בלאט 107 פון 213
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 5:54 pm
דורך בשבילי!
פארוואס אין מיין אלטע קאר ווען דער מאטאר און בעטערי זענען פארלאשן טשארדזשט זיך נאך אלץ מיין פאון, אבער אין מיין אדעסי נישט?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 5:59 pm
דורך berlbalaguleh
בשבילי! האט געשריבן:פארוואס אין מיין אלטע קאר ווען דער מאטאר און בעטערי זענען פארלאשן טשארדזשט זיך נאך אלץ מיין פאון, אבער אין מיין אדעסי נישט?
בשבילי: לפענ"ד איז דאס ווייל אין די עלטערע קארס איז דער סיגערעט לייטער/פאוער דזשעק נישט קאנעקטעד צו דעם איגנישן סוויטש. אזוי ווי די העדלייטס. אבער אין די נייערע קארס איז עס יא. פרוביר אויס צו דרייען דעם איגנישן סוויטש אויף "רעווערס"/עקוויפמענט. ס'וועט זיך מסתמא יא טשארדזשן...!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 7:54 pm
דורך שמעקעדיג
האסט מסתמא געהאט אן אמעריקאנע קאר בעפאר. זיי לאזן דעם פיוז אנגעצינדן אפילו ווען די איגנישאן איז פארלאשן. משא"כ די יאפאנעזישע אויטאס, טאיאטע/האנדא/מאזדא פארלעשן עס יא און זענען חייש לחומרא אז צו לאנג טשארדזשן אנעם ענדזשין וועט אויסנוצן דעם באטערי.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 12:37 pm
דורך ונבנתה העיר
פארוואס איז דער אוצר פון ווערטער/מושגים אזוי ארים ביי דעם אלגעמיינעם היימישן איד? וויפיהל ווייסן פון 'agree to disagree'?
עס וואונדערט מיר וועלכע איז די סיבה און וועלכע די מסובב, ווייל מען וויל נישט קענען אזא מושג דערפאר איז מען פרעמד פון די ווערטער, אדער איז עס גאר פארקערט, א מאגערער ווערטער אויסוואהל ברענגט מאגערע מושגים?
עס איז אפשר א שטיקל חידוש, אבער כ'מיין אז עס איז אן ערענסטע צד, נישט זיין באקאנט מיט די ווערטער ברענגט אז דער מושג 'agree to disagree' דרוקט זיך נישט אויס אינעם למעשה'דיגן לעבן.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 12:39 pm
דורך איך אויך
איך וואלט געבעהט אז רובא דרובא ק''ש און אפילו א''ו ווייסן וואס עס מיינט.
צו מען פראציקטירט עס איז א wהול ניו סטארי אלטוגעדער.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 1:03 pm
דורך דוק ותשכח
אלס ישיבה קטנה בחור פלעג איך אסאך מאל אויספירן א זאץ מיטן ווארט Whatever
ביז דער מגיד שיעור האט מיר געזאגט "נעקסטע מאל די זאגסט מיר whatever פליסטו פון בית מדרש
Whatever...
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 1:04 pm
דורך לית דין בר נש
איז וואס ווילסטו וויסן?
וואס Whatever מיינט?
וואס די וועסט פליען פון ביהמ"ד מיינט?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 1:06 pm
דורך דוק ותשכח
פארוואס איז דער אוצר פון ווערטער/מושגים אזוי ארים ביי דעם אלגעמיינעם היימישן איד?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 1:25 pm
דורך לית דין בר נש
די מיינסט ער האט נישט געוויסט וואס whatever מיינט עס האט אים פשוט נערווירט אז די ענדיגסט יעדע זאץ מיט דעם. אזוי ווי עס איז דא מענטשן וואס יעדע זאץ ענדיגט זיך "בקיצור" עס נערווירט
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 1:31 pm
דורך שמעון וואלף
אפשר ווילסטי וויסן פארוואס whatever נערווירט? על איך דיר זאגן. ווען איינער ניצט די ווארט מיינט עס אדער אז ער וויל עפעס נישט דערציילן אדער האט מען אים געפאקט ביי א ליגענט און ער וויל זיך נישט מודה זיין.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 3:15 pm
דורך chusid
איז דא א העכערע רעיט פון מענטשן אויף פילן- כדורים ביי די היימישע עולם ווי אין די אלגעמיינע גאס?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 3:38 pm
דורך שמערל
ונבנתה העיר האט געשריבן:פארוואס איז דער אוצר פון ווערטער/מושגים אזוי ארים ביי דעם אלגעמיינעם היימישן איד? וויפיהל ווייסן פון 'agree to disagree'?
עס וואונדערט מיר וועלכע איז די סיבה און וועלכע די מסובב, ווייל מען וויל נישט קענען אזא מושג דערפאר איז מען פרעמד פון די ווערטער, אדער איז עס גאר פארקערט, א מאגערער ווערטער אויסוואהל ברענגט מאגערע מושגים?
עס איז אפשר א שטיקל חידוש, אבער כ'מיין אז עס איז אן ערענסטע צד, נישט זיין באקאנט מיט די ווערטער ברענגט אז דער מושג 'agree to disagree' דרוקט זיך נישט אויס אינעם למעשה'דיגן לעבן.
[tag]יידל[/tag] האט פאראיאר געשריבן א לאנגע אשכול אויף די נושא.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 7:51 pm
דורך ירח בן יומו
chusid האט געשריבן:איז דא א העכערע רעיט פון מענטשן אויף פילן- כדורים ביי די היימישע עולם ווי אין די אלגעמיינע גאס?
עס איז אוממעגיך צו וויסן, ווייל ביי אינז באהאלט מען אלעס, (ווייל ס'קען שאטן פאר שידוכים, די צווייטע צד נעמט דאך נישט קיין פילן, בפרהסיא)
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:01 pm
דורך berlbalaguleh
chusid האט געשריבן:איז דא א העכערע רעיט פון מענטשן אויף פילן- כדורים ביי די היימישע עולם ווי אין די אלגעמיינע גאס?
איך וועיס נישט...! אבער דאס דערמאנט מיך א גוט ווערטל פון קאני ראטנבערג ע"ה. ער האט געזאגט אז 80% מענטשן אין ראדני זענען אויף פיללן...אבער די פראבלעימען האמיר פון די איבעריגע 20% וועלכע זענען נישט אויף פיללן...
ניגון המיוחס ליעקב אבינו ע"ה
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 11:52 pm
דורך צוקלאפטע הושענא
איך האב געליינט וועגן דעם הייליגן ניגון המיוחס ליעקב אבינו ע"ה אויף דעם לינק:
http://www.derech.net/nigunim-yakov-avinu.htmאויב איר ווייסט וואו איך קען דאס טרעפן און הערן, ביטע לאזט מיר וויסן. יישר כח
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 11:52 pm
דורך פישלע העררינג
צוקלאפטע הושענא האט געשריבן:איך האב געליינט וועגן דעם הייליגן ניגון המיוחס ליעקב אבינו ע"ה אויף דעם לינק:
http://www.derech.net/nigunim-yakov-avinu.htmאויב איר ווייסט וואו איך קען דאס טרעפן און הערן, ביטע לאזט מיר וויסן. יישר כח
גיי אויף די ליובאוויטשע וועבזייטלעך. זיי האבן עס אויף זייער אוצר ניגוני חב"ד.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 11:56 pm
דורך מוזיקאנט
I have it. If you read notes, I'll attach it
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 12:03 am
דורך צוקלאפטע הושענא
פישל'ע העררינג האט געשריבן:צוקלאפטע הושענא האט געשריבן:איך האב געליינט וועגן דעם הייליגן ניגון המיוחס ליעקב אבינו ע"ה אויף דעם לינק:
http://www.derech.net/nigunim-yakov-avinu.htmאויב איר ווייסט וואו איך קען דאס טרעפן און הערן, ביטע לאזט מיר וויסן. יישר כח
גיי אויף די ליובאוויטשע וועבזייטלעך. זיי האבן עס אויף זייער אוצר ניגוני חב"ד.
ביטע לייג אריין א לינק צו דעם, אויב איר קענט. יישר כח
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 12:19 am
דורך פישלע העררינג
אגב, דער מקור צו דעם וועט ידידינו [tag]ברסלבער[/tag] אודאי וויסן און קענען בעסער אויסשמועסן. עס איז א ליקוטי מוהר"ן:
דע, כי יעקב אבינו כששלח את בניו - עשרת השבטים - ליוסף, שלח עמהם ניגון של ארץ ישראל, וזה סוד: "קחו מזמרת הארץ בכליכם" - בחינת זמר וניגון ששלח על ידם ליוסף.. דע לך, שכל רועה ורועה יש לו ניגון מיוחד, לפי העשבים ולפי המקום שהוא רועה שם.. וזה בחינת "מכנף הארץ - זמירות שמענו" (ישעיה כ"ד, טז), היינו - שזמירות וניגונים יוצאים מכנף הארץ על ידי העשבים הגדלים בארץ ועל ידי הרועה שיודע הניגון.. ועל כן יעקב אבינו, אף שלא היה יודע אז שהוא יוסף, רק כפי מה שספרו לו השבטים הנהגותיו של יוסף, שלח לו ניגון השייך לשר כמותו. כי יעקב רצה לפעול אצלו על ידי הניגון, מה שהיה צריך, על כן שלח לו אותו הניגון של ארץ ישראל. וזהו שאמר לבניו: 'קחו לכם מזמרת הארץ בכליכם - והורידו לאיש מנחה, מעט צרי ומעט דבש, נכאת ולט בטנים ושקדים'.. כי הניגון נעשה מגידולי הארץ האלה.
(ליקוטי מוהר"ן תניינא ס"ג.)
נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 6:54 pm
דורך איך אויך
אויף וועלכע רויזן גיבט ר' פישעלע (ניין נישט יענע ר' פישעלע ,עס איז דא נאך איינס על ישראל הדרתו בק''ש) א רעיטינג און אויף וועלכע נישט?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 12:34 am
דורך אפטעמיסט
ס'דרייט זיך ארום א קליפ ווי יענקי לעמער זינגט די national anthem ערגעץ וואו. ווייסט איינער וואו דאס איז, און וואס די מעשה אונטער דעם איז?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 8:34 am
דורך shem-tov
אין "שמייכל" פארעם האט איינער ארויפגעלייגט א שמועס פון מייקעל סעוועטש מיט א ראביי. וויל איך פרעגן צי עמעצער ווייסט אפשר ווי סאיז די חז"ל פון וואס ער רעדט אז דער אייבערשטער שיקט דונערן אדער בליצן פאר מענטשן וואס האבן קרומע הערצער. סאיז מיר זייער נייטיג צו וויסן. יישר כח
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 8:39 am
דורך כוכב
ברכות די לעצטע פרק נ''ט א'.