בלאט 12 פון 12

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 5:15 pm
דורך יעקב מענטש
וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן הרב רייזמאנ'ס אפיניען צו די נייע בעלזע לויערס.

נאכן הערן אין די בית שמש דרשה ווי ער רומט אויס הרב שטיינמאן ז"ל פארן זיך שלאגן קעגן אקעדעמיע. איז עס אביסל אויפפאלענד ווי די פרומסטע חסידות (עכ"פ אין אייראפע) זאל שיקן אינגעלייט 'שטודירן', אבער מי יהרהר אחר בעלזא רב שליט"א, ס'איז זיכער אז דאס קומט אויך אלץ אן הוראה פונעם פעטער ז"ל

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 6:00 pm
דורך אויסער געווענדליך
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער.......

וואס האט איינס מיט די צווייטען? די מלחמה איז קעגען דעם אז אלע מיידלאך זאלען גייען שטודירען, נישט אז אלע שטודירונגען זענען שלעכט. הרב שטיינמן איז נישט געגאנגען צו א שטודירטע דאקטאר?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 6:42 pm
דורך ברוך שפינוזה
יעקב מענטש האט געשריבן:איז עס אביסל אויפפאלענד ווי די פרומסטע חסידות (עכ"פ אין אייראפע) זאל שיקן אינגעלייט 'שטודירן',
זינט ר' אהרן איז געווארן רב, איז בעלזא מער נישט געווען די פרומסטע חסידות. ווי א מחנובקער האט מיר אמאל געזאגט, ס'דא בעלזא פאר תרפ"ז, און בעלזא נאך תרפ"ז.
יעקב מענטש האט געשריבן:אבער מי יהרהר אחר בעלזא רב שליט"א, ס'איז זיכער אז דאס קומט אויך אלץ אן הוראה פונעם פעטער ז"ל

איך ווייס נישט וועגן זיין פעטער, אבער זיין טאטע וואלט זיכער הנאה געהאט דערפון.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 7:42 pm
דורך איך אויך
נעבעך.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 7:48 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ביטע אנצייכענען א מקור אין שו"ע וויאזוי מ׳דארף זיך פיהרען ווען איינער מיט דעות מינות גייט אוועק פון דער וועלט. איך האב געזוכט און נישט געטראפען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט: אבער דער בראך איז אז זיי ( די טראללערס, אפילו טובים שבהם) האלטן אז יענער איז דער שייגעץ. יענער איז דער אפיקורס. קיינמאל נישט ביי זיי אין דער מחנה. ווי האט איינער אמאל געזאגט...,ס'וועט דיר גארנישט העלפן ווייל דער אייבישטער איז א ס---ר.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 8:03 pm
דורך berlbalaguleh
נקודת-אמת האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס ווייזט אונז אז נישט קענען די פאקטען קען פארדרייען אפילו ׳קדושים וטהורים׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

קדושים און טהורים ווערן נישט פארדרייט ווען זיי האלטן אנדערש ווי די קלערסט מען דארף זיך נוהג זיין

געדענק דאס ווען דו דערמאנסטדיך פון די מעשה וואס דיינע חברים האבן פלאנאנצירט וועגן פארדרייען קדושי וטהורי הדורות הקודמים בחתימתם על החוב-קדוש
וואס דאס איז פשוט ביי א יעדער סאקמורי אז מ'האט פארדרייט דעם צדיק אדער יענעם רב, ווייל אן דעם קען נישט זיין אז זיי וואלטען געחתמ'עט

נקודת אמת: דאס איז שוין א לימוד זכות אויף די צדיקים מדור הקודם פון די ..."גוטע נשמות"...!

Re: דרשה פון הרב מנשה רייזמאן שליט"א לאור די בית שמש אסונות

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 8:57 pm
דורך קפה נמס
יעקב מענטש האט געשריבן:וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן הרב רייזמאנ'ס אפיניען צו די נייע בעלזע לויערס.



לינק ביטע...

נשלח: פרייטאג יאנואר 26, 2018 12:06 am
דורך שמעון וואלף
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:איז עס אביסל אויפפאלענד ווי די פרומסטע חסידות (עכ"פ אין אייראפע) זאל שיקן אינגעלייט 'שטודירן',
זינט ר' אהרן איז געווארן רב, איז בעלזא מער נישט געווען די פרומסטע חסידות. ווי א מחנובקער האט מיר אמאל געזאגט, ס'דא בעלזא פאר תרפ"ז, און בעלזא נאך תרפ"ז.
יעקב מענטש האט געשריבן:אבער מי יהרהר אחר בעלזא רב שליט"א, ס'איז זיכער אז דאס קומט אויך אלץ אן הוראה פונעם פעטער ז"ל

איך ווייס נישט וועגן זיין פעטער, אבער זיין טאטע וואלט זיכער הנאה געהאט דערפון.

זיין מאמע, מיינסטו.

אבער באמת, וואס מאכט מען זיך משוגע. בעלזע רב, לשיטתו ער איז ראוי צו זיין א מנהיג ישראל, איז הינדרעט פראצענט בארעכטיגט צו טון וויאזוי ער פארשטייט איז די בעסטע לפי הזמן. ס'איז דא א תורה מיט א שולחן ערוך און צו דעם איז מען משובד. אלע פרומקייטן און חומרות וואס איז געווען אין בעלז אמאל איז קיינעם נישט מחייב טאמער זעהט מען היינט אז ס'איז יצא שכרו בהפסדו.
בעלזע רב האט מעכטיגע ביצים און טיט ווי ער פארשטייט איז ריכטיג. הלואי וואלט געווען מער אזוינע מנהיגים ווי אים אין די הינזיכט.