELESS]
לויט ככר השבת איז די חתן אוועק פון קאראנא
https://mobile.kikar.co.il/article/411968

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 9:13 am
דורך שמעקעדיג
ס'א פחד וואס גייט דא פאר לעצטנס. דער מלאך המוות האט זיך צולאזט מיט א גרויזאמקייט.

משנכנס אדר מרבין בשמחה? עהעם....

רבש"ע רחמנות ביטע!

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 1:35 pm
דורך מאנטריאל
שלמה המלך האט געשריבן:ווער איז אוועק היינט אין א ווערהויז אין ווילי?

איז ער טאקע אוועק פון אראפפאלן אדער איינער האט מער אינפא? ווייל איך האב געהערט נחום ראזענבערג האט צוזאגן עפעס אויף דעם, בין איך צומישט

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 3:14 pm
דורך ליפא
שבת אחים האט געשריבן:די חתן איז משפחה מיט ר׳ עמרם גרויזינגער פון ב״פ מחסידי מונקאטש? זיין זוהן איז ער זיכער נישט ווייל זיי שרייבן אויף אייוועלט בן ר׳ הערשל.

אין דער איד שטייט מחסידי גור

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 5:36 pm
דורך berlbalaguleh
יעלה ויבא האט געשריבן:ניין. עמרם הייסט ראזינגער, נישט גראזינגער.

יעלה ויבא: דו ביסט גערעכט. איך קען די משפחה. א סאך מענטשן מאכן דעם טעות. ווייל דער נאמען (ראזינגער) איז זייער א זעלטנער נאמען. און ס'קלינגט ווי גראזינגער...!

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 10:47 pm
דורך berlbalaguleh
איך האב יעצט געהערט (און געזעהן) א קליפ פון די עצרת זיכרון וואס מ'האט אפגעהאלטן אין ארץ ישראל לזיכרו פון דעם ניקלשבורגער רבי שליט"א'ס זון ר' ברוך יודא לעבאוויטש ז"ל. צוערשט האט גערעדט דער טאטע דער רבי אליין. ער האט גערעדט זייער עמאשיאנעל. נאכדעם האט גערעדט דער ברודער פון נפטר הרב ר' יואל(י) שליט"א. ער האט געזאגט זייער הארציגע דיבורים. דער תמצית איז געווען אז אונז אלע קענמיר זיך אפלערנען פון די מידות טובות, ווי ביטחון און לימוד זכות. און אהבת ארץ ישראל פון דעם נפטר.

דער ניקלשבורגער רבי שליט"א זאלל אודאי מאריך ימים זיין. נאר ער (יואלי) זעהט אויס צו זיין דער ריכטיגער ממלא מקום. וואס איז ראוי לאותה איצטלא. זיין דרשה איז געווען זייער שטארק אינספיירינג. נאך איהם האט גערעדט הרה"צ ר' אלימלך (מיילעך) בידרמן שליט"א. ער האט גערעדט אן צעטלעך און נאוטס. אין עטליכע 20 מינוט האט ער צוזאמגעווארפן מאמרי חז"ל פון ש"ס ומדרשים. וספרי מוסר וחסידות. אלעס פון אויסנווייניג. כמונח בקופסא דמי. נאך איהם האט גערעדט הרה"צ ר' גמליאל ראבינאוויטש שליט"א. אויך זייער גוט. מיט זיכרונות פון די אלטע ירושלימ'ער אידן.

ווער ס'קען צוברענגען א לינק כדי לזכות את הרבים, איז תבוא עליו ברכה...!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 12:33 pm
דורך עסקן בדברים
berlbalaguleh האט געשריבן:ווער ס'קען צוברענגען א לינק כדי לזכות את הרבים, איז תבוא עליו ברכה...!

https://youtu.be/N4_-nApu2d4

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 4:26 pm
דורך בענבען
הבחור קלמן סופר ע"ה וויליאמסבורג 23
סנאומאביל עקסידענט
ומחה ד' דמעה

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 4:57 pm
דורך שבת אחים
בענבען האט געשריבן:הבחור קלמן סופר ע"ה וויליאמסבורג 23
סנאומאביל עקסידענט
ומחה ד' דמעה


א שרעקליכע אומגליק! נישט צום גלייבן.

אים גוט געקענט פערזענליך. אייביג געוועהן פרייליך. א גוט הארץ. ממש גערעדט מיט אים צוויי וואכן צוריק. איך האב נאך געלערעט מיט זיין טאטען אין ישיבה אלץ בחור.


זיי הייסן נישט באמת סופר. נאר סופיאן, זיי זענען ספרדישע אידן וואס זענען געווארן חסידים. זיין פאטער האט זיך געטוישט די נאמען צו סופר.

נשלח: דינסטאג מערץ 22, 2022 1:45 pm
דורך שבת אחים
הנגיד המרומם ר׳ חיים משה בן הרבני הנגיד הנכבד ר׳ אפרים פישל פעלדמאן. לאנדאן. 86.
ראה”ק ואיש אמונים של רבותה”ק מוויזניץ. חתן הנגיד המרומם ר׳ געציל בערגער ז”ל

רבי חיים משה האט געשטאמט פון איינע פון די חשובסטע משפחות אין גאנץ מארמארוש און מזרח אייראפע. די באוואוסטע גאון רבי ישראל משה פעלדמאן אב״ד דראגמירעשט, מגדולי חסידי וויזניץ און זיין זוהן די באוואוסטע גאון, נגיד, און איש ציבורי רבי אפרים פישל פעלדמאן בעהמח״ס ידות אפרים, דגל אפרים, חתן הגאון הנגיד רבי יהודא עביר ראזענבערג מביטשקוב, מגדולי חסידי וויזניץ ר׳ פישל און זיין שווער זענען געוועהן א שם דבר אין גאנץ מארמארוש.

די לעצטע סאדיגורער רבי וואס איז לעצטענס אוועק איז געוועהן א איידעם ביי הנגיד רבי חיים משה, די היינטיגע סאדיגורער רביס זענען זיינע אייניקלעך.

נשלח: דינסטאג מערץ 22, 2022 1:59 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
יהא זכרו ברוך, אויך זיין געלט.
וואס איז דאס "המרומם"? ווען ווערט איינער פאררעכנט ווי סתם א "הנגיד" און ביי וויפיל געלט קומט צו די טיטול "המרומם"??

נשלח: דינסטאג מערץ 22, 2022 2:50 pm
דורך יין שרף
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:יהא זכרו ברוך, אויך זיין געלט.
וואס איז דאס "המרומם" ווען ווערט איינער פאררעכנט ווי סתם א "הנגיד" און ביי וויפיל געלט קומט צו די טיטול "המרומם"??

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

המרומם ווענד זיך שוין וואס מען האט געטוהן מיט די געלט..

נשלח: דינסטאג מערץ 22, 2022 3:57 pm
דורך יין שרף
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:יהא זכרו ברוך, אויך זיין געלט.
וואס איז דאס "המרומם" ווען ווערט איינער פאררעכנט ווי סתם א "הנגיד" און ביי וויפיל געלט קומט צו די טיטול "המרומם"??

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

Check out the header...

נשלח: דינסטאג מערץ 22, 2022 5:53 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
שבת אחים האט געשריבן:
בענבען האט געשריבן:הבחור קלמן סופר ע"ה וויליאמסבורג 23
סנאומאביל עקסידענט
ומחה ד' דמעה


א שרעקליכע אומגליק! נישט צום גלייבן.

אים גוט געקענט פערזענליך. אייביג געוועהן פרייליך. א גוט הארץ. ממש גערעדט מיט אים צוויי וואכן צוריק. איך האב נאך געלערעט מיט זיין טאטען אין ישיבה אלץ בחור.


זיי הייסן נישט באמת סופר. נאר סופיאן, זיי זענען ספרדישע אידן וואס זענען געווארן חסידים. זיין פאטער האט זיך געטוישט די נאמען צו סופר.


וועלעכע ישיבה האסטו געלערט מיט אים, איז ער נישט קיין סאטמארער תלמוד?

הרה"ג רבי יעקב דוד דאמב זצ"ל

נשלח: זונטאג יולי 03, 2022 5:36 pm
דורך Chasidishmashpia
אב"ד תהילות יואל לונדון
די לעצטע בילד לעצטע וואך מאנטיג קרח תשפ"ב ביי א הכנסת ספר תורה לע"נ הרב אברהם פינטער זצ"ל

מודעת אבל

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2022 3:49 am
דורך Chasidishmashpia
ביהמ"ד תהילות יואל

נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2022 2:33 pm
דורך כלבאשבוע
ר׳ יעקב (הנקרא סאנני) קאהאן ז״ל

https://www.youtube.com/watch?v=-EaR5x3Mh6M

הרב רבי יוסל בעכער ז"ל

נשלח: מאנטאג יולי 25, 2022 3:47 am
דורך Chasidishmashpia
פון לונדון 75 ל"ע געליטן פון די מחלה די לעצטע פאר יאר. אסאך געטון פאר יהדות תימן.

נשלח: מאנטאג יולי 25, 2022 11:07 pm
דורך berlbalaguleh
אויך געווען פון די שטערקסטע נטורי קרתא מענטשן. אויב ער האט זיך געקושט מיט די אראבערס (זכרים) ווייס איך נישט. אבער געווען א זיסער איד. ער פלעגט אפט קומען קיין ניו יארק. צו שתדל'ן פאר יהדות תימן... יהא זיכרו ברוך...!