'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 75
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 09, 2016 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 67 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'
אפשר קומען מיינע ווערטער אין אשכול "איך וויל וויסן", טאמער יא ביטע פארגעבן.
פארקויפט מען " דער וועקער" אויף עמעזאן צו מאכן געלט פאר די וואס ווילן נישט קיין נהמא דכיסופא און/אדער זיי ווילן א פראפעסיאנאלע דרוק, אדער טוט מען עס פאר גרויס געטריישאפט צו די חברים דא, אבער מען מאכט קוים געלט.

- הודעות: 1650
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 1407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'
אדנירם האט געשריבן:אויב איך האב ריכטיג פארשטאנען דיין שאלה, איז די ענטפער, אז דורכן פארקויפן אויף עמעזאן מאכן מיר קוים פרוטות און איז נישט ווערד קיין השקעה. מיר טוען עס אויסשליסליך אלס סערוויס פארן עולם, אז מ'זאל האבן וואו עס צו קויפן אנליין.
אפשר איז מעיגלעך עס צו פאקויפן אויך אויף א אנדערע פארנעם צו אויף עי בעי אדער אפילו אויף עמעזאן פאר אביסל טייערער אז ווער עס וויל יא שטיצן קען עס קויפן פאר מער געלט? די סברה אונטער דעים איז אז איך בין אנדערש גרייט צו צאלן אפאר דאלאר מער ווי האבן בחינם און געיבן א נדבה.
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
העניך האט געשריבן:אויך דארף מען דערמאנען אז החכם [tag]העניך[/tag] האט געשריבן א ריזיגן מאמר פאר'ן 'אסיף' נאכ'ן דורכאקערן פון דעקל צו דעקל דעם נייעם ספר פון האדמו"ר ר' שלמה מבאבוב זצ"ל, נאר החכם [tag]אדנירם[/tag] האט עס נישט אקצעפטירט ווייל עס קריטיקירט האדמו"ר ר' בן ציון.
ממש א שאד אזא שיינע און רייכע ארטיקל זאל אזוי קאלטבלוטיג פאלן צו די זייט וועגן איין אדער צוויי פאראגראפן פון רעהטאריק.
אפשר וואלט כדאי געווען אז העניך זאל רעדאגירן דעם ארטיקל און טוישן דאס ביסל חלק צימעס שבארטיקל מיט אביסל דיפלאמאטיע והכל על מקומו יבא בשלום.
- פיקאסא
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 118
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
- האט שוין געלייקט: 332 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל
Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'
גר ותושב האט געשריבן:אדנירם האט געשריבן:אויב איך האב ריכטיג פארשטאנען דיין שאלה, איז די ענטפער, אז דורכן פארקויפן אויף עמעזאן מאכן מיר קוים פרוטות און איז נישט ווערד קיין השקעה. מיר טוען עס אויסשליסליך אלס סערוויס פארן עולם, אז מ'זאל האבן וואו עס צו קויפן אנליין.
אפשר איז מעיגלעך עס צו פאקויפן אויך אויף א אנדערע פארנעם צו אויף עי בעי אדער אפילו אויף עמעזאן פאר אביסל טייערער אז ווער עס וויל יא שטיצן קען עס קויפן פאר מער געלט? די סברה אונטער דעים איז אז איך בין אנדערש גרייט צו צאלן אפאר דאלאר מער ווי האבן בחינם און געיבן א נדבה.
פיינעם געדאנק. אבער לאמיר דיר מסביר זיין עפעס. כדאי אז עמעזאן זאל דאס זיין גרייט צו פארקויפן גיי איך מיט @ליטוואק פ"ב אדורעך שבעה מדורי גיהנם ביז זיי זענען מחליט אז ס'איז אוקיי. זיי שיקען עס צו זייערע מינימום וועידזש איינגעשטעלטע אין אינדיע וואס גייען עס אדורעך מרישא עד גמירא צו זעהן אויב ס'קלאפט, רוב מאל שיקען זיי צוריק א לאנגן אימעיל מיט צען סיבות פארוואס ס'קען נישט אדורעך גיין. דארף מען אויסארבעטן א וועג צו ארום שפילען מיט דעם אז ס'זאל יא קלאפן. ביז די באשעפער האט רחמנות און געבט עס פאר א וואוילע שמויגער וואס געבט יא דעם אוקיי. אשר על כן, גלייב איך נישט אז די ארבעט פון ארויפלייגען נאך איינס פאר אביסעלע טייערע וועט זיך אויס צאלן בעלמא הדין. אונז לייגן דאס ארויף ריין שלא על מנת לקבל פרס אלס די ביליגסטער וואס איז שייך.
מאכן א נדבה אויף פעיפאל איז היינט בלויז א קליק פון א קנעפעל, און גלייב דיר מיר ס'איז בכלל נישט קיין נהמא דכסיפא...
נ. ב. די סיבה פארוואס אויפן עד אינעם וועקער וועגן עמעזאן, שטייט ארויסגעשריבן אויף אידיש "עמעזאן.קאם" און נישט אויף ענגליש ווי א נארמאלע מענטש, איז אויך צוליב איינס פון זייערע משוגע'תן, ס'טאר נישט שטיין עמעזאן אינעם ביכל.. אין זיי האבן דאס געכאפט נאר ביים צווייטן וועקער דאכצעך.
- פיקאסא
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 118
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
- האט שוין געלייקט: 332 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל
Re: 'דער וועקער' - חודש'ליכער זשורנאל פון 'קאווע שטיבל'
רבותי! מארגן נאוועמבער די אכטע איז א היסטארישע טאג פאר אמעריקא!!
און ניין, נישט נאר צוליב דעם וואס די אן-יונייטעד סטעיטס אוו אמעריקא גייט וועהלן א נייעם פרעזידענט (אדער בעסער געזאגט, וועהלן ווער עס זאל "נישט" זיין פרעזידענט.. ) נאר ווייל מארגן וועט אי"ה ערשיינען איינס פון די שענסטע און גרעסטע היימישע אידישע אויסגאבעס וואס איז נאר אמאל ערשינען בחינם! און אלעס איז געטוהן געווארן שלא על מנת לקבל פרס.
הכונו! הכונו!

[center]מעכטיגער אויסגאבע "אסיף" (וועקער #6) - שוין ערשינען![/center]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
וואס וועט זיין מיט עמעזאן?
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

שלום עליכם אחי היקרים!
גיב איך היינט א היטש פאר א אינגערמאן און ער פארציילט מיר מיט עקסטאז א גאנצע געשיכטע פון אלכסנדר מוקדון און איך שפיר אז איך קאן עס ווארט ביי ווארט מפרי עטי... פרעג איך אים פון ווי קען ער עס זאגט ער מיר אז ער האט עס געליינט אינעם וועקער. קום איך דא אריין נאכן מאכן די ברכה שהחיינו כמבואר, זעה איך אן הודאה פון @אבטולמוס (אזוי טעגט מען, יא? נישט געווען אין מיינע צייטן. איך זיך נאך מיט וועם צו רעדן אין יופאק און בלאקן טעל מי) אויב וויל איך מאכן אן ארטיקל פארן וועקער.
קען מיר איינער מסביר זיין בקצרה, וואס איז דאס? באקומען די שרייבער געלט? קען איך באקומען א ביכל בחינם אלס שרייבער וואס מ׳האט געניצט מיינע ארטיקלן? וועלכע פון מיינע ארטיקלן זענען שוין ארויס לאור עולם ואשתו?
צופעליג האלט איך אינמיטן אדורך גיין בעיון רב די גאנצע אידישע היסטאריע מיט די רוימישע קיסרים. שוין געווען עטליכע מאהל אין רוים, און נאך עטליכע חדשים האלט איך נאך ווייט פון פארטיג. בלי נדר והבטחה אשתדל כמיטב יכולתי אשר ברכנו ציר העולם להוציא אל הכתב והמכתב באכסניה זו קצת מרשימת אלה מסעי וקורות החיים בזמנים ההם. כידוע לכל בי בר רב דחצי יומא שארץ המגף מאגר בתוכו אגפים מלאים רוח יהודי ודם טהורים, וחבל על דאבדין שלא תשתכח מישראל. ומה נהדר המקום הזה בין חברי @יאיר ושאר כל חכמי הישיבה כאן, בבחינת זרוק חוטרא לאוירא אעיקריה קאי, אז אחזור למקור חצבי ולשורשי העמוקים כאן להביא כאן באכסניה חשובה הזו אל גנזי המלך מה שזמן יאפשר ויתפשר.
תן לחכם ויחכים עוד.