בלאט 109 פון 213

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 7:20 pm
דורך chusid
פארוואס אין די וועלט האט מארק זאקינבערג אויסגעקליבן דע כינעזע גויטע?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 7:36 pm
דורך רויטע וואנצעס
שיק אים א מעסעזש אויף פעיסבוק.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 8:15 pm
דורך berlbalaguleh
chusid האט געשריבן:פארוואס אין די וועלט האט מארק זאקינבערג אויסגעקליבן דע כינעזע גויטע?

ווייל כאטש ער הייסט צוקערבערג, איז ער אפגע'טעמפט פון א יעדן אידישן געפיהל. און ער זעהט נישט און שפירט נישט קיין שום חילוק פון א אידיש מיידל ביז א כינעזערין...!... :oops:

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 8:24 pm
דורך ישמעאל הכהן
וויפיל עס קאסט טורקישע פיסטעטשוס אין טערקיי
דא צאלט מען די הויזן פאר עטליכע ניסן

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 8:24 pm
דורך מאטי
chusid האט געשריבן:פארוואס אין די וועלט האט מארק זאקינבערג אויסגעקליבן דע כינעזע גויטע?

און פארוואס דו האסט גענומען דיינס ווייסטו יא?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 8:37 pm
דורך [NAMELESS]
chusid האט געשריבן:פארוואס אין די וועלט האט מארק זאקינבערג אויסגעקליבן דע כינעזע גויטע?

אין א פארשטופטע קאווע שטיבל אין א פארלאזטע דארף אין כינע פרעגט אן אלטער זעצער מיט ברוינע ציין "פארוואס אין ערד האט זי אויסגעקליבן אן אמעריקאנער דזשיד?

איינער פראבירט אים דארט מסביר צו זיין "און פארוואס דו האסט גענומען דיינס ווייסטו יא?"

און איך בין שטארק מסופק צי דער האט אן השגה וואס דער פראבירט אים פארשטיין צו געבן. איך גלייב ס'איז א שאד די טרחה

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 8:39 pm
דורך מנחם
תשובה שלא מן הענין, ווער דא עס האט בכלל געקליבן זאל אויפהייבן די רעכטע האנט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 8:40 pm
דורך berlbalaguleh
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
chusid האט געשריבן:פארוואס אין די וועלט האט מארק זאקינבערג אויסגעקליבן דע כינעזע גויטע?

אין א פארשטופטע קאווע שטיבל אין א פארלאזטע דארף אין כינע פרעגט אן אלטער זעצער מיט ברוינע ציין "פארוואס אין ערד האט זי אויסגעקליבן אן אמעריקאנער דזשיד?

איינער פראבירט אים דארט מסביר צו זיין "און פארוואס דו האסט גענומען דיינס ווייסטו יא?"

און איך בין שטארק מסופק צי דער האט אן השגה וואס דער פראבירט אים פארשטיין צו געבן. איך גלייב ס'איז א שאד די טרחה

כעלעמ'ער מגיד: ניין. לכאורה דאס איז גרינגער מסביר צו זיין. ווייל דער זשיד האט א באנק ביכל פון א פאר בעלאנעס. מיט א "ב"... :lol:

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 8:40 pm
דורך ישמעאל הכהן
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
chusid האט געשריבן:פארוואס אין די וועלט האט מארק זאקינבערג אויסגעקליבן דע כינעזע גויטע?

אין א פארשטופטע קאווע שטיבל אין א פארלאזטע דארף אין כינע פרעגט אן אלטער זעצער מיט ברוינע ציין "פארוואס אין ערד האט זי אויסגעקליבן אן אמעריקאנער דזשיד?

cuz she wants the money DUH

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 8:55 pm
דורך מאטי
כעלעמער'ס איינציגע לייק, איז דאס געווען בלויז אויסצופרובירן צו ס'ארבייט? אדער איז באמת דא בלויז איין תגובה אינעם גאנצן שטיבל וואס איז, אין זיינע אויגן, ראוי לאותה איצטלא.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 9:00 pm
דורך יין שרף
און יענע איין לייק איז... אויפן בשורה טובה אז ס׳איז דא א לייק קנעפל!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 10:11 pm
דורך petergrifin
װער האט זוכה געװען דערצו? בד׳א פיר איך מיר װי די בעל תגובה, אז ער געט נישט געב איך איהם אויך נישט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 10:55 pm
דורך קאצקע ציקער
יין שרף האט געשריבן:און יענע איין לייק איז... אויפן בשורה טובה אז ס׳איז דא א לייק קנעפל!

קיקט אויס דערווייל האט ער נאך נישט געזעהן א תגובה וואס איז ראוי פאר א לייק

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 10:58 pm
דורך קאצקע ציקער
קאצקע ציקער האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:און יענע איין לייק איז... אויפן בשורה טובה אז ס׳איז דא א לייק קנעפל!

קיקט אויס דערווייל האט ער נאך נישט געזעהן א תגובה וואס איז ראוי פאר א לייק

אדער טראכט איך אז ער האט געלייקט די לייק איידוע, ער האט הנאה פון די לייקס נאר אז ער וועט קענען באקימען לייקס ... און בכלל נישט צו געבן

שישו מעי

נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 12:41 pm
דורך ונבנתה העיר
די געשעפטן וואס הענגן גרויסע צעטלעך אז דא האט איינער געוואונען כך וכך געלט, איז דאס נישט א סיבה/סימן אז יעצט האבן זיי א שוואכערע שאנס צו געוואונען?

נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 12:59 pm
דורך נהורא נפישא

נשלח: מוצ"ש יאנואר 03, 2015 8:06 pm
דורך [NAMELESS]
נהורא נפישא האט געשריבן:http://en.m.wikipedia.org/wiki/Gambler's_fallacy

אמת לאמיתו. די קשיא וואס ר' ונבנתה האט געפרעגט בלייבט אבער נאך אלס שווער. דהיינו, די מענטשן וואס שפילן לאטארי ווייסן דאך נישט פון קיין gambler's fallacy צו זאגן, זיי קענען אפילו נישט קיין א"ב פון probability theorem, ווען יא וואלטן זיי דאך קיינמאל נישט געקויפט א לאטארי, איז פאר זיי, די קויפערס מאכט דאס צעטל יא שוואכער די אויסוואל צו קויפן זייער נעקסטע טיקעט אין דעם געשעפט ווייל זיי קלערן אז פעמיים לא יוקם צרה און ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל אז פונקט די זעלבע געשעפט זאל צוויי מאל געווינען.

אבער דער תירוץ אויף דעם ליגט באגראבן אין די קשיא גופיה. טאקע מהאי טעמא ווייל קויפן לאטאריס האט נישט מיט סייענטיפישע שכל הישר קיין שייכות, ס'איז בלויז געפיעל, מ'ווערט אנגערייצט ווי א חיה טורפת ווען גרויסע נומערען בליטשקנען פאר די אויגן. פאר אט די מענטשן אפאלירט דאס צעטעל זייער ריכטיג. זיי זעהן אז אין דעם געשעפט האט זיך געדרייט גרויסע געלטער אין דער יצר ברענט שוין פון אינעווייניג. טייל וועלן נאך אפילו נאכמורמלען אז דאס געשעפט האט "א גוטע מזל" וכו' וכו', און היידא, עולם גולם לויפט און קויפט.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 03, 2015 8:14 pm
דורך ישמעאל הכהן
די טשאנסן צו געווינען אזא לאטערי איז דאכדזעך איינס אין פיר הונדערט מיליאן, בשעת וואס די טשאנסן צו שטארבן פון א בליץ אדער באקומען א לייק פון כעלעמ'ר מגיד זענען איינס אין דרייסיג מיליאן. (אזוי ליגט מיר אין קאפ, קען זיין כ'בין אביסל off מיט די נומבערס.)

נשלח: מוצ"ש יאנואר 03, 2015 8:41 pm
דורך [NAMELESS]
ישמעאל הכהן האט געשריבן:די טשאנסן צו געווינען אזא לאטערי איז דאכדזעך איינס אין פיר הונדערט מיליאן

דאס האט נישט נאר איין נאמבער, ס'ווענד זיך אין די רולס און נומערען פון יעדע לאטערי. דא קענסטו עס אליינס אויסרעכנען.
מער איבער דעם בפרטיות אין וויקיפידיע

(איך "לייק" באמת מער ווייניגער אלעס וואס דו שרייבסט, און די זעלבע בדרך כלל פאר די איבריגע חברי השטיבל היקרים. קטנם עבה ממותני, איך שפיר זיך ווי א זבוב קצוץ כנפיים קעגן די אריות שבחבורה דא סיי בכמות מספר התגובות און אוודאי אויך באיכות. איך דרוק פשוט נישט אויפן גשמיות'דיגע "לייק" קנעפל צוליב א סבה פרטית. איך גלייב נישט אז ס'דארף איינעם אנגיין אין די לינקע פיאטע, איך גלייב שווער אז איינער פון די שרייבערס דא זאלן זיך לייגן שלאפן מיט א געהויבענע געפיל אז ער האט "זוכה" געווען צו א קליינע הענטעלע פון כעלעם'ר מגיד)

נשלח: מוצ"ש יאנואר 03, 2015 8:51 pm
דורך שמעקעדיג
אל תהי לייק הדיוט קלה בעיניך

נשלח: מוצ"ש יאנואר 03, 2015 8:53 pm
דורך כוכב
איך בין מכריז אז די אלע סיבה פרטית נישט צו לייקן איז בולש'ט און איך בין עס נישט מקבל, סנישטא קיין זאכליכע סיבה תחת כיפת השמים נישט צו לייקן אויסער משוגעת צי מקומט פון קעלעם אדער כעלעם ובזה יצאתי ידי חובת מחאה שלא יטעה רבים אחר שיין קלינגעדיגע פראזן.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 03, 2015 9:00 pm
דורך מאטי
ס'קען זיין אז מיט זיין אנדערע ניק לייקט ער דאפלט. אלנפאלס מ'קען קיינעם נישט צווינגען צו לייקן.

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 1:00 pm
דורך [NAMELESS]
מענין לענין...
בוךווארעם האט געשריבן:Why do "likes" have so much power over us