בלאט 12 פון 23

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 7:57 am
דורך דריידל
איך אויך האט געשריבן:שטילע ידידי ,שיק מיר אויך א טשעקעלע און איך וועל זאגן פאר יעדעם איינעם אז דיין מעשה איז אמת ,דיעל?


ס'קען דיר נאך קאסטן די באנק טשארטש פאר'ן דעפאזיטן א טשעק וואס האט נישט קיין דעקונג.

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 2:43 pm
דורך מאטי
וואס מאכט פאקסן אין א ליידיגע עלעוועיטער.

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 2:45 pm
דורך לאליפאפ
מאטי האט געשריבן:וואס מאכט פאקסן אין א ליידיגע עלעוועיטער.

האסט נאכנישט געזען קיין קליפס ווי לצים מאכן דאס נאך? זייער פעיוואריט סאבדזשעקט... מ'קוקט אויפן דאך, מ'טופעט מיט די פיס...

נשלח: מיטוואך מערץ 19, 2014 2:51 pm
דורך מ גפני
גנדי האט געשריבן:ספעיציעל דאס יאר איז מיר נישט געפאלען צו געבן דאנערשטאג תענית אסתר ביי מנחה. וואס האט דאס מיט די תענית.

גראדע האט דאס יא מיט'ן תענית, פרעג דיך בעסער נאך

נשלח: מאנטאג מערץ 24, 2014 12:26 am
דורך קליגער אינגערמאן
וואס ווען איך זעה א נייע תגובה פון דער זיסער [tag]אפטעמיסט[/tag] המכונה אפטע לויף איך אין א ווינקל פאר מערערע סיבות ?

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 3:37 pm
דורך לית דין בר נש
וואס יעדע זונטאג ווען עס קומט צו שרייבן מצוה צעטלעך באקום איך קאפוויי? איך האב שוין לעצטע וואך אין צוויי וואכן צריק אין דריי וואכן צריק וכו' געשריבן אז ער האט גוט גיקענט די חומש רש"י אין די משניות אין די עלטערע די גמרא אויך, אין די אינגערע האבן קע"ה גוט גיקענט די שאלות, אין אלע האבן געהאלפן אוועק פאקן די טאויס.
וואס זאל איך דער וואך שרייבן?????????

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 3:41 pm
דורך [NAMELESS]
שרייב אן עפיזאד. ווי למשל: יואליש האט זייער זיס נאכגעציילט ווי אזוי די כהן איז געקומען מיט די גרויסע קוקער ביי די נגע. א גרויסן יישכ!

אז דו שרייבסט עפעס אנדערש ווי סתם:

ברוך האט זייער גוט געקענט חומש מיט רשי. אדער זעלדי האט זייער גוט געקענט די הלכות די וואך. דאן ווייזטו אז דו ווייסט באמת וואס מ׳האט געלערנט און די שעצט עס באמת.

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 3:43 pm
דורך לית דין בר נש
ממי_שאמרו האט געשריבן:שרייב אן עפיזאד. ווי למשל: יואליש האט זייער זיס נאכגעציילט ווי אזוי די כהן איז געקומען מיט די גרויסע קוקער ביי די נגע. א גרויסן יישכ!

אז דו שרייבסט עפעס אנדערש ווי סתם:

ברוך האט זייער גוט געקענט חומש מיט רשי. אדער זעלדי האט זייער גוט געקענט די הלכות די וואך. דאן ווייזטו אז דו ווייסט באמת וואס מ׳האט געלערנט און די שעצט עס באמת.

אבער איך שרייב די צעטל אז מיין קינד זאל פיעלן גוט נישט די רבי/טיטשער

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 4:26 pm
דורך [NAMELESS]
ביידע פילן גוט אין אזא פאל

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 4:30 pm
דורך לית דין בר נש
יישר כח
א גוטע איידיע איז עס עניוועי!!!

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 5:39 pm
דורך מ גפני
אז די שרייבסט א שיינעם "קוויטל" פארן רבי'ן דאן קענסט דיך אפשר שפארן אויפן "פדיון" ווען ס'קומט ר"ח...

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 5:45 pm
דורך עסקן בדברים
איש עברי האט געשריבן:וואס קען קוים ווארטן אויף די דריטע וועלט מלחמה

:o
???????????????

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 5:47 pm
דורך איש עברי
וואס טוט אויסדרוקן די סמיילי? איך האב נישט גענומען קיין שימוש ביי רבי בערעלע אויף די עניינים

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 5:58 pm
דורך עסקן בדברים
It's a surprise. drag your mouse over the face and it will tell you the answer

but seriously, you have to explain yourself for saying such a shocking statement

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 6:17 pm
דורך גאלד
וואס העט קיינמאל גראד טרעפן די הפטורות פון די ספעציעלע שבתים, און די חמושי חומשי תורה חומשים, הערשט נאכן מישן און מישן די ענדע פון יעדן ספר נאר נישט ווי ס'ליגט, און ווען איך טרעף עס שוין ענדליך האלט מען שוין ביי יקום פורקן,
דאס איז ביי מיר יעדעס איינציגער מאל,
די זעלבע ביי טרעפן מגילה אדער איכה, כעל עס קיינמאל גראד טרעפן,

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 6:43 pm
דורך רויטע וואנצעס
ספעציעלע שבתים גיי דאווען אין יאנג איזרעל. דארט רופט מען שיין הויעך אויס די פעיזש נאמבער.

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 7:20 pm
דורך איש עברי
עסקן בדברים האט געשריבן:It's a surprise. drag your mouse over the face and it will tell you the answer

but seriously, you have to explain yourself for saying such a shocking statement


עס איז ריין הומאריסטיש, איך מיין אז טיילמאהל האב איך אזא מין מעזאכיסטישע דראנג אז איך וויל אז די וועלט זאל נעמען א סוף, האב איך געפרעגט דא צו איך בין דער איינציגער, דערווייל זעהט אויס אז יא, איך דארף הייסט עס קאנסאלטן א פראפעשאנעל.

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 7:26 pm
דורך עסקן בדברים
איש עברי האט געשריבן: עס איז ריין הומאריסטיש.

נחמתני
איש עברי לצחק בנו...

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 7:30 pm
דורך איש עברי
אבער איך מיין אז איך בין נישט דער איינציגער, יעדע מאהל וואס פוטין מיט אובאמא קוקן זיך אהן שטרענג האבן אונזערע אלץ-ווייסער ליב צו פאראויס זאגן אז אט ברעכט אויס די דריטע וועלט מלחמה, זיי זאגן עס מיט אזא שמייכל און א האפענונג אז דאס מאהל זאל זיך שוין טאקע עפעס אויסלאזן ערנסט.
זעהט אויס אז מענטשן האבן חשק צו וויטנעסן היסטארי זיי זענען מקנא די פריערדיגע דור וואס האט מיטגעלעבט אזאנע ביטארישע געשעענישן, און אונז איז עפעס באשערט צו לעבן אין אזא גרויע טרוקענע תקופה

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 7:31 pm
דורך [NAMELESS]
דער קאליבע רבי לאזט נישט. נו!!!!!

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 9:30 pm
דורך אויס מענטש
וואס פרייד זיך אז ממי שאמרו איז צוריק מיט אונז
#בין איך דער איינציגסטער

נשלח: זונטאג מערץ 30, 2014 10:38 pm
דורך שמעקעדיג
אודאי אז נישט. מיר זענען כמעט אלע העפי. נישט יעדער געדענקט זיינע שיינע לענגערע אפהאנדלונגען מלא מדע וחכמה וואס מיר האבן געשלונגען מיט דארשט. לאמיר האפן עס וועט זיין חדש ימינו כקדם.

נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 11:19 am
דורך ברסלבער
שמעקעדיג האט געשריבן:אודאי אז נישט. מיר זענען כמעט אלע העפי. נישט יעדער געדענקט זיינע שיינע לענגערע אפהאנדלונגען מלא מדע וחכמה וואס מיר האבן געשלונגען מיט דארשט. לאמיר האפן עס וועט זיין חדש ימינו כקדם.

גם אני מצטרף מיט די שמחה איבער [tag]ממי_שאמרו[/tag]. לאמיר האפן אז ער וועט ווייטער ממשיך זיין מיט זיינע לענגערע באלערנדע מאמרים.