בלאט 107 פון 179
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 8:48 am
דורך פאלאצ'ינטא
berlbalaguleh האט געשריבן:פאלאצ'ינטא האט געשריבן:למה ביום כיפור אומרים בתפילת כל נדרי שאנחנו מתירים להתפלל עם העבריינים, ובראש השנה לא אומרים את זה?
כי בראש השנה כל העבריינים באומן...
פאלאצ'ינטא: אפילו דיין ווערטל איז נישט אינגאנצן אמת. אבער איך גלייך א גוט ווערטל...!
איך האב גארנישט געמיינט פערזענלעך נאר אזוי ווי דו אליין האסט געזאגט... עס איז א גוט ווערטעל
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 11:32 am
דורך berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא: אויב דו גלייכסט גוטע ווערטלעך. הנה...!
ס'זיצט א תימנ'ער (אדער מאראקאנער) ביים סדר און זאגט די הגדה. פלוצלינג געט זיך א רוף אן זיין אידענע..."אני לא מבינה. הרי יש מכות. למה צריך עוד סימנים (ר' יהודה היה נותן בהם סימנים). ענטפערט איהר מאן..."מכות בלי סימנים זה לא מכות"...! דאס איז געאייגנט פאר די תימנ'ער וועלכע פלעגן אנרייסן זייערע ווייבער...!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 5:37 am
דורך פאלאצ'ינטא
berlbalaguleh האט געשריבן:פאלאצ'ינטא: אויב דו גלייכסט גוטע ווערטלעך. הנה...!
ס'זיצט א תימנ'ער (אדער מאראקאנער) ביים סדר און זאגט די הגדה. פלוצלינג געט זיך א רוף אן זיין אידענע..."אני לא מבינה. הרי יש מכות. למה צריך עוד סימנים (ר' יהודה היה נותן בהם סימנים). ענטפערט איהר מאן..."מכות בלי סימנים זה לא מכות"...! דאס איז געאייגנט פאר די תימנ'ער וועלכע פלעגן אנרייסן זייערע ווייבער...!
אדער דער רבי אין חדר
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 3:59 pm
דורך יעקב מעקסוועל
.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 9:33 am
דורך פאלאצ'ינטא
זיי זענען שוין ווייטער בארד.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 10:00 am
דורך berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא: מ'דארף זיי זאגן אז זיי זאללן צוריקגיין צו די ריעל עסטעיט דיעלס און צו די השגחות. דארט טשעפען זיי קיינעם נישט...!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 10:04 am
דורך berlbalaguleh
ס'איז לעצטנס ארויסגעקומען א (באנייטער) איסור אויף סמארטפאונס, רח"ל. דורך שומרים (קארטלעך). דארט רעכענען זיי אויס די אלע פלעצער וואו אן ערליכער איד טאר נישט אריינטרעטן צוליעב סמארטפאונס. זיי האבן אבער פארגעסן אויסצורעכענען איין זייער וויכטיג פלאץ... די אלע הייזער וואס די אייגנטומער האבן סמארטפאונס. אז די געלט גייערס טארן דארט אהין נישט גיין...! אדער אפשר פאר דעם איז עס מותר...!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 30, 2021 9:11 pm
דורך פאלאצ'ינטא
א אינגל קומט אהיים פון חדר און פרעגט זיין טאטע...
היינט האבען אונז געלערענט וועגן אדם הראשון און חוה און אז זיי זענען געוועהן אין גן עדן... אבער מען האט נישט געזאגט ווער איז געוועהן זיין שוויגער?
ענטפערט זיין טאטע...
ער האט נישט קיין שוויגער... פארוואס מיינסטו ער איז געוועהן אין גן עדן?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 3:04 pm
דורך פאלאצ'ינטא
מסופר על בנש"ק שהגיע למקווה ועשה שם צרכיו כהוגן, עומד שם אחד ומכריז בקול רם... יציאת צדיק עושה רושם...
נשלח: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 5:06 pm
דורך berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא: איך האב געהערט א ביסל אן אנדערן נוסח. וואס מאכט א ביסל א שטערקערן רושם...!
א שאד דער רבי ר' מיכלי זלאטשוב'ער פון נתניה איז נישט דא (נישט נאר ער. נאר אפילו זיין עלטערער זון איז אויך שוין בגן עדן העליון.). ער האט ליעב געהאט אזעלכע דזשאוקס...!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:03 pm
דורך פאלאצ'ינטא
בחורים אין א ישיבה האבן געשמועסט וועגען גיין צו א בארבער אין זיך אפשערען מיט א סקווער בעק אדער ראונד בעק.
אין מיט'ן רוקט זיך אן דער מנהל און הערט זיי רעדן. גייט ער צו צו א בחור און זאגט...
שוין ברענג מיר אהער דעם סקווער בעק מיט'ן ריטשארדז'ער
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:06 pm
דורך פאלאצ'ינטא
ביי א לוי' ל"ע זעהט מען ווי א איד שרייט מחול לך... מחול לך... מחול לך ...
פרעגט איהם איינער...
איז ער דיר שולדיג געבליבען געלט?
זאגט ער ניין, ער איז געוועהן מיין שדכן...
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 10:31 am
דורך berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:בחורים אין א ישיבה האבן געשמועסט וועגען גיין צו א בארבער אין זיך אפשערען מיט א סקווער בעק אדער ראונד בעק.
אין מיט'ן רוקט זיך אן דער מנהל און הערט זיי רעדן. גייט ער צו צו א בחור און זאגט...
שוין ברענג מיר אהער דעם סקווער בעק מיט'ן ריטשארדז'ער
פאלאצ'ינטא:איך האב געמיינט אז דער מנהל האט געהאט פראבלעימען מיט די שמיעה. און ער האט געהערט ווי יענער בחור זאגט...סקווער(ער) באק...!
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 1:18 pm
דורך תרמב
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:ביי א לוי' ל"ע זעהט מען ווי א איד שרייט מחול לך... מחול לך... מחול לך ...
פרעגט איהם איינער...
איז ער דיר שולדיג געבליבען געלט?
זאגט ער ניין, ער איז געוועהן מיין שדכן...
סאיז דא א ווידיאו ווי ר' שלום ארוש זאגט דעם ווערטל און צולאכט זיך מוראדיג שטארק, ווען מ'זעהט יענעם ווידיאו איז די זשאוק סאך מער לאכעדיג... אויב איינער קען עס צוברענגען תבוא עליו ברכה.
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 1:21 pm
דורך [NAMELESS]
תרמב האט געשריבן:פאלאצ'ינטא האט געשריבן:ביי א לוי' ל"ע זעהט מען ווי א איד שרייט מחול לך... מחול לך... מחול לך ...
פרעגט איהם איינער...
איז ער דיר שולדיג געבליבען געלט?
זאגט ער ניין, ער איז געוועהן מיין שדכן...
סאיז דא א ווידיאו ווי ר' שלום ארוש זאגט דעם ווערטל און צולאכט זיך מוראדיג שטארק, ווען מ'זעהט יענעם ווידיאו איז די זשאוק סאך מער לאכעדיג... אויב איינער קען עס צוברענגען תבוא עליו ברכה.
https://drive.google.com/file/d/1itTky30KYBUsG6LJX1F8zVuFwWmMUqlf/view?usp=drivesdk
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 2:55 pm
דורך berlbalaguleh
איך האב היינט געליינט אין מאמענט פון פ' חיי שרה, וואו שלמה גליק ברענגט א מעשה בתוך מעשה. אז ס'געווען אן אלטער איד וואס האט אמאל געהערט א בחור זאגן ביים דאווענען "פיטום הקטורת", רופט ער זיך אן צום בחור, דו זאגסט נישט גוט, מ'דארף זאגן פיטוס, מיט א סמ"ך. איך זאג שוין 70 יאר אזוי...!
דאס דערמאנט מיך, ביי אונז אין ביהמ"ד זענען דא (לכה"פ) 3 אידן וואס זאגן ביי די שירה פון אז ישיר "נהלת באזניך"... אל נוה קדשך. איינער פון זיי א ת"ח און א שיינער איד. איך קען מיר פארשטעלן אז די מענטשן (רעדן זיך איין אז זיי) קענען פירוש המילות. די פשט גייט אזוי (לשיטתם), די אידן האבן נישט געוואלט אריינגיין קיין ארץ ישראל, האט זיי דער אייבישטער אנגעכאפט ביי די אויערן און אריינגעפיהרט...!
דער שיינער איד און ת"ח איז שוין בעלמא דקשוט. ער איז מסתמא גלייך אריין אין גן עדן אין מתיבתא דרקיע. ער האט אויכעט ליעב געהאט דאס ברעטל. ווען מ'האט איהם מכבד געווען צו דאווענען פאר'ן עמוד און ער האט געזאגט "באזנך" האטציך דער גאנצער עולם צולאכט, און דער ראפשיצער רב זצוק"ל האטציך אויך אמאל צולאכט אינמיטן טיש. דער עולם האט נישט פארשטאנען די סיבה. שפעטער האט ער דערציילט אז ער האט צוגעזעהן אן ענליכע מעשה אין גן עדן און דער גאנצער עולם האט געלאכט, האט ער אויך געלאכט...!
דער שיינער איד און ת"ח האט א ברודער (זז"ג) וואס האט אויך זייער שטארק ליעב דאס ברעטל. ער האט אמאל געדאוונט מוסף לר"ח און ער האט געזאגט ביי שמונה עשרה "וחוקי ראשי חדשים להם "בקעת"... ווען מ'האט איהם געפרעגט פשט פון דעם, האט ער געזאגט..."עטץ אמעראצעם פארשטייץ נישט. ס'איז געווען איין גרויסער ראש חודש, און דער אייבישטער איז געגאנגען און ער האט צושפאלטן און געמאכט 12 ראשי חדשים...!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 6:21 am
דורך פאלאצ'ינטא
איך האב אמאהל געהערט יום טוב ווען דער בעל מוסף האט זיך אויסגעגארלגעט
שובה אלינו בהמון רגליך
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 10:39 am
דורך וואלווי
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:איך האב אמאהל געהערט יום טוב ווען דער בעל מוסף האט זיך אויסגעגארלגעט
שובה אלינו בהמון רגליך
שטימט.
השמים כסאי והארץ הדום רגלי וגו'
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 2:52 pm
דורך מצפצף
וואלווי האט געשריבן:פאלאצ'ינטא האט געשריבן:איך האב אמאהל געהערט יום טוב ווען דער בעל מוסף האט זיך אויסגעגארלגעט
שובה אלינו בהמון רגליך
שטימט.
השמים כסאי והארץ הדום רגלי וגו'
אבער פארוואס דארף זיין "המון" רגלים?
Re: מילתא דבדיחותא
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 6:58 pm
דורך תוהו ובוהו
מצפצף האט געשריבן:אבער פארוואס דארף זיין "המון" רגלים?
א''ר אבהו מכאן שהיה הקב''ה בונה עולמות ומחריבן, בורא עולמות ומחריבן (קהלת רבה ג יא)
מ'בעט ''קום צוריק מיט אלע דיינע וועלטן''..
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 9:23 am
דורך פאלאצ'ינטא
א איד'ל פארט זיך אויפ'ן הייוועי און ווערט אפגעשטעלט ביי א פאליציאנט.
ער קומט צו און פרעגט... אלץ איז בסדר?
זאגט ער, יא.
פרעגט ער, דו ביזט זיכער?
יא, פארוואס פרעגסטו?
ווייל דיין ווייב איז ארוסגעפאלען 10 מייל צוריק...
זאגט אאאהה ברוך השם. איך האב געמיינט אז איך בין טויב געווארען.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 7:01 pm
דורך פאלאצ'ינטא
א רבי אין חדר האט געפרעגט זיין קלאס אן אינטערסאנטע פראגע:
קען מען זאגען עתידות וואס גייט געשעהן דורך קוקן אויף א קארטל?
רופט זיך אן איין אינגעל, יא מיין מאמע קען.
דו מיינסט עס ערענסט? פרעגט דער רבי.
יא, זאגט ער, מיין מאמע ווען זי גיבט נאר א בליק אויף מיין ריפארט קארד קען זאגען פונקטליך וואס עס גייט פאסירן ווען מיין טאטע קומט אהיים.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 7:30 pm
דורך berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא: דו שרייבסט זייער גוט. ווען איך זעה נאר דעם איי-קאן פון דיין ניק שמייכל איך שוין. איך ווייס אז עס גייט קומען א גוטס...!
נאר די דאקטוירים (איך זאג נישט ווער זיי זענען) דא אין קאווע שטיבל האבן פעסטגעשטעלט אז דיין ניק ליידט אויף אנעמיא. דיינע נאמבערס זענען זייער קליין (און שוואך. יש דורשין לשבח). דו שרייבסט נישט גענוג אפט. אזוי ווי בערל בעל עגלה. ווען ער האט די השראה קען ער אנפאטשקען (כמעט) גאנץ קאווע שטיבל מיט זיינע בויכוויי. אבי ס'איז (ב"ה) דא וואו אויסצוגעבן עס...! הקיצור. די דאקטוירים האלטן אז דו דארפסט שרייבן (א סאך) אפטער. דאמאלס וועללן דיינע נאמבערס (בעז"ה) ארויפגיין. און דער עולם וועט הנאה האבן...!