בלאט 109 פון 214

נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 6:38 pm
דורך גוטע מענטש
שוין א שטיק צייט וואס איך דריי מיך ארום דא, עס איז א גיוואלדיג פלאץ איך האב געליינט אסאך דא אין דיך געלרנט אסך סאיז שוין צייט איך זרע אנפאנגען מיטיילין מיט מיינע רעיונות אין געדנקען

נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 6:40 pm
דורך אדום
כ'בין א וויזוי הייסט עס, א וואוילע מענטש. וואס דארף מען מער

נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 6:40 pm
דורך נזר הנבונים.
אלס א שטענדיגע באזוכער אינעם בא'טעמ'טע קרעמיל דער "קאווע שטיבעל" און האבנדיג הנאה פון די פול'רייכ'זאמע שמוסען וואס קומען דא פאר קומט מיר אסאך מאהל אויס צו האבן א הערה אדער הגהה צו כמה וכמה ענינים, אבער זייענדיג אן עומד מחוץ למחנה (אזויווי דער קליינטשיגער בחור'ל וואס קען נישט אריינגיין אין קאווע שטוב בעת די גרויסע טאטעס פארפירן דארט זייער שמוס) בלייב איך כסדר מיט אן אפענעם מויל און מיינע ווערטער ארויפגעשמירט אויפן צונג נישט קענענדיג זיי אראפווישן פון דארט. דאס האט מיר טאקע צוגעברענגט זוך איין צושרייבן אינעם קאווע שטובל, איך האף אז מיין קאווע וועט טאקע פיין געלונגען און די מילך וועט נישט זיין פארדארבן, עס זאל מיר בלייבן דעם גוטן טעם אין מויל.

יישר כח למפריע פארן מיר לאזן איינשטייגן אין אט דעם זיסן קרעמל'ע

כ"ד החותם בכבוד האכסניה

נזר הנבונים

נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 6:41 pm
דורך לשון יחיד
א גוטן. איך וויל אביסל מיטהאלטן 'יעצט' ווייל נעכטן און מארגן עקזיסטירט נישט. אם אין אני לי מי לי ,אבער ווער איז איך, וכשאני לעצמי מה אני, נישטא קיין סאליד תירוץ, סא ואם לא עכשיו אימתי, ממילא אטעם יעצט אריין די פרישע ריינע לופט אין ענזשוי די יעצטיגע מינוט

נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 6:42 pm
דורך פלוניש'ל
פלוניש'ל פונעם באקאנטן טעלעגראם טשענעל.
אין די פּלוֹניש'ל פון ממרא
https://t.me/ploinishl

ענינים העומדים על המסכתא, הומאריסטיש געשטימט.

דיסקלעימער: איך נעם נישט אחריות אויף מיינע מיינונגען, ווייל איך בין אומאחריות'דיג!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 6:43 pm
דורך סבא רבה
איך בין א עלטער זיידע פון אסאך פון אייך.
א זיידע פון עטליכע פון אייך.
א טאטע פון געוויסע פון אייך.
א זון פון איינעם.
א אייניקעל פון פיר.
א אור-אייניקל פון אכט.
לאמיר אלע צוזאמן לעבן א געשמאקע לעבן אנע דאגות.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 6:44 pm
דורך פאליטישע מוזיק
איך גלייך גאר שטארק פאליטישע קאמפיין נייעס און מוזיק נייעס און ווי איך זע איז אינעם שטיבל פארהאן א שטארקע מאנגל אין ביידע פון זיי. איך בין דא צו ערפילן ביידע חללים...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 6:45 pm
דורך סדרן
[center]מיר באגריסן דעם פרישן גרופע פון נייע מעמבערס וואס האבן זיך מצרף געווען צו אונזער חבורה קדושה.
מאכטס ענק באקוועם און לאזטס ענק הערן!
[/center]

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 7:34 pm
דורך פאליטיקאנט
עמון און אדום האבן זיך גאנץ פיין אויסגעקומען.....

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 8:28 pm
דורך אייזנבאך
פאליטיקאנט האט געשריבן:עמון און אדום האבן זיך גאנץ פיין אויסגעקומען.....

דהיינו

נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2020 1:43 pm
דורך אין אמת אריין
I am here in the footsteps of the great president Donald Trump to FIGHT THE FAKE NEWS. The benefit of a forum is that you do not have to PAY to get the OTHER side heard. I hope my contributions will be appriciated.

נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2020 1:43 pm
דורך נײגעריגער
װילאנג מ'אָטעמט װילט זעך שפּירן װי מע איז א חלק פון א געזעלשאַפט,
אױב נישט פיזיש, כאטש װירטואַליש

כ'װיל לעהבן און לאזן לעהבן, רעספּעקטירן יעדנס מײנונג און לערנען כסדר נײע זאכן

נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2020 1:46 pm
דורך ווארקא חסיד
א גוטן אלע מיטגלידער, און מיינע יארן האב איך פיל נייעסן מיטגעהאלטן און בייגעלעבט. עס איז מיר געקומען די צייט אייך מיטטיילען מיט מיינע וויסענשאפטן, און שעפן נאך פון אייערע קוועלער.

נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2020 1:47 pm
דורך דרויסענדער
שוין יארן וואס איך דריי זיך אינדערויסן און וואק ארום דעם בנין, אריינקוקענדיג אינעם קליינעם פארהויכטן פענסטערל פונעם קאווע שטיבל זיך אונטערצוהערן וואס דער עולם שמועסט דארט. יארן וואס איך קום אריין דורך לינקס און אונטערטירלעך צו כאפן א בליך אויף אן ארטיקל און כאפן א גוטע לאך.

ענדליך איז געקומען די צייט, כ'האב מיך גענומען די דרייסט, מ'גייט געבן א רדיי דעם הענטל און געבן א שפאציר אריין מיט א גראדע רוקן און ווערן א געהעריגע מעמבער דא. די פלאן איז גלייך צו מאכן א קאווע און נישט באמערקן אפילו ווי יעדער קוקט מיר אן אזוי ארום וועל איך נישט רויט ווערן...

כ'האב גאר ליב די פאליטישע שמועסן, מוזיק שמועסן, טאלאנט, מידיע וכו, און צופיל מאל האב איך שיין געוואלט אריינשרייען פון דרויסן מיין מיינונג אדער דעה, און אפילו נאר צו געבן א לייק... ס'איז צייט פאר מיר זיך געהעריג באקוועם צו מאכן!

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג אוגוסט 30, 2020 7:25 pm
דורך פאליטיקאנט
טויש שוין דיין נאמען צו אינעווייניגער.....

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 4:14 pm
דורך אינטערסאנט
אינטערסאנט!! אז אן א אידענטיפיקאציע אין אידיש, אדער אפשר אין א אויסערגעווענליכע אנגלית איז אויסגעשלאסן אריינצובאקומען אינעם אידיש׳ן אינטערנעט ארט.

און אויך אדווערטייז אייערע אינטערעסן, ארבעט און אינטערדאס אייך... אן איטערסאנטע אויפגאבע...

איז אזוי. איבער אן אינזל אין אינדיע איז אויסגעשפרייט אויבן אדלערס, אונטען אקסן, אינד׳ן (איל), ארבעס, איילבירטן, אייער און איינגעזויערטע איגערקעס. אויף איין ארט איז אפגעשטעלט אן אלטע אויטא, אינעווייניג (אדער אינסייד) איז איד - איינגעהילט אינעם אויבעראק - איבערגעבויגן אויפן אקסל און ארבעט איבער אלע אלף-בית.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 4:14 pm
דורך זאנווילג
א גיטן איך שרייב דא אסאך אבער איך זיך נישט צו שרייבן דאס אויף מיין געהעריגע ניק ווייל מענושן קענען מיך דארט אין עס קען מיך מאכן פראבלעמען. איך בין א פלעינע סאטמאר איד וואס בענקט זיך נישט צוריק צו די אלטע צייטן פין מחלוקת, און וועם איך רעד מיט חוץ אפאר אנדרייערס עגריען

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 4:15 pm
דורך הרב שיף
הרב שיף איז נישט קייי גרויסער שרייבער, און אידיש. ער האט מחליט געוווען צו ווערען א מעמבער און קאווע שטובל, צוליב עטליכע סיבות, איינס ווייל די רעטייערמענט פלאן פון אייוועלט אינקלוד אן אמיזיסטער מעמבערשיפ און די קאווע שטיבל קלאב. צווייטענ'ס וויי און ריעל לייף באזוך איך כמעט נישט און קאווע שטובל,צזעמיר נישט זוכה מיטצוהאלטען די אלע דיסקוסיעס וואס ווערט באהנדעלט און קאווע שטובל, (און ווי אויך האב איך נישט ווי צו לאזען הערען מיין מיינונג וואס איז זייער וויכטיג פאר די געזונט). דריטנ'ס אויף די עלטער געדענקט מען נישט די דריטע זאך.

מיינע שאיפות איז נאךאמאל אויסצווואקסען דאס וואס אלע האבען פאראויס געזאגט אז איך וועל.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 4:16 pm
דורך ary weiss
I want to be a accountantin my father's buss now going to accountant courses love Jewish politic and music playing from the mm nine years on a keyboard & want to be a friend in his favorite Coffey corner!!!.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 4:17 pm
דורך האוועלער רב
איך בין א נארמאלע חסידישע יונגערמאן אין די מיטל צוואנציג יאהרען געלערנט האב איך אין די ליטא דאווענען דאווען איך אין רוסישע חסידישעע שולען לייניען ליין איך אויף עברית טראכטען טראכט איך אויף אידיש שרייבען שרייב איך אויף ענגליש
מיין עיקר ציהל און חינוך אין לעבען איז נישט זיך צו בלאפען און פאפען

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 4:18 pm
דורך לאנגע האלז
איך בין א אידיש קינד וואס האט ליב צו ליינען, שרייבען, און דורכטוהן כל-ערליי עינינם. פון וועלטליכע פאליטיק ביז חסידישע, פון סתם נייעס ביז אקטועלע נייעס... די עיקר ס'זאל זיין געשריבן מיט זאפט און קאטשענ"יא ווי עס באדארף צו זיין

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 4:19 pm
דורך אלץ ווייסער
כבין אייביג געווען א אלץ ווייסער כ'האף אז יעדער אין קאווע שטיבעל האלט אויך אזוי אבער אויב נישט ביטע ענטפערן נאר זאכליכע תירוצים אויב זענט איר מסכים א לייק וואלט נישט געשאט אין עס וועט גיין אויף צירוק אויך בעזהש''ת

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 4:20 pm
דורך איך פארשטיי
זייטס מיר מוחל פארן שרייבן לאנג, איך דארף פשוט טרעפן פערציג ווערטער צו שרייבן.... איך האב געהערט פון חברים אז ס׳איז אינטערעסאנט וויאזוי אנדערע מענטשן קוקען אן זאכן אינגאנצן אנדערש ווי דיין אייגענע מיני מענטשן (פינף און דרייסיג) (און..... פערציג!)