בלאט 12 פון 16

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2020 6:42 pm
דורך בר בי רב
בכל לבבך בשני יצריך
בשלמא מיט די יצר הרע דינט מען דעם אייבערשטען אז מ'צעברעכט אים. וויאזוי איז עבודת השם מיטן יצר טוב?
אז פאר א מענטשן קומט אן א יצר צו טון טוב, דארף ער זיך איבערטראכטן צו ס'טאקע טוב. ווי צדיקים האבן געזאגט, אן אמתע מצוה קומט אן שווער.

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2020 6:43 pm
דורך בר בי רב
 משקלקלו המינין ואמרו אין עולם אלא אחד
בכל המקרא, עולם מיינט קיינמאל נישט וועלט, נאר אייביג. לכך נראה לפרש, מתחילה האט מען געזאגט עד העולם, משקלקלו המינין און געזאגט עולם קדמון הוא, תקנו לומר מן העולם, פון אייביג אן איז ה דער מסובב. ובזה מיושב הגירסא.

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2020 6:44 pm
דורך בר בי רב
והתקינו שיהא אדם שואל שלום חבירו בשם.
ווען די יוונים האבן גוזר געווען צו עוקר זיין שם ה, כתבו לכם על קרן השור. פארוואס פונקט ביי שלום געבען, דאסמכוהו על מנהג עתיק בועז וגדעון. אלס חידוש מנהג קדום נגד מנהג רווחת, ברענגט ער אל תבוז כי זקנה אימך.
ודרשו עת לעשות לה, ס'איז צייט צו טון לשם ה, מפני הרשעים המפירים תורתך, ווי מ'זאגט די נוסח אין על הנסים להפירם תורתך.
רבי נתן טייטש אנדערש, ס'איז לכאורה דא אן איסור לא תשא שם לשוא, נאר הפרו תורתך.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 7:23 am
דורך בר בי רב
ברכות נה

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 7:30 am
דורך אישתישבי
המאריך הבית הכסא מריח ימיו ושנותיו

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 10:28 am
דורך בר בי רב
אישתישבי האט געשריבן:המאריך הבית הכסא מריח ימיו ושנותיו


אימיצער זאגט, זוכה צו לאנגע יארין.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 10:45 pm
דורך בר בי רב
עיון תפילה
 בעלמא מיינט עיון תפילה כונה ביים דאווענען. ס'ווערט עטליכע מאל ארומגערעדט. קיינער ווערט נישט ניצול פון אביסל נישט כוונה וכו. חוץ דא ביי כל המאריך בתפילתו ומעיין בה מיינט עס המצפה שתתקבל תפילתו? די טייטש ליגט נישט אין די ווערטער, נאר ס'איז נשתרבב פון די פסוק תוחלת ממושכה, א האפענונג, אבער אינ'אמת'ן תוחלת דא איז א דרש אויף תפילה ווי רש"י זאגט מלשון ויחל. די גמרא פרעגט והיכי עבד?  וויאזוי קען מען מאריך זיין אן קיין עיון? דמפשי ברחמי, ער זאגט אסאך. איז
געדרינגען אז עיון איז מאריך זיין און נישט זאגן מער.
 
עיון תפילה איז ווי א פארגייער צו סידור הכוונות. ס'איז געווען אזא כת מעייני תפילה, זיי פלעגן מאריך זיין מיט ציען וווערטער און אינזינען האבן פארשידענע ייחודים מיט כוונות. ס'איז געווען חכמים וואס האבן עס משבח געווען, און אזעלכע וועלכע האבן עס מגנה געווען. בעיקר האט געשטערט דאס געדאנקענגאנג אז זיי טוען אויף מיט זייערע תפילות, ווי די פאסיגע שליסלן צו עפענע שערי שמים. תפילה דארף זיין רחמים, כעני בפתח, נישט א מעכאנישע מיטל. אויף דעם זאגט רבי יוחנן סוף בא לידי כאב לב, און רבי יצחק מזכירים עוונותיו.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 10:48 pm
דורך בר בי רב
רב תחליפא בר מערבא
אן ארץ ישראל אמורא, זאגט בשם רבי יוחנן צו רבי אבהו, אויך א תלמיד פון רבי יוחנן.
אתון, איר אנשי טבריה, אנן, אונז בני קסרין.

א"ר עקיבא, א"ר פנדא, א"ר נחום א"ר בירים, משום רבי בנאה
ווער זענען די אלע מענטשן דא?  רבי בנאה איז געווען בימי רבינו הקדוש. ער קען נישט מעיד זיין אויף ירושלים. תרי רבי בנאה הווי. רבי עקיבא איז אוודאי נישט די רבי עקיבא, אדער רב ביזנא זאגט נישט בשמו. טאמער ס'איז יא רבי עקיבא, קען ער זאגן בשמו של נחום איש גמזו. פנדא און בירים שטייען נישט אין ערגעץ.

נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2020 7:58 am
דורך בר בי רב
ברכות נו

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2020 12:26 am
דורך בר בי רב
ברכות נז

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2020 8:56 am
דורך בר בי רב
תוס מרקוליס
תוספות נעמט אן פאר א דבר המובן מאיליו אז דער צלם איז אן ע"ז, און זוכט דעריבער תירוצים ליישב המנהג נישט צו מאכן קיין ברכה.

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2020 8:57 am
דורך בר בי רב
הרואה מרקוליס קומט עפעס נישט אריין אין די ליסטע פון ברכות צו מאכן אויף חורבות בבל. מרקוליס איז דאך איבעראל.
יש אומרים, די דרשה איז ווי א טור גייד. דער עולם גייט חול המועד האלטן זען אלט בבל. שטעלט זיך רב המנונא אויף יו"ט, און זאגט א דרשה וויאזוי א איד דארף זיך פירן דארט. די מעשה גייט אז ס'דא דארט א מרקוליס, ממילא איז עס א חלק פונעם גייד.
א ראיה, די נוסח אין ירושלמי הייבט זיך אן הרואה פרת מברך. אנדערע דירעקשאנס אנדערע ברכות.

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2020 8:58 am
דורך בר בי רב
שאלה:
וועלכע ברכה מאכט מען הרואה בבל אין איר ווידער אויפבוי?

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2020 9:01 am
דורך בר בי רב
ברכות נח

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2020 10:10 pm
דורך בר בי רב
ברוך שברא כל אלו לשמשני
נישט געזאגט מיט קיין ביטול, כאילו אלע מענטשן דא זענען ווייניגער פון מיר.
ס'איז אן אויסדרוק פון הכרת הטוב אז מיר לעבן אין א שפעטערע דור ווי זאכן זענען מער מסודר להנהות בהם בני אדם.
עאכו"כ ווי מיר דארפן דאנקן ווי מיר האבן אלע טעכנאלאגישע אויפטרעפן. מיר קענען ארויסגיין אין  א פריוואטע ביה"כ אינדערהיים. מיר האבן עסן אין א פרידשידער, פייער גרייט מיט רויכלאזע גאז און גרייטע הייצונג. מיר האבן אפילו עירקאנדישן אין די זומער. ברוך שברא כל אלו לשמשני.

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2020 10:11 pm
דורך בר בי רב
נגדיה לההוא גברא דבעל מצרית
בעל מיינט נישט דרך זנות. נאר פראסט חתונה געהאט מיט א גויטע. מ'טיילט נישט קיין מכות פארן טון אן עבירה, נאר פאר נישט אויספאלגן בי"ד וואס הייסט מגרש זיין. דאס זעלבע מיט בועל ארמית קנאין פוגעין בו, מיינט נישט מ'האט געכאפט איינעם אין א ילבש שחורים מאמענט, נאר ווען ס'געטון אפיציעל. בעל איז א לשון גנאי, אבער די כוונה איז בדרך אישות.

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2020 10:12 pm
דורך בר בי רב
א"ל, דיו לעבד שיהיה כרבו
וואס איז די צווייטע מאל בעסער? די ערשטע דרש איז אויך די זעלבע בחינה.

נשלח: זונטאג מערץ 01, 2020 10:12 pm
דורך בר בי רב
אלימלי חמה של כסיל, צינה של כימה
דאס דער הסבר פארוואס זומער איז הייס און ווינטער קאלט. זומער איז שולט כסיל און ווינטער כימה.
יא, מ'קען זאגן אז דער כדור בייגט זיך, אבער ס'בייגט זיך אזוי אז כסיל שיינט אויף אויפן האריזאנט.

נשלח: מאנטאג מערץ 02, 2020 9:23 am
דורך בר בי רב
ברכות נט

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2020 8:55 am
דורך בר בי רב
רבא זאגט אויף דינערן און בליצען קען מען מאכן שכוחו וגבורותו אדער עושה מעשה בראשית. מיר האט מען אןיסגעלערנט שכוחו אויף א רעם (בום), און עושה בראשית אויף א בליץ. וואס זאגן די פוסקים?

תוס, מחלוקות רשבם און ר"ת צו הטוב והמטיב נאר אויף א בעסערע וויין צו אויף יעדע פרישע סארט פלאש. איך זע נישט דער עולם פירט זיך אזוי. וואס זאגן די פוסקים?

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2020 8:56 am
דורך בר בי רב
תוס, שהחיינו,
רבי יעקב בשם רחב"א, ניתן לו אומר הטוב והמטיב. דלא כבבלי דמצריך אחריני בהדיה.
אז מ'פארשטייט די שמחה פון א נותן, איז שוין דא אחריני בהדיה. נאר א ווארט.

נשלח: דינסטאג מערץ 03, 2020 8:58 am
דורך בר בי רב
ברכות ס

נשלח: מיטוואך מערץ 04, 2020 9:55 am
דורך בר בי רב
ברכות סא