בלאט 12 פון 14

Re: קען נאך טראמפ געווינען?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 9:54 am
דורך חתן בחור
קוויטעל האט געשריבן:כ'וויל פשוט ארויסזאגן מיין אנטוישונג;
פענס וואס איז אנגעקומען אהין 'נאר' פונעם פרייע בחירה פון טראמפ, האט בוגד געווען אין עהם. אבער טעד קרוז, וואס איז פיר יאר צוריק געווען ללעג ולקלס פון טראמפ, ביים זיך אנפערן אויפ'ן פאדיום - ער שטייט עהם צו די רעכטע האנט??? אתמהה
ס׳דא וואס זאגן אז פּענס פלאנט צו לויפן אין 2024 און ממילא פרובירט זיך אהערצושטעלן ווי א מעסיגער.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 10:00 am
דורך קורקלענד
אויב האט ער נישט טראמפּ'ס שטיצע האט ער נישט וואס צו לויפן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 10:34 am
דורך הוגה
[justify]
קורקלענד האט געשריבן:ס'נישט נאר כלל ישראל ס'איז אמווייניגסטנס פיר און זיבעציג מיליאן וויילער. אדער רוב רבו פון אמעריקאנער בירגער. פון וועם מ'האט בשט נפש גע'גנב'ט און זיי פרובירן עס צו ראטעווען.


פארוואס ביסטו אזוי קאנפידענט אז ער האט נאך יעצט 74 מיליאן שטיצער? נאוועמבער 3 האט ער געהאט, דאס איז אלעס וואס מיר ווייסן. אויך ווייסן מיר אז ער האט מאנטאג געהאט 50 טויזנט שטיצער ביי די ראלי אין דזשארדזשיע, נאך א מיליאן (צו וויפיל עס זענען געווען) ביי די ראלי אין וואשינגטאן און נאך עטליכע צענדליגע טויזנט ביי די פראטעסטן אין די אנדערע שטאטן. דאס איז אלעס וואס מען קען וויסן אויף זיכער.

די שכל זאגט אז ווען ער לויפט ווען היינט האט ער ווייט נישט דער שטיצע, זיכער נישט ווען ער האט א שטארקע (לאו דוקא מעסיגע) רעפאבליקאנער קעגנער. רוב פון די טראמפ וואוטערס אין מיין סירקעל האבן זיך אפגעשאקלט פון אים נאך זיין בעיבישע אויפפירונג די לעצטע פאר וואכן, איינער פריער און איינער שפעטער. די פאר פארבליבענע הארד-קאר חברה האבן נעכטן נאכמיטאג אוועקגעווארפן די מאגא היטלעך. איך קען יעצט אויף איין האנט ציילן מענטשן ארום מיר וואס שטיצן אים נאכאלץ. מיט דיר איז א סך הכל פון זעקס.

די סברא זאגט אז איבערן לאנד האט ער זיך אויך אפגעפארטיגט מיט די נעכטיגע פרשה. פאליטישאנס זענען נישט סואיסיידעל, זיי ווילן געווינען און געווענטליך ווייסן רוב פון זיי וואס זיי דארפן טון צו באקומען מער וואוטס.

קען א רעפאבליקאנער געווינען אן שטיצע פון טראמפ? כ'בין נישט זיכער. אבער ס'זעהט אויס אז זיי ווייסן אז זייערע שאנסן זענען היינט גרעסער צו געווינען אן אים ווי מיט אים.


.[/justify]

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 10:40 am
דורך קורקלענד
'זיי' ווייסן. 'זיי' האבן אויך געוויסט אז טראמפּ קען נישט געווינען. 'זיי' האבן אויך געוויסט אז טראמפּ גייט זיך צוגרינד לייגן. 'זיי' האבן נישט גערעכנט אז ער וועט האבן צום צווייטן טערמין אמווייניגסטנס פופצן מיליאן מער וויילער ווי די ערשטע מאל!

הוגה קען יעצט זאגן אז ער האט פארלוירן שטיצע. ווייל יעצט איז נישט דא קיין וויילן ממילא קען מען עס נישט אויפווייזן. אבער ווען מ'האט יא געקענט זעהן די מציאות איז עס געווען אז 'זיי' ווייסן גארנישט.

הוגה איז נישט געווען מיט איהם נאָוו 3, און ער איז ווייטער נישט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 11:26 am
דורך בת קול
קורקלענד האט געשריבן:ס'נישט נאר כלל ישראל ס'איז אמווייניגסטנס פיר און זיבעציג מיליאן וויילער. אדער רוב רבו פון אמעריקאנער בירגער. פון וועם מ'האט בשט נפש גע'גנב'ט און זיי פרובירן עס צו ראטעווען.


אינטערעסאנט וויאזוי מען פארגעסט אלעמאל פון די 81,000,000 וויילער וואס האבן געוועלט אז זיי ווילן אים ארויס.
ער האט טאקע באקומען 74,000,000 שטימען, אבער רוב האלטן זיי האבן פארלוירן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 11:28 am
דורך בת קול
קורקלענד האט געשריבן:אויב האט ער נישט טראמפּ'ס שטיצע האט ער נישט וואס צו לויפן.



טראמפס שטיצע איז א liability היינט.
טראמפ אליינס וועט שוין נישט קענען לויפן נאכאמאל.
נאך די נעכטיגע פיאסקא גייען די רעפאבליקאנער נישט גלייבן פאר א מינוט אז ער קען זיי געבן די עלעקשאן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 12:08 pm
דורך הוגה
[justify]
קורקלענד האט געשריבן:'זיי' ווייסן. 'זיי' האבן אויך געוויסט אז טראמפּ קען נישט געווינען. '


קאם אן. יעצט ביסטו נישט אויפריכטיג. כ'האב געמיינט אז דו ביסט בעסער ווי די טראמפ שטיצער וואס די מינוט איינער זאגט איין האלבע קרומע ווארט אויף טראמפ איז ער פלוצלינג אלעמאל געווען א לוזער, שלעכטע וכולי. אנדערש ווי מיך, 'זיי' האבן געשטיצט טראמפ צוזאמען מיט די 74 מיליאן מענטשן אויף נאוועמבער 3 ,אבער יעצט שטיצן זיי אים מער נישט. איז וואס גייסטו מיר זאגן? אז ביז נאוועמבער 3 זענען זיי געווען וואויל, קלוג, נארמאל וכולי און יעצט זענען זיי פארגארנישט געווארן העיטערס?

איך זאג נישט אז טראמפ האט שוין נישט קיין שטיצע בכלל, אבער די סברא, און אויך אנעקדאטאל עווידענס, זאגט אז עס איז גאר ווייט פון 74 מיליאן. אדרבא, צייג מיר אויף וואס דיין הנחה איז באזירט?



.[/justify]

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 12:27 pm
דורך קורקלענד
בת קול האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:ס'נישט נאר כלל ישראל ס'איז אמווייניגסטנס פיר און זיבעציג מיליאן וויילער. אדער רוב רבו פון אמעריקאנער בירגער. פון וועם מ'האט בשט נפש גע'גנב'ט און זיי פרובירן עס צו ראטעווען.


אינטערעסאנט וויאזוי מען פארגעסט אלעמאל פון די 81,000,000 וויילער וואס האבן געוועלט אז זיי ווילן אים ארויס.
ער האט טאקע באקומען 74,000,000 שטימען, אבער רוב האלטן זיי האבן פארלוירן.

בּעלאָטס זענען נישט קיין וויילער און נישט קיין שטימעס.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 12:29 pm
דורך קורקלענד
בת קול האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:אויב האט ער נישט טראמפּ'ס שטיצע האט ער נישט וואס צו לויפן.



טראמפס שטיצע איז א liability היינט.
טראמפ אליינס וועט שוין נישט קענען לויפן נאכאמאל.
נאך די נעכטיגע פיאסקא גייען די רעפאבליקאנער נישט גלייבן פאר א מינוט אז ער קען זיי געבן די עלעקשאן.

שרייסט שוין אזוי פאר כמעט פינף יאר, און דערווייל האט ער זיך נאר געבויט. פארוואס מיינטס'טו אז יעצט ביסטו גערעכט?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 12:30 pm
דורך קורקלענד
הוגה האט געשריבן:[justify]
קורקלענד האט געשריבן:'זיי' ווייסן. 'זיי' האבן אויך געוויסט אז טראמפּ קען נישט געווינען. '


קאם אן. יעצט ביסטו נישט אויפריכטיג. כ'האב געמיינט אז דו ביסט בעסער ווי די טראמפ שטיצער וואס די מינוט איינער זאגט איין האלבע קרומע ווארט אויף טראמפ איז ער פלוצלינג אלעמאל געווען א לוזער, שלעכטע וכולי. אנדערש ווי מיך, 'זיי' האבן געשטיצט טראמפ צוזאמען מיט די 74 מיליאן מענטשן אויף נאוועמבער 3 ,אבער יעצט שטיצן זיי אים מער נישט. איז וואס גייסטו מיר זאגן? אז ביז נאוועמבער 3 זענען זיי געווען וואויל, קלוג, נארמאל וכולי און יעצט זענען זיי פארגארנישט געווארן העיטערס?

איך זאג נישט אז טראמפ האט שוין נישט קיין שטיצע בכלל, אבער די סברא, און אויך אנעקדאטאל עווידענס, זאגט אז עס איז גאר ווייט פון 74 מיליאן. אדרבא, צייג מיר אויף וואס דיין הנחה איז באזירט?



.[/justify]

מיין הנחה איז באזירט אויף אזעלכע ווי אייך וואס זינגען שוין די ניגון באלד פינעף יאר אן ערפאלג.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 12:42 pm
דורך הוגה
איך גיי נישט וועיסטען מיין צייט אויף דמיונות און איך גיי אויך נישט אפווארפן דיינע פאלשע פערזענליכע אקיוזעישאנס.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 12:55 pm
דורך בת קול
קורקלענד האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:אויב האט ער נישט טראמפּ'ס שטיצע האט ער נישט וואס צו לויפן.



טראמפס שטיצע איז א liability היינט.
טראמפ אליינס וועט שוין נישט קענען לויפן נאכאמאל.
נאך די נעכטיגע פיאסקא גייען די רעפאבליקאנער נישט גלייבן פאר א מינוט אז ער קען זיי געבן די עלעקשאן.

שרייסט שוין אזוי פאר כמעט פינף יאר, און דערווייל האט ער זיך נאר געבויט. פארוואס מיינטס'טו אז יעצט ביסטו גערעכט?



ווייל ער האט זיי פארלוירן די עלעקשאן, און ביידע הייזער.
נאך רעפאבליקאנער האבן זיך נעכטן אפגעשאקלט פון אים.
7 רעזיגנאציעס פונעם ווייסן הויז און עס וועט קומען נאך.
ווען די עלעקשאן איז היינט, פארלירט ער נאך גרעסער.

איך גיי זיך נישט טענען מיט דיר ווייל דו בוסט אויף די פאלשע אפיניען אז עס איז דא געווען גרויס פרוד, און קיין איין פרוף גייט נישט טוישן דיין מיינד.
Who needs proof when you can get away with bluff...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 1:14 pm
דורך מפיל קינד
פענס קען סייווי נישט געווינען קיין עלעקשאן, נאר דורכ'ן טראמפ באן. פענס איז טרוקן ווי א זית און ביטער ווי מרור. קיין שום חיות נישט. ער קען נישט קאמפיינען אויף א רעפובליקאנער טיקעט.

אויב באקומט ער הילף פון טראמפ קען ער מעגליך רייטן אויף טראמפ'ס באזע, אבער נאר אויב טראמפ וועט טאקע העפטיג קאמפיינען פאר אים. אבער מיט דעם אלעם געב איך אים גאר ווייניג שאנסן.

טעד קרוז האט לעת עתה די גרעסטע שאנס צו זיין דער נעקסטער רעפובליקען פרעזידענט, ער איז א געלונגענער פאליטיקאנט, האט וואס צו פארקויפן, און האט אויך טראמפ צו די האנט.

קיינער גייט נישט שטימען פארן דעמאקראט נאר ווייל טראמפ שטיצט דעם רעפובליקען קאנדידאט, אבער גענוג טראמפיסטן וועלן נישט שטימען בכלל אויב טראמפ איז אין קאמף מיטן נאמינירטן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 2:34 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך מיין אז אפילו אויב ס'געווען וואל פעלשערייען האט טראמפ אויך געדארפט צו פארלירן, ס'דא זייער ווייניג מענטשן וואס וואלטן געוועלט פאר טראמפ ווען זיי ווייסן ווען פון פריער אז ער גייט דאס טוהן אויב ער פארלירט...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 3:01 pm
דורך לייבל שטילער
בחירה בטעות לאו בחירה היא.....

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 3:03 pm
דורך קורקלענד
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך מיין אז אפילו אויב ס'געווען וואל פעלשערייען האט טראמפ אויך געדארפט צו פארלירן, ס'דא זייער ווייניג מענטשן וואס וואלטן געוועלט פאר טראמפ ווען זיי ווייסן ווען פון פריער אז ער גייט דאס טוהן אויב ער פארלירט...

וואס האט טראמפּ געטוהן וואס מאכט אייך פילן אז מענטשן וואלטן אצינד געטוישט זייער מיינונג?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 3:26 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נו זאגזשע דו..

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 3:34 pm
דורך קורקלענד
איך ווייס נישט

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 3:35 pm
דורך רביה''ק זי''ע

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 3:51 pm
דורך קוויטעל

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 6:46 pm
דורך מנחם ציון
בת קול האט געשריבן:
איך גיי זיך נישט טענען מיט דיר ווייל דו בוסט אויף די פאלשע אפיניען אז עס איז דא געווען גרויס פרוד, און קיין איין פרוף גייט נישט טוישן דיין מיינד.
Who needs proof when you can get away with bluff...

איך בין נאר נייגעריג פארוואס ביסט בכלל אריין אין א טענה'ריי אויב דו ווייסט אז קיין פרוף וועט נישט טוישן זיין מיינד, און אויב דו ווייסט אז דו טענה'ריי וועט זיך ענדיגן מיט די טענה

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 7:57 pm
דורך קורקלענד
בת קול האט געשריבן:ווייל ער האט זיי פארלוירן די עלעקשאן, און ביידע הייזער.
נאך רעפאבליקאנער האבן זיך נעכטן אפגעשאקלט פון אים.
7 רעזיגנאציעס פונעם ווייסן הויז און עס וועט קומען נאך.
ווען די עלעקשאן איז היינט, פארלירט ער נאך גרעסער.

Who needs proof when you can get away with bluff...

ער איז נישט געלאפן פאר די 'ביידע הייזער'. די ביידע הייזער האבן ערליך פארדינט זייערע פארלוסטן, אויף ביידער זייטן.
די נאך רעפאבליקאנער וואס האבן זיך פון איהם אפגעלאזט זענען מיט איהם קיינמאל נישט געווען. נאר אויס מורא פון פאליטישע זעלבסטמארד האבן זיי איהם 'אפיציעל' געשטיצט. זיי מיינען אז יעצט קענען זיי שוין ארויסקומען אין עפענטליך קעגן איהם.
די רעזיגנאציעס זענען אויך נישט פון זיינע פריינט. די איינציגסטע רעזיגנאציע וואס איז מיר געווען א חידוש איז מיק מולוועיני. און אפי' איהם קען מען נאך פארענטפערן.
ווען די עלעקשאן איז היינט וואלט ער [פיל אריין וואס מאכט אייך פילן גוט].

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 8:11 pm
דורך רביה''ק זי''ע
מנחם ציון האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:
איך גיי זיך נישט טענען מיט דיר ווייל דו בוסט אויף די פאלשע אפיניען אז עס איז דא געווען גרויס פרוד, און קיין איין פרוף גייט נישט טוישן דיין מיינד.
Who needs proof when you can get away with bluff...

איך בין נאר נייגעריג פארוואס ביסט בכלל אריין אין א טענה'ריי אויב דו ווייסט אז קיין פרוף וועט נישט טוישן זיין מיינד, און אויב דו ווייסט אז דו טענה'ריי וועט זיך ענדיגן מיט די טענה

איזהו חכם הרואה את הנולד.