בלאט 110 פון 179

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 7:58 am
דורך פאלאצ'ינטא
אין א קאלטע ווינטער שבת זעהט א אינגעלע, די מאמע טראגט א טייערע שיינע מינק קאוט.

מאמי, פרעגט דער אינגעלע, נעעעעעבעעעעך, וויפיל האט דער חי' געדארפט דורך גיין אין סאפערען, אז די זאלסט קענען האבען אזא פענסי קאוט?

נוווווווווו מחוצף, שרייט די מאמע, אזוי רעדט מען וועגען טאטי?!!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 1:51 pm
דורך החוקר
רבותי, איך נעם צאם פאר א גאר חשובער רב וואס איך האב געטראפן אין מיאמי ביעטש, בעירום ובחוסר כל.

ביטע רופט אייך אן ווארעם!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 5:43 pm
דורך berlbalaguleh
החוקר: דעס אז די רבי איז (נעבעך) בעירום ובחוסר כל, איז טאקע א רחמנות. אבער זיך אנרופן ווארעם דארף מען נישט. די רבי איז דאך געפארן צו די מקומות הקדושים ווייל דארט איז ווארעם. דאס איז נאר חלק א'. ווען די רבי וועט אי"ה צוריקקומען מיט אן אפגעבראטענע חלק א---יים און ער וועט האלטן א דרשה און אויסרעכענען וואס מ'טאר אלץ נישט ליינען. אדער טון...דעם מאמענט און שטערן און שפאקטיוו פארשטיי איך. אבער די אידישע ליכט אויך נישט...?!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 6:01 pm
דורך קהל'ס נער
החוקר האט געשריבן:רבותי, איך נעם צאם פאר א גאר חשובער רב וואס איך האב געטראפן אין מיאמי ביעטש, בעירום ובחוסר כל.

ביטע רופט אייך אן ווארעם!


אין בעלזא האט מען געטייטשט:
תצא רוחו, ער ברויך גיין אויף אפריה, ישוב לאדמתו, פארט ער קיין מיאמי, ביום ההוא אבדו עשתנתיו, אין יענעם טאג האט מען עים גע'גנב'ט די הויזן.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 10:40 pm
דורך תרמב
א צווייטע טייטש זאגט מען, צדקתך כהררי קל די צדיקים פארן קיין שווייץ אויף די בערג, משפטיך תהום רבה די רבנים פארן זיך צו די וואסערן, אדם ובהמה תושיע השם די פלעינע מענטשן דארפן א ישועה.....

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 10:50 pm
דורך וואלווי
וועגען דעם זאגט מען נישט צדקתך ביי יומא דפגרא'ס וכו', ווייל אזוי ווי ס'קומט א שיינע שבת קומען די אלע צדקתך ומשפטיך'ס שנעל צו פליען פון מיאמע און די שווייץ...

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 12:35 am
דורך קהל'ס נער
זיצט א ע"ה ביים סדר און טייטשט פארן איידעם אזוי: הים ראה וינוס הירדן, די ים האט געזעין אין די ירדן איז אנטלאפן, יסוב לאחור ההרים, רקדו כאלים גבעות.
ביי כבני צאן איז ער שטעקן געבליבען.
פרעיגט עים די איידעם: ווייל די ים האט געזעין דארף די ירדן אנטלויפן?
ענטפערט עים די שווער: טאקע דאס פרעיגט די בעל התהילים נעקסטע פסוק, מה לך הים כי תנוס הירדן, און דער בעל התהילים ענטפערט אז ווייל תסוב לאחור ההרים, און תרקדו כאלים גבעות, וועיגן דעים איז די ירדן אנטלאפן, און די כבני צאן וואס מען איז פריער שטעקן געבליבען זענען שוין אויך פארענטפערט ווייל מלפני אדון חולי.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 2:30 pm
דורך פאלאצ'ינטא
היינט צופרי ביי שחרית קומט צו א שנארער און בעט געלט.

זאג איך איהם איך האב נישט.

ענטפערט ער "גיי ארבעטען"

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 2:38 pm
דורך פאלאצ'ינטא
א ליטוואק גייט ארויף אויפ'ן באס אין בני ברק אין זעהט אז עס זיצט א מיידל אנגעטוהן נישט צניעות'דיג.

גייט ער צו און גיבט איהר אן עפעל.

פרעגט זי פארוואס גיבסטו מיר אן עפעל?

זאגט ער ווייל ביז חוה האט געגעסען פון די עץ הדעת האט זי נישט געוויסט אז זי איז נישט אנגעטוהן.

א טאג שפעטער טרעפען זיי זיך ווידער אויף א באס. דאסמאהל גייט זי שוין אנגעטוהן צניעות'דיג אבער יעצט גיבט זי איהם אן עפעל.

פרעגט ער פארוואס גיבסטו מיר אן עפעל?

זאגט זי ווייל ביז אדם האט געגעסען פון די עץ הדעת האט ער נישט געוויסט אז ער דארף גיין ארבעטען

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 4:15 pm
דורך רביה''ק זי''ע
תרמב האט געשריבן:א צווייטע טייטש זאגט מען, צדקתך כהררי קל די צדיקים פארן קיין שווייץ אויף די בערג, משפטיך תהום רבה די רבנים פארן זיך צו די וואסערן, אדם ובהמה תושיע השם די פלעינע מענטשן דארפן א ישועה.....

זאל דער באשעפער אפהיטן וואו זיי גייען זיך אויסלופטערן כצ״ל

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 11:22 pm
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: דאס איז א גוט ווארט. אבער די נקודה פון תרמב איז געווען צו מאכן א חילוק פון די רעבעס, רבנים און שיינע אידן און דעם פושט'ן מענטש, וועלכער איז א סאך מאל צוגעגליכן (אין זייערע אויגן) צו א בהמה...!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 11:29 pm
דורך berlbalaguleh
ס'ווערט דערציילט אויף הערשל אסטראפאליער אז ער איז אמאל געווען צוזאמען מיט זיין טאטן פאר'ן סדר ביי א קארגן גביר. דער מכניס אורח האט געגעבן זייער קליינע בעכערס פאר די ארבע כוסות. ווען ס'איז געקומען צו די עשר מכות האטציך הערשל אנגערופן (מיט א געמאכטע תמימות). כ'פארשטיי נישט. דער בעל הגדה רעכנט אויס די צען מכות. נאכדעים קומט ר' יהודה און געט די סימנים דצ"ך עד"ש באח"ב. פארוואס האט ר' יהודה געדארפט געבן די סימנים.? נאר ער האט געוואוסט אז ס'וועט זיין א קארגער עושר וואס וועט געבן צום סדר זייער קליינע כוסות וויין. אויב מ'וועט אראפגיסן פאר די צען מכות וועט גארנישט איבערבלייבן. דערפאר האט ער געמאכט די סימנים...!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 1:58 pm
דורך תרמב
א צווייטער האט געזאגט אז מכות וואס לאזט נישט איבער קיין סימנים הייסט נישט קיין מכות.....

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 3:49 pm
דורך berlbalaguleh
תרמב: דאס איז געזאגט געווארן פאר תימנ'ער און מאראקאנער, וועלכע פלעגן אנרייסן די ווייבער...!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 8:40 pm
דורך good news
love it.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 9:03 pm
דורך berlbalaguleh
א איד קומט אמאל אריין צו א רב בעטן א הסכמה אויף זיין ספר. דער רב בלעטערט אדורך דעם ספר'ל און רופט זיך אן צום מחבר, "ר' איד, איהר זאלט מיטנעמען דעם ספר ווען איהר גייט אין גאס אלס שמירה"... פרעגט דער מחבר, "רבי, אזוי הייליג איז מיין ספר"? זאגט איהם דער רב, "דו האסט מיך נישט פארשטאנען... די גמ' זאגט "ת"ח אל יצא יחידי בלילה". כ'מיין רש"י זאגט מפני המזיקין"... זאגט דער רב, אז דו וועסט מיטנעמען דיין ספר, וועלן שוין די מזיקים זעהן אז דו ביסט נישט קיין ת"ח, וועלן זיי דיר נישט טשעפען...!

Re: מילתא דבדיחותא

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 9:36 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
תרמב האט געשריבן:א צווייטע טייטש זאגט מען, צדקתך כהררי קל די צדיקים פארן קיין שווייץ אויף די בערג, משפטיך תהום רבה די רבנים פארן זיך צו די וואסערן, אדם ובהמה תושיע השם די פלעינע מענטשן דארפן א ישועה.....
ועוד י"ל, אז ווען די רעבעס צופארן דארט ווי זיי באלאנגן יעדער ווי זיין תכונת הנפש ציהט עם, זה בהרי פישטיאן, וזה בשווייץ ואחרים ב'מיאמי ביעטש, דאמאלטס איז אדם ובהמה תושיע ד' האבן די פשוטע אידן א ישועה, אפילו נאר א צייטווייליגע, די פראבלעם איז ווען זיי קומען צוריק.

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 24, 2021 2:05 am
דורך פיקח עצום
אראפשטעלן 5 טויטע אין קאסטענעס איינגעהילט אין תכריכים נאך מיט די נאסע בערד פון די טהרה, אויף לי העכער די הייוועי און פארענט פון שומר שבת וועט זיך דער עולם אויפוועקן פון בערן שלאף....
קרעדיט : קאך לעפעל

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 24, 2021 10:44 am
דורך פאלאצ'ינטא
א עלטערע אידל גייט אריין אין א רעסטאראנט און באשטעלט זיך א גוט שטיקל בשר. דער וועיטער ברענגט עס צו און ער גיבט זיך א רוף אן אנטשולדיגט, איך דארף אהיים גיין איך האב פארגעסען מיינע ציין (די פאלשע).

זאגט דער וועיטער, ווארט איין מינוט. ער קומט צוריק מיט אפאר פאלשע ציין.

דער איד פראבירט, ניין זאגט ער, עס איז צו קליין איך גיי אהיים.

ווארט זאגט דער וועיטער איך האב נאך אפאר. ער קומט צוריק און דאס מאהל איז עס געוועהן צו גרויס.

איך גיי אהיים זאגט ווידער דער אלטער.

ר' איד, זאגט דער וועיטער, זארג זיך נישט איך האב נאך. און ער ברענגט נאך אפאר אזוי אהין און צוריק ביז ער האט איהם געברענגט איינס וואס איז געוועהן פונקטליך.

נאכ'ן עסען פרעגט ער דער וועיטער, זאג נאר דו מוזט זיין א דענטיסט פון ווי האסטו אזויפיהל ציין? ביזטו אמאהל געוועהן א דענטיסט?

ניין זאגט דער וועיטער. איך ארבעט אויך ביי די חברה קדישא.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 24, 2021 12:47 pm
דורך berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא: ייש"כ. דאס איז א גוטס. מ'קען נאך מוסיף זיין (אויף דיינע דיברות קודש) אז דער וועיטער האט געזאגט פאר דעם אלטן איד אז ווען ער וועט גיין (אי"ה) לאחר מוע"ש, זאלל ער נישט פארגעסן מיטברענגען די ציין...!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 5:32 pm
דורך חקרן
בערל, שוין לאנג נישט געהערט קיין דזשאוק. איך בין אין די מוד פון עפעס גוטס...

דערצייל עפעס...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 7:41 pm
דורך קהל'ס נער
משה ברוך דערציילט פאר זיין חבר דוד מיכל.

אז ער איז ארויף אויף א נייע דייעט, ס'הייסט די וויסקי דייעט, פשוטו כמשמעו, מ'מאכט לחיים'ס א גאנצע טאג, יעדע מאל ס'כאפט א תאוות אכילה נעמט מען נאך א שאט.

פרעיגט עים דוד מיכל, וויפיל האסטו שוין פארלוירן?

ענטפערט משה ברוך, איין ווייב מיט זיבן קינדער.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 8:41 pm
דורך berlbalaguleh
חקרן: נו, אז דו ווילסט הערן עמיר פארציילן. האומר דבר בשם אומרו... איך האב געהערט דאס ווערטל פון מיין רבי'ן דער הייליגער יארמער רב שליט"א...והנה. 2 אידן זענען סטאק געווארן איבער שבת אין עפעס א האטעל אין א שטעטל אין טעקסאס. קיין גרעיפ דזשוס. קיין חלות. גארנישט... יא. איין פלעשל וואדקא. דאס האבן זיי געטראפן אין האטעל צימער. נו, מ'גייט מאכן קידוש אויף א גלעזל וואדקא. שוין. ס'איז געקומען צו חלות און לחם משנה. עודך. ווידער א גלעזל משקה. פיש. נאך איינס. זופ. נאך א גלעזל. פלייש נאך א גלעזל. שוין. מ'גייט בענטשן. רופט זיך אן דער חבר...איך מיין אונז האמיר פארגעסן עפעס...פרעגט ער , וואס?...צו טרינקען בראנפן נאך די פיש...!