בלאט 12 פון 20

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2020 7:13 pm
דורך איסר האטלקי
שיטה הקדושה האט געשריבן:
real fake news האט געשריבן:רעכן פליז אויס די רוב ווייל איך זעה עס נישט.
ר רפאל שור און ר משה גרין זאגן זיי האבן יא געחתמט
ר' רפאל זאגט אז ער האט נאר געחתמ'ט ווייל ר' משה האט
אין מען ארבייט אז ר' משה זאל ציריק ציען
ווייל ער האט קיינמאל נישט געהערט ר' שמואלס שיעורים מען האט איהם נאר געזאגט וואס ער זאגט

Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk

:lol: :lol:

הייסט מ'פרובירט צו מאכן א הפקעת החתימה למפרע. אויב ר' משה גייט אמאל צוריקציען, גייט ר' רפאל קיינמאל נישט האבן אונטערגעשריבן....

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2020 7:28 pm
דורך יין שרף
[justify]נעכטן נאכט האב איך גערעדט מיט א באקאנטן רב אין מאנסי, (וואס געווענליך איז זיין נאמען אויף יעדע צעטל..) זאגט ער מיר אז יעדע רב וואס קען ר"ש ניימאן פערזענליך מיט זיינע דעות שיטות והשקפות ופסקים, אדער האט אויסגעהערט "די גאנצע" סעריע שיעורים פון שלום בית/טהרת המשפחה/מצות עונה (אפילו נאר צו וויסן וואס ער זאגט..) אדער דילט מיט אים אויף פארשידענע קעיסעס האט מען בכלל נישט גערעדט צו, און אויך נישט גערופן צום אסיפה (וואס איז געווען אפאר יאר צוריק שוין, ועל דעת יענע אסיפה האט מען יעצט ארויסגעגעבן די יעצטיגע קו"ק).

והמבין יבין....[/justify]

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2020 7:51 pm
דורך [NAMELESS]
רח"פ שנעעבאלג?? א מאנסי issue וואס רחפ"ש'ס נאמען פעהלט, שרייט וועלטן. אפילו לשיטתם פון די מאמיני הקו"ק'ס. אויב האט איר א ויכוח מיט א תמימות'דיגער וואס פארשטייט נישט די קאווע-שטיבל שפראך, פרעגט איהם וואו איז ר' חיים פייוויל'ס חתימה...

Re: שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2020 8:03 pm
דורך שיטה הקדושה
איסר האטלקי האט געשריבן:
שיטה הקדושה האט געשריבן:
real fake news האט געשריבן:רעכן פליז אויס די רוב ווייל איך זעה עס נישט.
ר רפאל שור און ר משה גרין זאגן זיי האבן יא געחתמט
ר' רפאל זאגט אז ער האט נאר געחתמ'ט ווייל ר' משה האט
אין מען ארבייט אז ר' משה זאל ציריק ציען
ווייל ער האט קיינמאל נישט געהערט ר' שמואלס שיעורים מען האט איהם נאר געזאגט וואס ער זאגט

Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk

[emoji38] [emoji38]

הייסט מ'פרובירט צו מאכן א הפקעת החתימה למפרע. אויב ר' משה גייט אמאל צוריקציען, גייט ר' רפאל קיינמאל נישט האבן אונטערגעשריבן....
אזוי ווי די זאגסט
ר' שמואלס טאטע איז פון די רבנים פונם אלטן דור ער רופט ארום רבנים זיי פרעגן צו זיי האבן שוין געהערט ר שמואלס שיעורים
רוב רובם ענפערן אז נישט נאר זיי האבן געהערט פון א צווייטן אין ר' שמואלס טאטע פרעגט זיי ווי קען מען מקבל זיין לשון הרע

Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk

כלל ישראל'ס בריוו

נשלח: דינסטאג יאנואר 07, 2020 9:48 pm
דורך ווייל אזוי
כלל ישראל

Re: שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2020 1:08 am
דורך cictim
Satmar Meat (@SatmarButcher) Tweeted:
@hasidic1 פאריגע וואך האבן די קאווע שטיבל מחללי שבתות געשריגן אז מ'האט זיך בכלל נישט אראפגעזעצט מיט אים און געמאכט א פאלשע הבהרה, יעצט אז ס'איז קלאר אז מ'האט זיך אראפגעזעצט מיט אים האט מען פאבריצירט דעי צעטל.

איי מ'איז געזיצן מיט אים הערשט אין תשע''ח? יעצט גיי מאך א נייע צעטל https://twitter.com/SatmarButcher/statu ... 02274?s=20

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2020 6:24 am
דורך ישי שטיינמעץ
דריי הערות:

1) די עיקר פראבלעם זענען די אזוי געריפענע ציפידעלטע עסקנים וואס שטייען אונטער דעם אומפארשעמטען אקט פון שפיכת דמים,
מען דארף געוואר ווערען ווער ס'שטייט אונטער דעם, און זיי אויסשמירען ברבים !!!! זיי באהאלטען זיך אונטער רבנים,
ליידער איז דא אסאך רבנים וואס האבען נישט די שטארקסטע איי קיו און מען קען זיי שפילען ווי א פידל ! מען ברויך אויסשמירען דעי "עסקנים" ברבים,
דאס איז איינס,

2) אזוי ווי דעי עסקנים/רבנים האבען פארגאסען אידיש בלוט, און רציחה א שרעקליכע זינד, ברויך כלל ישראל ארויסקומען און ווייזען אז אין לנו חלק און דעי שרעקליכע זינד ! ידינו לא שפכו את הדם הזה !!!!! און א גוטע וועג דאס צו טוהן, סיי צו פארגיטיגען הרב ניימאן און סיי צו ווייזען פאר די רבנים רשעים אז מיר פייפען זיך אויס אויף זיי, איז צו מאכען א "go fund me" קאמפיין פאר הרב ניימאן, און אים פארגיטיגען מיט געלט פאר די שרעליכע צער וואס ער איז אדורך,

אז אזא קאמפיין וועט אנקומען צי א מיליאן דולר !!! דאס איז די בעסטע וועג צו ווייזען פאר די רבנים רשעים אז זיי זענען חוזק !!! און אז כלל ישראל איז נישט מיט זיי !!!
כלל ישראל שרייט אויס הבדלו מתוך העדה הרעה הזאת !!!! גענוג מיט די רשעות וואס אזאלכע רבנים טוען !!!! ווער האט זיי בכלל געפרעגט ??? ווער זענען זיי בכלל ????
זיי זענען דא צו טרינקען אידיש בלוט !!!! און צו גנבנען אידיש געלט !!!!
און אז ס'דא עפעס א נארמאלע רב וואס איז יא געטריי פאר כלל ישראל, קומען זיי ארויס מיט קול קורא'ס ......
דעי צייטען האבען זיך גענדיגט !!!!!
די רבנים זענען דא צו באדינען כלל ישראל !!!! נישט פארקערט !!! אזוי ווי יס'שטייט און די גמרא : אמר להם, כמדומין אתם ששררה אני נותן לכם? עבדות אני נותן לכם, שנאמר (מלכים א יב) "וידברו אליו לאמר אם היום תהיה עבד לעם הזה".

די רבנים און די רבי'ס ברויכען צו וויסען אז זיי זענען קנעכט פאר כלל ישראל, און זיי דארפען זיך אויפפירען מיט דרך ארץ אין מיט רעספעקט, די רגע זיי ווערען אנגעבלאזען זענען זיי מער נישט קיין רבנים נאר ליידיגע יונגען מחוצפים און עזות פענימער, וואס מען ברויך זיי אויספראקען כדי צו ציקלאפען אביסעל זייער אומווערדיגע גאות !!!

און אויף דעם האט שוין דער נביא יחזקאל מנבא געווען :
" כֹּה אָמַר אֲדֹ-נָי ה’, הוֹי רֹעֵי-יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר הָיוּ רֹעִים אוֹתָם--הֲלוֹא הַצֹּאן, יִרְעוּ הָרֹעִים. גאֶת-הַחֵלֶב תֹּאכֵלוּ וְאֶת-הַצֶּמֶר תִּלְבָּשׁוּ, הַבְּרִיאָה תִּזְבָּחוּ; הַצֹּאן, לֹא תִרְעוּ. דאֶת-הַנַּחְלוֹת לֹא חִזַּקְתֶּם וְאֶת-הַחוֹלָה לֹא-רִפֵּאתֶם, וְלַנִּשְׁבֶּרֶת לֹא חֲבַשְׁתֶּם, וְאֶת-הַנִּדַּחַת לֹא הֲשֵׁבֹתֶם, וְאֶת-הָאֹבֶדֶת לֹא בִקַּשְׁתֶּם; וּבְחָזְקָה רְדִיתֶם אֹתָם, וּבְפָרֶךְ. ה וַתְּפוּצֶינָה, מִבְּלִי רֹעֶה; וַתִּהְיֶינָה לְאָכְלָה לְכָל-חַיַּת הַשָּׂדֶה, וַתְּפוּצֶינָה. ו יִשְׁגּוּ צֹאנִי בְּכָל-הֶהָרִים, וְעַל כָּל-גִּבְעָה רָמָה; וְעַל כָּל-פְּנֵי הָאָרֶץ נָפֹצוּ צֹאנִי, וְאֵין דּוֹרֵשׁ וְאֵין מְבַקֵּשׁ. ז לָכֵן רֹעִים, שִׁמְעוּ אֶת-דְּבַר ה'. ח חַי-אָנִי נְאֻם אֲדֹ-נָי ה’, אִם-לֹא יַעַן הֱיוֹת-צֹאנִי לָבַז וַתִּהְיֶינָה צֹאנִי לְאָכְלָה לְכָל-חַיַּת הַשָּׂדֶה מֵאֵין רֹעֶה, וְלֹא-דָרְשׁוּ רֹעַי, אֶת-צֹאנִי; וַיִּרְעוּ הָרֹעִים אוֹתָם, וְאֶת-צֹאנִי לֹא רָעוּ. ט לָכֵן, הָרֹעִים--שִׁמְעוּ, דְּבַר- ה'. יכֹּה-אָמַר אֲדֹ-נָי ה’, הִנְנִי אֶל-הָרֹעִים וְדָרַשְׁתִּי אֶת-צֹאנִי מִיָּדָם וְהִשְׁבַּתִּים מֵרְעוֹת צֹאן, וְלֹא-יִרְעוּ עוֹד הָרֹעִים, אוֹתָם; וְהִצַּלְתִּי צֹאנִי מִפִּיהֶם, וְלֹא-תִהְיֶיןָ לָהֶם לְאָכְלָה. "

3) מען דארף געוואר ווערען צו ס'איז דא א מקום צו סואען אין געריכט סיי די רבנים/עסקנים און סיי די צייטונגען וואס האבען עס פארשפרייט, טאמער מען קען, דאן דארף מען זיי סוען פאר מיליאנען דאלארען !!!! למען ישמעו ויראו !!!

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2020 7:21 am
דורך יין שרף
הסכמה פון דעברעצינער רב זצ"ל

נשלח: מיטוואך יאנואר 08, 2020 8:26 am
דורך אישתישבי
cictim האט געשריבן:Satmar Meat (@SatmarButcher) Tweeted:
@hasidic1 פאריגע וואך האבן די קאווע שטיבל מחללי שבתות געשריגן אז מ'האט זיך בכלל נישט אראפגעזעצט מיט אים און געמאכט א פאלשע הבהרה, יעצט אז ס'איז קלאר אז מ'האט זיך אראפגעזעצט מיט אים האט מען פאבריצירט דעי צעטל.

איי מ'איז געזיצן מיט אים הערשט אין תשע''ח? יעצט גיי מאך א נייע צעטל https://twitter.com/SatmarButcher/statu ... 02274?s=20


להוו ידוע אז דער SatmarBuchir איז א מחלל שבת, און מען טאר נישט מקבל זיין פין אים קיין הוראה....

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 12:07 am
דורך איסר האטלקי
מ'שמועסט יעצט יעצט אז די קול קורא האט באמת געדארפט זיין קעגן הר' טובי' מאיר ניימאן, בטעות איז געשריבן געווארן הר' שמואל.

מ'ארבעט יעצט עס צו פאררעכטן, און יעדער וועט בעז"ה זיין צופרידן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 12:15 am
דורך [NAMELESS]
סא יעצט גייט מען אנהייבן דזשוינען זיינע ראבא קאלל גראפ׳ס?...

#קראנקע חברה

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 6:43 am
דורך cictim
ניימאן.jpg

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 11:13 am
דורך קול קורא
שטותים און נארישקייטן, איך האב יעצט גערעדט מיט קאסובער רבינ'ס גבאי און ער זאגט אז ער איז קיינמאל צו גיין שום רב נישט ארמגעגאנגען לטובת ר' שמואל, ער האט נאר סך הכל געזאגט אז ער גלייבט נישט יעדע זאך וואס דירענפעלד און שטערן ברענגן אים, ער קען ר' שמואל םון דער נאנט און האלט נישט ביים חתמענ'ן.

ווי אויך בין איך א קרוב מיט רבי בערל ז"ל און איך ווייס בברור און ער איז נאר איינמאל אראפגעקומען רעדן צו ר' שמואל מיט אפאר אנדערע רבנים אינאיינעם ביי די איין מיטינג וואס איז געוועען אין מאנסי מיט אפאר רבנים פאר בערך 3 יאר צירוק און ער האט דארט צוזאמגעזידעלט ר' שמואל איבער'ן קאפ, און ווען ער איז קראנק געווארן נישט לאנג דערנאך האט ער געזאגט פאר די משפחה אז ער האט מורא אז ס'איז צוליב דעם ווייל ער האט מבייש א ת"ח וגאון ברבים און האט געשיקט זיין זוהן זאל אריהערגיין איבערבעטן בשמו (איר קענט זיך נאכפרעגן ביי דו משפחה)

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 11:35 am
דורך יין שרף
קול קורא האט געשריבן:שטותים און נארישקייטן, איך האב יעצט גערעדט מיט קאסובער רבינ'ס גבאי און ער זאגט אז ער איז קיינמאל צו גיין שום רב נישט ארמגעגאנגען לטובת ר' שמואל, ער האט נאר סך הכל געזאגט אז ער גלייבט נישט יעדע זאך וואס דירענפעלד און שטערן ברענגן אים, ער קען ר' שמואל םון דער נאנט און האלט נישט ביים חתמענ'ן.

ווי אויך בין איך א קרוב מיט רבי בערל ז"ל און איך ווייס בברור און ער איז נאר איינמאל אראפגעקומען רעדן צו ר' שמואל מיט אפאר אנדערע רבנים אינאיינעם ביי די איין מיטינג וואס איז געוועען אין מאנסי מיט אפאר רבנים פאר בערך 3 יאר צירוק און ער האט דארט צוזאמגעזידעלט ר' שמואל איבער'ן קאפ, און ווען ער איז קראנק געווארן נישט לאנג דערנאך האט ער געזאגט פאר די משפחה אז ער האט מורא אז ס'איז צוליב דעם ווייל ער האט מבייש א ת"ח וגאון ברבים און האט געשיקט זיין זוהן זאל אריהערגיין איבערבעטן בשמו (איר קענט זיך נאכפרעגן ביי דו משפחה)

#נייע_ניק...


שלום וברכה

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 11:56 am
דורך קול קורא
ישר כחכם

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 11:59 am
דורך קול קורא
כל ה"פאוסט" היתה בטעות

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 2:18 pm
דורך אוהב ספרים
וויסט נישט אויב עס איז אמת, אבער קודם ארויף געשמירט...

יעצט לאמיר גיין און די רייע וויפיל מענטשען האבן געמאכט דעם קול קורא

יצחק שטיין
יצחק שטערן
דירענפעלד
יעצט אברהם אהרן לעזער


ווער איז נעקסט?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 3:02 pm
דורך קורקלענד
אוהב ספרים האט געשריבן:וויסט נישט אויב עס איז אמת, אבער קודם ארויף געשמירט...

יעצט לאמיר גיין און די רייע וויפיל מענטשען האבן געמאכט דעם קול קורא

יצחק שטיין
יצחק שטערן
דירענפעלד
יעצט אברהם אהרן לעזער


ווער איז נעקסט?

פארוואס טראכט איר אז AAL מיינט איהם? אפשר מיינט עס גאר א צווייטער?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 3:19 pm
דורך אוהב ספרים
קורקלענד האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:וויסט נישט אויב עס איז אמת, אבער קודם ארויף געשמירט...

יעצט לאמיר גיין און די רייע וויפיל מענטשען האבן געמאכט דעם קול קורא

יצחק שטיין
יצחק שטערן
דירענפעלד
יעצט אברהם אהרן לעזער


ווער איז נעקסט?

פארוואס טראכט איר אז AAL מיינט איהם? אפשר מיינט עס גאר א צווייטער?


גערעכט אין באבוב מיינט דאס לכאורה אברהם אהרן לייפער

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 3:42 pm
דורך אוהב ספרים
קול קורא האט געשריבן:יעצט באקומען פון א חבר, איך ווייס נישט אויב עס איז אמת אדער נישט



דרך אגב, כפשוט,

ער לייקענט אז ער האט דאס בכלל געשריבען.

Re: שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 3:59 pm
דורך טראכטכמוני
ס׳איז א נחת די ערנסטע משא ומתן אויף עפעס א פארוואגלטע אנאנימער פאוסט וואס איינער האט ווארשיינליך ארויסגעגרעפסט אן טראכטן בכלל בשעת׳ן זיך אויסלופטערן אין בית הכבוד נאך א שווערע טשאלנט און א שלאפלאזע נאכט

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 4:05 pm
דורך קול קורא
טעותי!! איך האב אים יעצט געפרעגט און איך בין מודה ומתוודה אז ער האט מיר געזאגט אז ער האט עס קיימאל נישט ארויסגעשיקט, אבער דאס האט ער מיר יא געזאגט אז דער וואס האט משוגע געמאכט זיין טאטע יומם ולילה בענין זה איז געווען אברהם אבא לעזער, אן איידעם ביי אברהם אהרן לעזער

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 4:07 pm
דורך קול קורא
אויב איינער קען מיר אנווייזען ווי אזוי עס ארפצונעמען, וויל איך עס אראפנעמען