פאלאצ'ינטא האט געשריבן:למה ביום כיפור אומרים בתפילת כל נדרי שאנחנו מתירים להתפלל עם העבריינים, ובראש השנה לא אומרים את זה? כי בראש השנה כל העבריינים באומן...
פאלאצ'ינטא: אפילו דיין ווערטל איז נישט אינגאנצן אמת. אבער איך גלייך א גוט ווערטל...!
איך האב גארנישט געמיינט פערזענלעך נאר אזוי ווי דו אליין האסט געזאגט... עס איז א גוט ווערטעל
פאלאצ'ינטא: אויב דו גלייכסט גוטע ווערטלעך. הנה...!
ס'זיצט א תימנ'ער (אדער מאראקאנער) ביים סדר און זאגט די הגדה. פלוצלינג געט זיך א רוף אן זיין אידענע..."אני לא מבינה. הרי יש מכות. למה צריך עוד סימנים (ר' יהודה היה נותן בהם סימנים). ענטפערט איהר מאן..."מכות בלי סימנים זה לא מכות"...! דאס איז געאייגנט פאר די תימנ'ער וועלכע פלעגן אנרייסן זייערע ווייבער...!
berlbalaguleh האט געשריבן:פאלאצ'ינטא: אויב דו גלייכסט גוטע ווערטלעך. הנה...!
ס'זיצט א תימנ'ער (אדער מאראקאנער) ביים סדר און זאגט די הגדה. פלוצלינג געט זיך א רוף אן זיין אידענע..."אני לא מבינה. הרי יש מכות. למה צריך עוד סימנים (ר' יהודה היה נותן בהם סימנים). ענטפערט איהר מאן..."מכות בלי סימנים זה לא מכות"...! דאס איז געאייגנט פאר די תימנ'ער וועלכע פלעגן אנרייסן זייערע ווייבער...!
איך האב היינט געליינט אין מאמענט פון פ' חיי שרה, וואו שלמה גליק ברענגט א מעשה בתוך מעשה. אז ס'געווען אן אלטער איד וואס האט אמאל געהערט א בחור זאגן ביים דאווענען "פיטום הקטורת", רופט ער זיך אן צום בחור, דו זאגסט נישט גוט, מ'דארף זאגן פיטוס, מיט א סמ"ך. איך זאג שוין 70 יאר אזוי...!
דאס דערמאנט מיך, ביי אונז אין ביהמ"ד זענען דא (לכה"פ) 3 אידן וואס זאגן ביי די שירה פון אז ישיר "נהלת באזניך"... אל נוה קדשך. איינער פון זיי א ת"ח און א שיינער איד. איך קען מיר פארשטעלן אז די מענטשן (רעדן זיך איין אז זיי) קענען פירוש המילות. די פשט גייט אזוי (לשיטתם), די אידן האבן נישט געוואלט אריינגיין קיין ארץ ישראל, האט זיי דער אייבישטער אנגעכאפט ביי די אויערן און אריינגעפיהרט...!
דער שיינער איד און ת"ח איז שוין בעלמא דקשוט. ער איז מסתמא גלייך אריין אין גן עדן אין מתיבתא דרקיע. ער האט אויכעט ליעב געהאט דאס ברעטל. ווען מ'האט איהם מכבד געווען צו דאווענען פאר'ן עמוד און ער האט געזאגט "באזנך" האטציך דער גאנצער עולם צולאכט, און דער ראפשיצער רב זצוק"ל האטציך אויך אמאל צולאכט אינמיטן טיש. דער עולם האט נישט פארשטאנען די סיבה. שפעטער האט ער דערציילט אז ער האט צוגעזעהן אן ענליכע מעשה אין גן עדן און דער גאנצער עולם האט געלאכט, האט ער אויך געלאכט...!
דער שיינער איד און ת"ח האט א ברודער (זז"ג) וואס האט אויך זייער שטארק ליעב דאס ברעטל. ער האט אמאל געדאוונט מוסף לר"ח און ער האט געזאגט ביי שמונה עשרה "וחוקי ראשי חדשים להם "בקעת"... ווען מ'האט איהם געפרעגט פשט פון דעם, האט ער געזאגט..."עטץ אמעראצעם פארשטייץ נישט. ס'איז געווען איין גרויסער ראש חודש, און דער אייבישטער איז געגאנגען און ער האט צושפאלטן און געמאכט 12 ראשי חדשים...!