בלאט 108 פון 214

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2020 3:22 pm
דורך מנחם ציון
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לאודועי בעלמא, איך האב גארנישט איינגעלייגט מיט [tag]א חסיד פון ווילנא[/tag], אחוץ דעם אז מיר ביידע געפונן זיך אין קאוועשטביעל

אזוי אויך מיט היימישער ליטוואק, חסיד פון ליטא, ועוד

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2020 4:32 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לאודועי בעלמא, איך האב גארנישט איינגעלייגט מיט [tag]א חסיד פון ווילנא[/tag], אחוץ דעם אז מיר ביידע געפונן זיך אין קאוועשטביעל
נאך איין זאך וואס עטס ביידע האטס איינגעלייגט איז, אז עטס זוכט צו אנטלויפן פון וואו עטס קומטס, עטס מיינטס אז די גראז איז גרינער דעם אנדערן זייט טייך[emoji14]

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2020 8:33 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לאודועי בעלמא, איך האב גארנישט איינגעלייגט מיט [tag]א חסיד פון ווילנא[/tag], אחוץ דעם אז מיר ביידע געפונן זיך אין קאוועשטביעל
מיט וועלעכע חסיד האט איר יא איינגעלייגט?

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2020 4:46 pm
דורך עמון
א יונגערמאן פון גרעיטער ניו יורק, וואס וויל מיטהאלטן די נייעס און געשפרעכן פון די אונטערנעץ שרייבער.
איך בין אין די וואשען ביזנעס, און ס'גוט צו הערן דעם ציבור'ס מיינונגען.

נשלח: דינסטאג יולי 28, 2020 4:47 pm
דורך ס'גוט
א גיטן איך בין א יונגערמאן אפאר יאר נאכן חתונה אויף ענגליש ריפט מען עס (happily married... (בלע"ז) און איך האב אפאר נקודת צו אדורך שמיסען מיטן עולם און איך האף אז איך מיט ענק וועלן האנה האבן...

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2020 10:19 pm
דורך תרמב
איך האב געפינען קאווע שטיבל אלץ זייער א אינטערסאנטע פארום פול מיט וויסנשאפט דעריבער וויל איך זיך אנשלוסן דערינען, איך האף צוצולייגן מיין אייגענע צוויי צענט אויב ס'וועט זיך אויספעלן, איך האף נישט צו שרייבן קיין שטותים אויב איך פאל אמאל דורך ביטע קלערט מיר אויף, איך וויל נישט זיין שטאטס נער, שקויעך למפרע.

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2020 10:20 pm
דורך Love to learn
Know very well Yiddish But cant write so it has to be in English anyway I like reading here so I gain knowledge of the small world.. I like to speak to people that what keeps me going.h

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2020 10:21 pm
דורך רמדעוונ
איך בין א לויבאוויטשער חסיד וואס האט ליב אידיש. איך רעד מיט מײנע קינדער נאר אויף אידיש. איך בין דא צו פארבעסערן מיין אידיש דורך ליינען די ארטיקלען און שרייבן דא.

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2020 10:21 pm
דורך זיו
שלום עליכם מיינע טייערע זיסע פריינט. איך בין א לייענער פון קאווע שטיבעל פאר אומגעפער פינף יאר, און איך מוז אייך זאגען אז איך האב דא שטארק הנאה געהאט, און א סאך געלערענט. מיין אהבת החכמה האט מיך אריינגעשלפט דא אין שטיבל און איך בין ממש פארגאפט פון די אוצרות וואס איז דא פארהאן.

נא, אז מען קען ליינען אן זיך איינשרייבען, איז צו וואס פעלט אויס זיך איינצושרייבען?

איז אזוי, קודם כל, פשוט אייך צו קענען דאנקען און לייקען פאר אייער געוואלדיגע ארבעט. 

צוויטענס, צו מאכן חברים און אויסשמיסען זאכן וואס אינטערעסירט מיך.

דריטענס, והוא העיקר, ווייל עס איז קומען די צייט זיך אליין צו לערנען, זיך אליין צו קענען ענטפערן די פראגע, מי אני. ווער בין איך?  איז ווי אזוי טוט מען דאס?  מען עפענט זיך אויף, און מען געט זיך אויס.  מען נעמט די אומאויסגעדריגטע געפילען, און מען דריגט עס אויס. מען נעמט די באהאלטענע מחשבות, וואס מען לויפט אוועק פון, און מען זאגט, גענוג, סטאפ, לאמער עס אנעליזירן, און נישט סתם, נאר גאר אונטער א מייקראסקופ.

איך האב אויסדערוועלט @זיו אז מיין ניק, ווייל עס איז צייט פאר מיר ארויסצוקומען פון מיין לעכעל, און לאזען מיינע טאלאנטען און כשרונות ארויסשיינען (זיו=שיין).

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2020 10:22 pm
דורך גאר_נייגעריג
ווי מיין ניק זאגט בין איך שטארק נייגעריג צו וויסן זאכן, מענטשן און געשענישן און נאכמער צו פארשטיין פארוואס אלץ גייט ווי עס גייט און ווערט ווי עס ווערט. איך קום שוין אריין אין קאווע שטיבל פון מאל צו מאל, אבער איך וויל קענען דיסקוסירן מיט די אנדערע מיטגלידער און אנטייל נעמען אין די דעבאטעס און א.א.וו.

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2020 10:23 pm
דורך קוהק
איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל וויל דא קען מען טרעפען גוטע ידיעות איבער אידישע היסטאריע בפרט פון חצרות האדמורי''ם און היסטאריע פון רעבישע קינדער און זייערע יחוס. ווי אויך וועגען ספרים וסופרים

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2020 10:23 pm
דורך קול_ביער
איך בין א חסידישער מיט מיינונגען און איינרעדענישן אויף יעדער זאך, אזוי ווי רוב דא, איך האב זייער ליב די יודישע פורומס, ספעציעל די טענה'רייען, מער ווי איינמאל האט מיך שוין אנגעכאפט א תאווה מיגב צו זיין, אבער כ'בין נישט אנגעקומען... אפשר ווען כ'וועל האבן מער צייט כח נערווען און געדולד...

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2020 10:24 pm
דורך גרעפיקסער
איך גלייך ברייטע און טיפע מחשבה. שוין א וויילע וואס כ׳קוק זיך צו ווי א דרויסענדיגער צו די טיפע שמועסן דא, איצטער קעניך זיך נישט איינהאלטן און כ׳וויל אריינרעדן.

לגבי ציונות בינעך א סאטמאר׳ער חסיד, ובעצם גיהער איך צו ׳כלל׳ ישראל.

פאר פרנסה בינעך עוסק אין גרעפיק׳ס, אויב ווילסטו גוטע ארבייט און צוגעלאזענע סערוויס דאן פראביר מיר אויס...

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2020 10:25 pm
דורך מנהל
[center]מיר באגריסן דעם פרישן גרופע פון נייע מעמבערס וואס האבן זיך מצרף געווען צו אונזער חבורה קדושה.
מאכטס ענק באקוועם און לאזטס ענק הערן!
[/center]

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2020 10:32 pm
דורך תורה בלי דעת
איך ליין שוין דעם פארום שוין פאר א לענגערע צייט און איך פיל אז איך האב אסאך וואס צוצולייגן, יעצט האב איך אפגעמאכט אז ס'געקומען די צייט זיך אנצושליסן אין די חבריא און אנטיילנעמען אין דאס אויסשמועסן פון די לעבנסוויכטיגע פילאזאפיעס און חקירות.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 10:15 am
דורך יקר המציאות
א גוטן צו אייך אלע!
איך בין זיך דא מגלה
בחכמה ובינה
אויף טעמעס אלע מינע
איך גלייך צו שרייבן
און שפאט צו טרייבן
ערנסט קען איך אויך זיין
לכל עת וזמן
דער ציל איז צו וואקסן און זיך בויען
און אוצרות מיט יעדעם פארטרויען
איך בין נישט גאר יונג אבער פארט נישט אלט
ווי א דרייענדיגע רינג אמאל הייס און אמאל קאלט
עס אינטערעסירט מיר אלעס און צומאל גארנישט
עס ווענדט זיך אינעם גיסטע טאמער מ'מעג אדער מ'טאר נישט

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 10:16 am
דורך גאסט111
איך ליין כסדר זאכן וואס סאיז דא וואס צו מעיר זיין אויף דעם, איך בין א חסידישע יונגערמאן, נהנה מיגיע כפו וויפיהל סגייט, איך האב ליב צו הערן און דורכטוהן מיינונג פארשידנהייטן און אליינס קלארער ווערן, בפרט אז איך טרעף דא אזויפיהל בעלי כשרונות.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 10:16 am
דורך מאמין
I am a long time reader and in to Jewish law of attraction and know a lot of torah sources on it which will enhance the conversation concerning emunah and bituchon

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 10:17 am
דורך פרייליכע יוד
איופגעקלערט אינגערמאן האט ליב קאנטרעווירשעל זאכן האט ליב צי ליינען אין שרייבן ועגן דעם אין זיך טענן מיט אנדערע
האב אויך ליב פוליטאק וועלטליכע האלט פון טראמפ

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 10:19 am
דורך סדרן
[center]מיר באגריסן דעם פרישן גרופע פון נייע מעמבערס וואס האבן זיך מצרף געווען צו אונזער חבורה קדושה.
מאכטס ענק באקוועם און לאזטס ענק הערן!
[/center]

נשלח: פרייטאג אוגוסט 21, 2020 1:04 pm
דורך מנחם ציון
גאסט111 האט געשריבן:איך ליין כסדר זאכן וואס סאיז דא וואס צו מעיר זיין אויף דעם, איך בין א חסידישע יונגערמאן, נהנה מיגיע כפו וויפיהל סגייט, איך האב ליב צו הערן און דורכטוהן מיינונג פארשידנהייטן און אליינס קלארער ווערן, בפרט אז איך טרעף דא אזויפיהל בעלי כשרונות.

זאג, דו פלאנסט אלעמאל צו בלייבן א גאסט דא?
וואסי פשט פון נעמען אזא באשיידענע נאמען?
קום אריין געדעכט ווי ס'ברויך צו זיין

נשלח: פרייטאג אוגוסט 21, 2020 1:09 pm
דורך מנחם ציון
פרייליכע יוד האט געשריבן:איופגעקלערט אינגערמאן האט ליב קאנטרעווירשעל זאכן האט ליב צי ליינען אין שרייבן ועגן דעם אין זיך טענן מיט אנדערע
האב אויך ליב פוליטאק וועלטליכע האלט פון טראמפ

שטייצעך.... איינער האט געקווענקלט דערין?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 6:37 pm
דורך אייזנבאך
א טשאלמער פון די אונגארישע הייזער פון מאה שערים ירושלים עיר הקודש, און פון די משתתפי ההפגנות כל הזמן