אתא קלילא האט געשריבן:זאג מיר נאר ר׳ בערל זיסער צו דיין בעל עגלתא וואלט אויך געשיקט דיין זיהן אין צה״ל אז די פרייסט זיך אזוי?
אבער סאיז דא וואס צו דן זיין אויב דער ברך משה האט געשיקט זיין אייניקל צום מיליטער פארוואס זאלען אידן יראים ושלמים נישט נאך גיין זיינע פוס טריט?
ר' אתא קלילא טייערער שליט"א: נישט נאר מיין בעל עגלתא (עגלה'טע) וואלט געשיקט מיין זין. נאר איך אליינס. אויב וואלט איך געוואוינט אין ארץ ישראל, וואלט איך 100% זיכער געגאנגען אין מיליטער. ס'העלפט צו סיי בגשמיות און סיי ברוחניות. מ'קען ווערן א מענטש. און מ'דארף נישט אנקומען צו קיין נהמא דכיסופא, צו נעמען סובסידיעס פון די ממשלה. חוץ דעים איז עס א בפירוש'ער פסוק "האחיכם יצאו למלחמה ואתם תשבו פה"?, האט משה רבינו געפרעיגט ביי די בני גד ובני ראובן. די צווייטע נקודה וואס דו ברענגסט אויף אז מ'דארף מברר זיין צו ער איז טאקע אן אייניקל פונ'ם ברך משה, איז זייער פשוט. דעיס איז די איראניע פונ'ם לעיבן. אז דעם ברך משה'ס אן אייניקל גייט אין דעם טמא'נעם צה"ל מיליטער.
די זעלבע איראניע פונ'ם גורל האט דער אייבישטער צו געפיהרט אז דעם מנחת אלעזר'ס איידעם איז געוועין א מזרחי'סט. דער מונקאטשער רב, וואס האט אזוי פייערדיג געקעמפט, נאך א סאך מער ווי די סאטמאר'ע רבי זי"ע, אפילו אקעיגן די אגודה, און געטראפן רמזים אויף זיי אין חומש און די גמ' . זיין איידעם, דער מאן פון זיין בת יחידה ר' ברוך ראבינאוויטש, ...איז געוועין א סאך זאכן. און איינס פון זיי איז געוועין אז ר'איז געוועין א מעמבער אין די מזרחי פארטיי
