בלאט 110 פון 213

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 1:58 pm
דורך דריידל
נהורא נפישא האט געשריבן:וואס איז די חילוק פון תיש, שעיר, און עז ?
און וואס איז די חילוק פון שור און פר ?


ס'הערשט אסאך מאל א צעמישעניש ווען מ'באגעגענט זיך מיט שמות בעלי חיים בשעת'ן לערנען. עס גרינגער צו מאכן, איז כדאי צו וויסן אז ס'איז דא אינגאנצן דריי מינים פון כשר'ע בהמות: כשבים, עזים, און בקר. צאן איז א שם הכולל פאר כשבים און עזים (ואם מן הצאן קרבנו מן הכשבים או מן העזים - ויקרא א י).

ס'דא אנדערע נעמען פאר זכרים און נקבות און אויך טוישט זיך די נאמען נאך איין יאר אלט. ווי פאלגענט:

כשבים
1 יאר אלט, זכר-כבש נקבה-כבשה
2 יאר אלט, זכר-איל נקבה-רחל

עזים
1 יאר אלט, זכר-תיש נקיבה-עז
2 יאר אלט, זכר-שעיר נקבה-שעירה

בקר
1 יאר אלט, זכר-עגל נקבה-עגלה
2 יאר אלט, זכר-פר נקבה-פרה
(פר און שור איז די זעלבע זאך נאר ביי קרבנות שטייט אייביג פר און ביי אנדערע פלעצער ווי למשל כי יגח שור, לא תחרוש בשור וחמור אדער אין פרשת ראה ווי ס'ווערט אויסגערעכנט בהמות וואס מ'מעג עסן, שטייט שור.)

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 2:13 pm
דורך petergrifin
I actually learned some Chumash without getting smacked up. :D

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 3:09 pm
דורך [NAMELESS]
דריידל האט געשריבן:
(פר און שור איז די זעלבע זאך נאר ביי קרבנות שטייט אייביג פר און ביי אנדערע פלעצער ווי למשל כי יגח שור, לא תחרוש בשור וחמור אדער אין פרשת ראה ווי ס'ווערט אויסגערעכנט בהמות וואס מ'מעג עסן, שטייט שור.)

במחכ"ת האסטו פארזעהן אן אפענע גמרא אין ראש השנה (דף כו.)
ותיטב לה' משור פר אם שור למה פר ואם פר למה שור אלא מאי שור פר משופר ורבנן כדרב מתנה דאמר רב מתנה מאי שור פר שהוא גדול כפר

און ווי רש"י זאגט פשט
שור שהוא פר. ביום שנקרא שור היה גדול כפר זהו שור של מעשה בראשית שביום שנברא נברא בקומתו ושור בן יומו קרוי שור שנאמר (ויקרא כב) שור או כשב או עז ופר אינו נקרא עד בן שלש:

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 3:32 pm
דורך [NAMELESS]
אינעם מאדערענעם עברית זענען "שור" און "פר" בכלל צוויי באזונדערע מינים. איך רעד אבער אפילו פון שור ופר אין חז"ל.

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 3:33 pm
דורך דריידל
גערעכט. יעצט פאלט מיר ביי די פסוק און פרשת ראה "שור או כשב או עז כי יולד" זעמיר טאקע אז פון געבורט הייסט עס שור. לפי"ז עמיר זאגן אז בקר איז די זעלבע ווי שור נאר ביי קרבנות רופט עס די תורה בקר און ביי אנדערע פלעצער ווערט עס געריפן שור, וכנ"ל.

דאס וואס רש"י שרייבט אבער אז פר ווערט נאר געריפן לאחר ג' שנים, שטימט נישט מיט א בפירוש'ע משנה אין מס' פרה אז נאך א יאר הייסט עס שוין פר. איך דערמאן מיך אויך אז ס'איז דא א רש"י אין פר' שמיני וואס זאגט אויך אזויווי אין מס' ר"ה אבער ס'איז ארומגערינגעלט און אין אסאך חומשים שטייט עס טאקע נישט.

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 3:39 pm
דורך [NAMELESS]
דריידל האט געשריבן:דאס וואס רש"י שרייבט אבער אז פר ווערט נאר געריפן לאחר ג' שנים, שטימט נישט מיט א בפירוש'ע משנה אין מס' פרה אז נאך א יאר הייסט עס שוין פר

ס'איז א מחלוקת דארט אין די משנה (פ"א מ"ב), די חכמים האלטן אז פרים בני שלוש דווקא (לפי גירסת הר"ש, עיין תוי"ט)

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 9:18 pm
דורך ירח בן יומו
איז עפעס דא עדיקעשינעל געימס וואס א קינד סלייטליט דיסעיבילד-(אויף טריטמענטס פאר יענע מעשה ר"ל) קען שפילן, און פארנעמען די קאפ מיט דעם?

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 11:14 am
דורך לית דין בר נש
היינט אינדערפרי געטראפן א די וואך ביי די הכנות שוין לאנג נישט גיזעהן. ב"ה איך מיין איך קען אלע צדיקים איך האב נאר אפאר קלייניקייטן וואס איך וויל וויסן
א. וואס/ווער איז דער שמואל אריה עקשטיין?
ב. ווער איז דאס אב"ד ריבטיטש? (זעהט אויס ווי אכט און צוואנציג)
ג. ווער איז ראש ישיבת אהבת תורה? ער זעהט אויס אביסל ווי א אינגערמאן בערגער א קאסאן אייניקל איז דאס טאקע אים?
ד. האט הגה"ק ר' אלימלך בידערמאן געמאכט א נדר אז ער גייט מער קיינמאל וואקן אויף די ערד וואס די אויבערשטער האט געשאלטן בימי אדם וחוה? ווען איך זעה פון אים א בילד וואקט ער אויפן טיש!

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 12:45 pm
דורך דריידל
ממש די זעלבע זאכן אויפגעפאסט ביים דורכבלעטערן די וואך. ס'איז אויך געווען איטערעסאנט צו זעהן ווי די צאנזער צינדט חנוכה ליכט עש"ק מיט'ן טלית אויפ'ן קאפ.

כ'האף אז דער אב"ד ריביטיטש איז נישט סתם ליצנות געמאכט פון א פשוטער יונגערמאן (אגב מ'זעהט די רעבעצין אין די בעקגראונד).

אויך האב מען געקענט זעהן פרויען אויף די בילדער פון די לוי' פאר'ן געשאסענעם פאליס אפיסער. קען מען ערווארטען אן אנטשולדיגונג אונעם קומענדיגן אויסגאבע?

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 4:14 pm
דורך chusid
וואס איז געווען די שיטה פון ברוך שפינוזה בנוגע וואס געשענט צום מענטש נאך ער שטארבט?

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 12:07 am
דורך ירח בן יומו
פארוואס האט פאפא זוכה געווען דערמאנט צו ווערען דורך יעדער בדחן?

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 12:19 am
דורך מאטי
ירח בן יומו האט געשריבן:פארוואס האט פאפא זובה געווען דערמאנט צו ווערען דורך יעדער בדחן?

כ'מיין אז היינטיגע צייטן איז שוין נישטא דער קראנקהייט אז מענטשן זענען זובה.

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 12:23 am
דורך שלמה המלך
מאטי האט געשריבן:
ירח בן יומו האט געשריבן:פארוואס האט פאפא זובה געווען דערמאנט צו ווערען דורך יעדער בדחן?

כ'מיין אז היינטיגע צייטן איז שוין נישטא דער קראנקהייט אז מענטשן זענען זובה.

לץ איינער :lol:

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 12:52 am
דורך איך אויך
דערפאר איז ער א בדחן.

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 1:18 am
דורך [NAMELESS]
ירח בן יומו האט געשריבן:פארוואס האט פאפא זובה געווען דערמאנט צו ווערען דורך יעדער בדחן?

זיי האבן זיך קובע מקום געווען נעבן סאטמאר טוב לצדיק טוב לשכינו

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 1:42 am
דורך [NAMELESS]
ירח בן יומו האט געשריבן:פארוואס האט פאפא זוכה געווען דערמאנט צו ווערען דורך יעדער בדחן?

איך פרעג די זעלבע קשיא אויף כעלעם

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 9:46 am
דורך ונבנתה העיר
ס'איז שוין לאנג נישט יענע כעלעם.

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 10:45 am
דורך שמן זית
דו ווילסט באמת וויסן פארוואס דייקא פאפא האט זוכה געווען דערצו?..
כ'האב פאר דיר א פשוטע עצה, שפאציר אריין אהין פאר א וויילע, נאכדעם עמער רעדן.... גוט??

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 1:54 pm
דורך בוךווארעם
דאס איז ווארשיינדליך שיריים פון די צייטן וואס די פוילישע האבן חוזק געמאכט פון די אינגערישע, און דאס איז לכאורה געקומען פון טיפיקעל אָרעם-צו-רייך קנאה. דאס מיינט נישט אז ס'איז נישט במציאות אזוי... מעגליך א טשיקן-אדער-איי-קודם שאלה.

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 2:36 pm
דורך ירח בן יומו
בוךווארעם האט געשריבן:דאס איז ווארשיינדליך שיריים פון די צייטן וואס די פוילישע האבן חוזק געמאכט פון די אינגערישע, און דאס איז לכאורה געקומען פון טיפיקעל אָרעם-צו-רייך קנאה. דאס מיינט נישט אז ס'איז נישט במציאות אזוי... מעגליך א טשיקן-אדער-איי-קודם שאלה.

איך האב נישט געוואוסט אז פאפא רעפרעזענירט גאנץ אונגערין

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 3:21 pm
דורך בוךווארעם
כ'בין נישט קלאר וואס דו מיינסט, (לכאורה איז די חסרון אין מיר...) אבער כ'מיין אז מ'וועט אנפרעגן א דורכשניטלעך אינגערמאן וועלכע קהילה/חסידות איז מערסטענס מקושר צו דאס חוזק-טערם 'אינגערישע-נער' וועט פאפא זיין די אנטווארט. נישט ריכטיג?

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 3:35 pm
דורך ירח בן יומו
בוךווארעם האט געשריבן:כ'בין נישט קלאר וואס דו מיינסט, (לכאורה איז די חסרון אין מיר...) אבער כ'מיין אז מ'וועט אנפרעגן א דורכשניטלעך אינגערמאן וועלכע קהילה/חסידות איז מערסטענס מקושר צו דאס חוזק-טערם 'אינגערישע-נער' וועט פאפא זיין די אנטווארט. נישט ריכטיג?

שטעלט אייך נאר פאר די רבוש"ע שטייט און איז גוזר אויף יעדער טיפ הנוצר חכם אדער טיפש, אזוי גייט עס איינער קרוגט מער חכמה און איינער ווייניגער, איינער קרוגט מער טיפשות און איינער וויינגער, פלוצילינג רופט זיך אן דער באשעפער "אה דא קומט איינער וואס גייט דאוונען אין א שול וואס הייטס פאפא, איהם גיבט מיין א גאנצע זאק טיפשות"
מיינט איהר טאקע אז ס'גייט אזוי?

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 4:09 pm
דורך שמן זית
וואס זאגסטו לגבי די אונגארישע?

אז ווען דער אייבירשטער האט געוואלט איינעם אראפשיקען קיין אונגארן, האט ער שנעל געגעבן א כאפ צוריק דאס פעקעלע שכל פון אים?...