איך גיי זיך נישט טענהן מיט דיר, דיין בליק אויף אים איז זייער קלאר דא אין שטיבעל. איך האב נאר הנאה צו זעהן ווען מענטשן שרייבן שטותים מיט אזא זיכערקייט כאילו עס איז נישטא בכלל וואס צו רעדן, אזוי איז עס און שוין. איך קען דיר זאגן איין זאך איך אלטס בעלזע חסיד, האב איך פינקט די פארקערטע עקספיריענס. איך בין טאקע נאר דארט פאר א מעניט צו צוויי דריי איין מאל א יאהר. אבער די שניידיגע תשובות באגלייט מיר אגאנצן יאהר, ווען נישט וואלט איך אים נישט נאכאמאל געפרעגט וואס צו טוהן, און ניין קיינער צווינגט מיר נישט צו פרעגן אויף יעדע באשלוס אין לעבן.
מענטשען קענען רעדן מבינות און שרייבן אפאר שורות אויף א מענטש וואס זיי האבן איהם אין זייער לעבן נישט געזאגט א גוט יאהר, און ספק צו בכלל גיזעהן פונדערווייטנס. עס מאכט א רושם אז עס רעדט זיך דא פון הויכע כוחות ווי צום ביישפיל רוח הקודש אדער להבדיל שנאה עמוקה. עס קען זיין?
איסר האטלקי האט געשריבן:בין איך דיר מסביר אז בדרך הטבע קען מען זיין יא א חסיד פון בערלען, משא''כ פון אהרן מרדכי. בדרך הטבע קען ער נישט האבן קיין חסידים. ס'נישטא קיין רבי אויף דער וועלט אריינגערעכנט ווערעצקי וואס פארמאגט אזוי ווינציג רוחניות און גשמיות ווי ר' אהרן מרדכי. פינטל.
פונעם דור מהר''א ביז מהרי''ד השני האט זיך דער דור געטוישט ברוחניות, ממילא קען ער זיין רבי אין בעלזא, וויבאלד שכל האט ער דאך. כדי רא''מ הראשון זאל קענען זיין רבי, דארף דער דור כאפן אזא ירידה אין חכמה. איך האף אז נאר אין בעלזא וועט אראפקומען דער שפע פון טיפשות און וועט זיך נישט אויסשפרייטן ווייטער...
זיין מאמע ברודער האט אויך וויניג שכל און איז היינט א רבי פאר טויזענטער חסידים
איך מיין דער כבוד האסטו. טאמער דו גלויבסט טאקע אין די ליצנות פון דיין ענטפער, ביסטו נעבעך מער מאלעסטעד ווי מ׳האט געמיינט.
ניין, וויסען די נאמען פון יעדער חסיד איז נישט דער קנה מדה פון א רבי. עס איז די קנה מדה פון א מענטש. אז דו ווילסט זאגען אז א רבי דארף נישט זיין קיין מענטש, איז דאס ערשט נשתכחה. נישט נאר תורת הבע"ש, נער בעיסיק מענטשליכקייט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך מיין דער כבוד האסטו. טאמער דו גלויבסט טאקע אין די ליצנות פון דיין ענטפער, ביסטו נעבעך מער מאלעסטעד ווי מ׳האט געמיינט.
ניין, וויסען די נאמען פון יעדער חסיד איז נישט דער קנה מדה פון א רבי. עס איז די קנה מדה פון א מענטש. אז דו ווילסט זאגען אז א רבי דארף נישט זיין קיין מענטש, איז דאס ערשט נשתכחה. נישט נאר תורת הבע"ש, נער בעיסיק מענטשליכקייט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
קענסט מיר ביטע אויסרעכענען איין רבי וואס האט אונטער זיך קרוב צו 10 טויזנט משפחות וואס קען יעדע חסיד ביים נאמען?
דיין לעצטע פאר שורות ווייזן ארויס פונקטליך וויפל דו קענסט זיך אויס און חסידות בכלל, און אין בעלזא חסידות בפרט...
פון ווען אן איז ער מחליט זאכן פאר וועמען ער קען נישט? די רב זאגט נאר די וועג, די גאנג, די אויסשטעל אבער יעדע בית מדרש האט זיך זיין דיין און זיין רב, און נאכמער איז לעצטענס געווארן אז יעדע גרופע יונגעלייט האבן זיך זייער דיין צו וועמען זיי ווענדן זיך... און ער קען זיי יעדער פערזנליך, אסאך מער ווי די נאמען.
איך מיין אבער איך ענדיג מיין שמועס מיט דיר דא, ווייל איך רעדט דאך זיכער מיט איינער וואס קען בעלזא נאך אסאך בעסער ווי די בעלזע קענען אליין.
און ווער איז ממנה דעם דיין? די מעמבערס פון די שול וואס קענען זיך און ווייסען וואס זיי דארפען? צו איינער א ריעל עסטעיט יורש אין א"י וואס גיבט נישט קיין כי הוא זה וועמען עס איז וואס ער לייגט אונטער יענער דיין און צו וואס טויג ער?
כנראה אז דיין ידיעות אין כאסידעס דערגרייכט נישט ווייטער ווי די היינטיגע סאציאלע ערשיינונגען. אויב עס איז טאקע נאר דאס, ביסטו גערעכט אז לא נשתכחה. ווייל סוציולוגיה שטעלט זיך נישט אפ ווילאנג דער מענטשהייט וועט עגזיסטירען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אונטער חכם האט געשריבן:ליטוואק , הרב שך האט נישט איינגעטיילט וואס צו טוהן אין יעדן שטעטל אין אר"י? אדער אפשר האט ער געקענט גאנץ ארץ ישראל ביים נאמען?
אבער למעשה, אויב א רבי קען ליינען מחשבות דארף ער לכאורה וויסן וויאזוי מען הייסט אויך.
די מין טענה'ריי איז א לעצטיגע אנשיקעניש דא אין שטיבל. זכרנו ימים מקדם ווען די דיסקאשענס דא האבן געהאט מער סאבסטענס. @ליטוואק ברענגט ארויף א פראבלעם וואס עקזיסטירט אין בעלז, לעניות בעתו. פרעג אים נישט אפ מיט דעם אז רב שך האט געטון די זעלבע אומרעכט. טאמער איז עס א פראבלעם דארף עס פארדאמט ווערן נישט קיין נפק"מ וויפול מענטשן באגייען די פראבלעם, און טאמער האלטסטי אז ס'איז נישט קיין פראבלעם, זיי מסביר פארוואס. נאך מער, ליטוואק איז נישט אחראי אויף די מעשים פון רב שך אפילו טאמער האלט ער אז ער איז געווען א גדול בישראל.
אין די "כינוס" אשכולות איז דאס אויך געשעהן זייער אפט. ווען איינער האט ארויפגעברענגט עפעס נעגעטיוו איז באלד געקומען אן ענטפער אז די אנדערע צד איז אויך באגאנגען די עוולה. קאם אן, חברה. לאמיר לייגן די אגענדעס אויף א זייט און זיך אויסשמועסן ווי נארמאלע מענטשן. ניצט די אייגענע שכל צו מבחין זיין בין טוב לרע.