בלאט 108 פון 110

הגה"צ רבי אברהם יהושע ערלאנגער זצ"ל

נשלח: דינסטאג אקטאבער 11, 2022 11:17 pm
דורך Chasidishmashpia
היינט איז אוועק אין לונדון דער עמוד החסד הרה"צ רבי אברהם יהושע ערלאנגער זצ"ל אין עלטער פון 75 יאר.

דיין הגאון רבי חנוך ערנטרוי זצ"ל

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 25, 2022 10:37 am
דורך Chasidishmashpia
נעכטן איז נפטר געווארן הגאון רבי חנוך ערנטרוי זצ"ל
ראב"ד פון לונדון בית דין אין עלטער פון 90 יאר.
געווען א איידעם לבית שטערנבוך המפורסם

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 1:03 am
דורך שמעון וואלף
קאווע טרינקער האט געשריבן:GB קלאדינג איז פארמאכט צוליב א שבעה ביי די ביערמאן משפחה.
איצט זענען זיי ווידער פארמאכט צוליב די פטירה פונעם בעה"ב. ס'איז ווערד ארויסצוברענגן וואס דאס מיינט היינטיגע צייטן ווען יעדער טרעפט וועגן זיך וויאזוי צו מתיר זיין ווען ס'רירט אן די קעשענע. יעצט האלטן סיי אינמיטן א סעיל און די קאמפעטישאן ריקט סחורה אבער אז דע הלכה זאג פארמאכן, זיכט מען נישט קיין חכמות. א GB ארבייטער האט מיר געזאגט אז זיי ווערן באצאלט געהעריג כאטש זיי זענען פארמאכט.

יהא זכרו ברוך

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 2:08 am
דורך קהל'ס נער
שמעון וואלף האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:GB קלאדינג איז פארמאכט צוליב א שבעה ביי די ביערמאן משפחה.
איצט זענען זיי ווידער פארמאכט צוליב די פטירה פונעם בעה"ב. ס'איז ווערד ארויסצוברענגן וואס דאס מיינט היינטיגע צייטן ווען יעדער טרעפט וועגן זיך וויאזוי צו מתיר זיין ווען ס'רירט אן די קעשענע. יעצט האלטן סיי אינמיטן א סעיל און די קאמפעטישאן ריקט סחורה אבער אז דע הלכה זאג פארמאכן, זיכט מען נישט קיין חכמות. א GB ארבייטער האט מיר געזאגט אז זיי ווערן באצאלט געהעריג כאטש זיי זענען פארמאכט.

יהא זכרו ברוך
דערמאנטס מיך איינע פון מיינע דזשאב אינטערוויוס טיט זיך אויף די מל"ב (מיועד להיות באלעבוס) ביי אינז ארבעט מען נישט חול המועד נישטא קיין מעישות נישטא קיין תירוצים, פרעיג איך עים צי מען ווערט אויך באצאלט פאר חול המועד, זאגט ער ניין, ענטפער איך עים "גרויסע קנאקער ביסט א מענטש מיט א שיטה ביי דיר ארבעט מען נישט חול המועד, פארוואס מיינסטו אז כ'וואלט געארבעט חול המועד אן ווערן באצאלט?" :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2023 6:06 pm
דורך שבת אחים
בד”ה הרה”ח ר’ יעקב (יענקל) בן רבי מרדכי קליין ז”ל- מאנסי, מחסידי וויזניץ. ברודער פון הנגיד רבי פנחס - ראש הקהל וויזניץ מאנסי. 69 יאהר אלט.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 3:50 am
דורך אברהם
עפעס א ביטער שריפה בגלילות קרית יואל איינער מיט פרטים?

נשלח: פרייטאג פעברואר 24, 2023 8:00 am
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:ס'א פחד וואס גייט דא פאר לעצטנס. דער מלאך המוות האט זיך צולאזט מיט א גרויזאמקייט.

משנכנס אדר מרבין בשמחה? עהעם....

רבש"ע רחמנות ביטע!
א יאר צוריק האב איך דאס געשריבן... ועדיין לא נושענו.

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2023 3:40 pm
דורך פאלאצ'ינטא
בד"ה
הצדיק רבי דוד בוסו זצ"ל 92
איידעם פון הצדיק באבא סאלי זצ"ל

נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2023 12:25 pm
דורך שאלתיאל
פרופ' שלום רוזברג ז"ל ראש החוג למחשבת ישראל איו אוניברסיטה העברית פון די חשוב'ע הוגי דעות אין א"י. געווען א תלמיד פון מר שושני.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2023 12:35 am
דורך גוצא
חיים טאפאל, 1935-2023.

צום מערסטענס באקאנט אלץ טובי׳ דער מילכער אויף Fiddler on the Roof, ווי א מייסטער האט ער אראפגעשפילט דעם דארפס איד מיט אלע קנייטשן און ניואנסן, זכרונו לברכה.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2023 8:06 am
דורך ליימדארפער
גוצא האט געשריבן:חיים טאפאל, 1935-2023.

צום מערסטענס באקאנט אלץ טובי׳ דער מילכער אויף Fiddler on the Roof, ווי א מייסטער האט ער אראפגעשפילט דעם דארפס איד מיט אלע קנייטשן און ניואנסן, זכרונו לברכה.
כ'מיין ער פארדינט א אשכול פאר זיך...
סאלאח שאבאתי

נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2023 9:59 am
דורך גוצא
ליימדארפער האט געשריבן:
גוצא האט געשריבן:חיים טאפאל, 1935-2023.

צום מערסטענס באקאנט אלץ טובי׳ דער מילכער אויף Fiddler on the Roof, ווי א מייסטער האט ער אראפגעשפילט דעם דארפס איד מיט אלע קנייטשן און ניואנסן, זכרונו לברכה.
כ'מיין ער פארדינט א אשכול פאר זיך...
סאלאח שאבאתי
הונדערט פראצענט.

קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פרוונקא, הרב @ליימדארפער איר זענט מכובד, זייט מהנה דעם עולם.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2023 10:15 pm
דורך ליימדארפער
ווי הייב איך אן?
ער האט ארויסגעגעבן א אפציעלע ביכל פון זיין לעבן. חיים מספר על טופול, איך האב עס שוין אויסגעליינט, און ס'איז היבש אינטערעסאנט.
אויך איז ער געווען א מאלעווער, זייער געלונגענע בילדער האט ער געמאלן.

דא האט איר א גוט שטיקל 'חיים טופול'... נישט אויפ'ן בינע.
https://www.youtube.com/watch?v=fHqdGHVGFAg

נשלח: פרייטאג מערץ 10, 2023 10:56 am
דורך פארווע חסיד
גוצא האט געשריבן:חיים טאפאל, 1935-2023.

צום מערסטענס באקאנט אלץ טובי׳ דער מילכער אויף Fiddler on the Roof, ווי א מייסטער האט ער אראפגעשפילט דעם דארפס איד מיט אלע קנייטשן און ניואנסן, זכרונו לברכה.
ווי קען איך זעהן די פילם (בחנם)?

נשלח: פרייטאג מערץ 10, 2023 1:25 pm
דורך חמלה גדולה

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 6:39 pm
דורך [NAMELESS]
בד"ה ברוריה ברתיה דרבי יצחק
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%91% ... 7%99%D7%93

נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2023 3:23 am
דורך שמעון וואלף
בד"ה, ר' חיים יודל גאלדשטיין.

די עלטערע בתוכינו געדענקן אודאי ווי זיין נאמען האט אבגעהילכט און סימבאלעזירט א סוקסעספולע חסידישע ביזנעסמאן.

איך דערמאן זיך די שטיפעריי ביי זיין טיר אויף 55 אים פורים. און ווי יעדע דריטע מענטש וואס מ'האט געפרעגט ווי ער ארבעט איז געווען די אנטווארט: 47 סטריט פאטא.

די לעצטערע יארן איז ער געווארן אדוק אין ר' מאטל זילבער מ'סטיטשין

יהא זכרו ברוך

נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2023 6:48 pm
דורך [NAMELESS]
בעל מנגן הידוע מיכאל שניצלער ז''ל

נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2023 6:48 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 3:37 am
דורך שמעון וואלף
עמעזאן האט געשריבן:בעל מנגן הידוע מיכאל שניצלער ז''ל
בד"ה

אויף אייוועלט באוויינט מען אים ווי א רשכבה"ג. ס'איז צו ערווארטן דארט עטליכע מוסר פארציעס (תרתי משמע) היתכן מ'קען נתעורר ווערן פון איינער וואס איז נישט געגאנגן מיט ווייסע זאקן.


איי מיכאל, טייערער. איך געדענק אלץ בחור ווי די האסט מיך געמאכט אזוי גוט שפירן ווען איך האב דיך געגריסט ביי א חתונה פארענט פון מיינע חברים און די האסט אזוי שטארק צוריק געשמייכעלט כאילו מ'זעמיר בעסט פרענדס. און פאקט, איז אונזער גאנצע קשר געווען אז צוויי חדשים פריער האסטי געזינגן ביי מיין קאזינ'ס חתונה און איך האב באטראכט וויאזוי די פערפארמסט.

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 9:49 pm
דורך [NAMELESS]
הרב החסיד רבי משה בצלאל בוידעק ז"ל
יו''ר מוסדות קרן הצלה א גרויסע עסקן פלעגט גיין נאך געלד פאר דאלערס פאר אידן'ס וועגען א בורח מן הכבוד אויף א געוואלדיגע פארנעם

Re: יהא זכרו ברוך

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 10:24 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
חיים הלוי האט געשריבן:הרב החסיד רבי משה בצלאל בוידעק ז"ל
יו''ר מוסדות קרן הצלה א גרויסע עסקן פלעגט גיין נאך געלד פאר דאלערס פאר אידן'ס וועגען א בורח מן הכבוד אויף א געוואלדיגע פארנעם
בד"ה.
כ'האב עם גוט געקענט! גאר א פיינער מענטש געווען.
יהא זכרו ברוך.


Sent from my SM-S911U using Tapatalk

נשלח: זונטאג יולי 09, 2023 12:42 am
דורך [NAMELESS]
שרעקליכע טראגעדיע אין צעהלימע קעמפ, קינד פון 12 יאהר אלט ליידער נפטר געווארן.

מ'קען הערן דיטעילס אויף צעהלימע האטליין
425-436-6309
Access 745879