בלאט 108 פון 213

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 8:40 am
דורך משולם שטיינפעלד
shem-tov האט געשריבן:אין "שמייכל" פארעם האט איינער ארויפגעלייגט א שמועס פון מייקעל סעוועטש מיט א ראביי. וויל איך פרעגן צי עמעצער ווייסט אפשר ווי סאיז די חז"ל פון וואס ער רעדט אז דער אייבערשטער שיקט דונערן אדער בליצן פאר מענטשן וואס האבן קרומע הערצער. סאיז מיר זייער נייטיג צו וויסן. יישר כח

אמר ר' אלכסנדרי אמר ר' יהושע בן לוי לא נבראו רעמים אלא לפשוט עקמומית שבלב שנאמר והאלקים עשה שייראו מלפניו
(ברכות נט עא)

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 8:49 am
דורך shem-tov
שכח רבי משולם וכוכב

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 1:46 am
דורך chusid
וואס איז פשט אז רוב שרייבער דא אין קאווע שטיבל זענען סאטמערע געבוירענע? אלע אנדערע צוזאמען זענען עטליעסט אזוי גרויס ווי סאטמאר

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 2:11 am
דורך berlbalaguleh
chusid האט געשריבן:וואס איז פשט אז רוב שרייבער דא אין קאווע שטיבל זענען סאטמערע געבוירענע? אלע אנדערע צוזאמען זענען עטליעסט אזוי גרויס ווי סאטמאר

ס'הייסט. דו פרעגסט א קשיא אויף א מציאות. א פאקט...?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 11:02 am
דורך שמעקעדיג
לכאורה ווייל רוב אידיש רעדנדע אידן אין אמעריקע זענען סאטמארע

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 11:21 am
דורך איך אויך
ס איז דא דערויף א לענגערע און א קורצערע תירוץ. די קורצע איז אז די סאטמארע האבען די גרעסטע פראצענט וואס פאלגן נישט זייערע רבי'ס וואס זאגן אז די נעט איז מותר נאר לצורך פרנסה.

איך בינישט קיין היפאקריט איך אליינס פאלג אויך נישט אבער איך טראכט אסאך מאל צו מיר אז איך בין פראוד צו דאווענען אין א שטיבל ווי עס דאווענען בערך 120 אינגעלייט וואס צווישן זיי געפינען זיך א מאקסימום פון 12 סמארטפאונס ומתוכם קענען אפשר 4 אזא זאך ווי אייוועלט און אולי צוויי ווייסן פון ק''ש צו זאגן.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 1:37 pm
דורך ישראל קאפקע
וויאזוי ארבייט די תגובה לייקס ראנגען?
12% פון וואס, פון די לייקס אויף דעם אשכול? % פון לייקס היינט? געלייקט דורך צוועלף פראצענט פון די ליינער?
חוץ פון די דריטע אפציע זע איך נישט וואס די לייק ראנג מאכט מיר קלוגער איבער ווי בא'לייקט' א תגובה איז ביי די ליינער.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 1:42 pm
דורך יאיר
איך מיין אז ס'מעסט זיך לויט די פראצענט פון אלע קאווע שטיבל מעמבערס וואס האבן געלייקט.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 2:24 pm
דורך [NAMELESS]
יאיר האט געשריבן:איך מיין אז ס'מעסט זיך לויט די פראצענט פון אלע קאווע שטיבל מעמבערס וואס האבן געלייקט.

I dont think so because when there's one like it gets a rank of 0.9, when there is more then 110 members, to me it seems just numbers from 0.9 till 100 where every like is worth 0.9

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 2:45 pm
דורך שמעקעדיג
עס איז קאמפערד צו די מערסטע לייקס וואס א איינציגער תגובה האט שוין באקומען.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 3:22 pm
דורך chusid
וויאזוי האלט זיך וויקיפידיע אבעקטיוו? אויב יעדער קען דארט שרייבן וויאזוי ווערט עס נישט פול מיט שטותים?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 3:33 pm
דורך לית דין בר נש
זיי האבן א גבאים ראטאציע

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 10:00 pm
דורך געפילטע פיש
אויב איינער שרייבט שטותים ווערט זיין אקאונט\IP געבלאקט.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 11:58 am
דורך ונבנתה העיר
איז פארהאן א סענס אוו הומאר אויף יענע וועלט, אדער גייט אלעס צו מיט א יעקע'שע קאלטקייט?

פארשטייט ער צו א גוטן דזשאוק?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 12:43 pm
דורך יין שרף
אסאך חסידישע מעשיות ווי מען האט זיך צולאכט אויף יענע וועלט...

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 7:55 pm
דורך ירח בן יומו
מ'זאגט אז ביי די לוי' פון ר' מרדכי ראקאווער (די משמח ביים הייליגע חוזה מלובלין) האט זיך די חוזה זי"ע צושמייכלט, נאך די לוי' האט ער פארציילט אז ווען די מלאכי חבלה זענען געקומען צו ר' מרדכי'ן האבן זיי איהם צום אלעם ערשט געפרעגט זיין נאמען (כידוע איז דא א גרויסע ענין אין געדענקען די יודישע נאמען ווען מ'קומט ארויף אויווען, די פסוקים לשמות אנשים פון סוף שמו"ע איז א סגולה אויף דעם), האט ר' מרדכי געזאגט אז ער הייסט גרונים
האבן די מלאכים געשריגן פארוואס זאגסטו גרונים די הייסט דאך מרדכי?
האט ער געזאגט "און אז די ווייסט פארוואס פרעגסטו?"
און אלע מלאכים האבן זיך צולאכט
האט די רבי פון לובלין אויסגעפירט אז ער האט דעמאלס מיט געלאכט מיט די מלאכים, ווייל אז ער זעהט אז ר' מרדכי וועט זיך שוין אן עצה געבען מיט די ב"ד של מעלה.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 10:03 am
דורך לית דין בר נש
נאך די וואלן ווען יעדע פאעזיע וועט אריבערגיין אל בעליו מיט אלע לייקס אינאיינעם, גייט די בעל מחבר'ס לייק אויך מיטפארן???
אויב יא איז עס גאנץ א אינטערסאנטע היכי תמצא אז עס וועלן זיין דא ל"ו ארטיקלעך וואס די בעלי מחברים בעצמם האבן עס געלייקט. (מיט זייער זעלבע ניק!!!)

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 12:03 pm
דורך רויטע וואנצעס
ס'איז א וויכטיגע לעקציע אין זיך אליין ליב האבן.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:40 pm
דורך chusid
וואס איז די מעלה פון לייו מוזיק? רעקאדירטע מוזיק מיט גוטע ספיקערס איז נישט גוט?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 1:34 pm
דורך דריידל
ביי א וואן מען בענד ביסטי אפשר גערעכט אבער א געהעריגע בענד מיט א פויק און טראמפייטערס וכדומה איז קיין פארגלייך ווען ס'איז לייוו אדער רעקארדעט. ווען איך האלט מיט ווי ס'שפילט לייוו מוזיק פון די מוזיקאלישע אינסטראמענטן ברענגט עס מיך א געוויסע פרייליכקייט.

קען זיין מהאי טעמא זענען דא געוויסע פוסקים וואס זענען מתיר בימי הספירה וכדומה צו הערן רעקארדעט מוזיק. איי פארוואס איז וואן מען בענד אסור? קען זיין משום לא פלוג.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 2:22 pm
דורך chusid
דריידל האט געשריבן:ביי א וואן מען בענד ביסטי אפשר גערעכט אבער א געהעריגע בענד מיט א פויק און טראמפייטערס וכדומה איז קיין פארגלייך ווען ס'איז לייוו אדער רעקארדעט. ווען איך האלט מיט ווי ס'שפילט לייוו מוזיק פון די מוזיקאלישע אינסטראמענטן ברענגט עס מיך א געוויסע פרייליכקייט.

קען זיין מהאי טעמא זענען דא געוויסע פוסקים וואס זענען מתיר בימי הספירה וכדומה צו הערן רעקארדעט מוזיק. איי פארוואס איז וואן מען בענד אסור? קען זיין משום לא פלוג.

הייסט אין די הערן די מוזיק איז קיין נפקא מינה? עס איז נאר א חילןק ווען מען האט ליב צו קיקן אויפן זינגער-שפילער?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 6:27 pm
דורך ונבנתה העיר
איז נישט 'די וואהלן אויסגאנג איז א שאק' אן אקסימאראן?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 6:37 pm
דורך פישלע העררינג
נישט אינגאנצען. כ'על עס מסביר זיין.

ביי געהעריגע וואלן איז דא polls וואס מען מעסט כסדר דעם דעת הקהל. אויב זענען די וואל אויסגאנגען אנדערש מיט אסאך פון דער poll איז עס א אפסעט - א שאק.

דא, איז אויך געוועהן א שטיקל בחינה פון polls. די אקטיווע שרייבערס האבן קאמענטירט איבער אלע ווערק, און מ'האט געקענט האבן א שטיקל בילד וועלכע שטיקל גייט לכאורה געווינען.

דערווייל, איז דער voting געוועהן אפען פאר יעדעם איינעם, אפילו נישט אקטיווע מעמבערס, סתם לייענערס למיניהם וועלכע האבן קוים מגיב געוועהן 20 מאהל (דער מספר וואלט לדעתי געדארפט זיין 100 תגובות) און האבן נישט גענומען קיין אקטיווע טייל אינעם דיסקאשען, און דאס האט געטוישט דער גאנצע אויסגאנג.

[tag]כוכב[/tag]

[tag]קעלנער[/tag]

#lessonfornexttime