Re: קאמפיין קעגן מאנסי פייער דעפארטמענט
נשלח: דאנערשטאג מאי 16, 2024 3:46 pm
איך זעה די פראבירסט מיט אלע וועגען איך זאל צי דיר עגריען מיטן ספּינען א מרא דאתרא וויכוחberlbalaguleh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 16, 2024 9:41 am א בני יואל: איך בין מסכים מיט כמעט אלעס וואס דו זאגסט. נאר דער פאקט אז מצילי אש אין קרית יואל וואס ווערט געפיהרט 100% עפ"י הלכה האט עפעס צו טון מיט דעם פאקט אז ס'איז דא א מרא דאתרא מיט א ביד"צ.
משא"כ מאנסי איז א שטאט וואו ס'איז נישט דא א מרא דאתרא. ווייל ס'איז אן אנדער סעט-אפ. מאנסי איז אן אידנעפענדענט שטאט.
אבער ניין נישט דאס איז וואס איך וויל יעצט אריינקריכען דא
אבער דער פאקט אז גאנץ קרית יואל איז נישט פארהאנען קיין איין איינציגער גוי וואס פארמאגט א הויז דאס איז דער ערשטער חילוק
דער פאקט אז די איינציגסטע וועיג פאר זיי צי ריספאנדען אפילו אדורם 911 דיספעדש סיסטעים איז נאר ווייל וועלכע גוי גייט זיי ריפען שבת
אין טאקע פארדעים קענען זיי קאלעקטאן פאנדינג ווייל זיי זענען די איינציגסטע אין דעים געגענט אין זיי לוינט זיך צי אויפהאלטען גוים אויף שבת אין אפשר זענען זיי גאר אינוואלווד אין פאבליק סעפטי אויך
אין זיי זענען א אייגענער ווילידש זיי קענען דרייען מיט זייער אסאך וועגען מיט וואס זיי ווילען
דער פאקט אז יעדער איינער באזונדער איז א שומר תורה ומצות אפענערהייט איז אויך עפעס וואס איז אנדערש ווי מאנסי
דער פאקט אז אויסער הצלה איז כמעט נישט דא קיין אנדערע קארס אינעם שטעטעל שבת מאכט אויך א ריזיגער חילוק פין מאנסי
אין בעיקר איז דער מציאות אז יעדער דארט איז סאטמאר אויפן לעצטער נאמען נישט קיין נפקא מינה אויב ער הייסט ארויני זאלי בני יואל
איין מיינונג אין די יודישע הלכה חלק לגבי מחלל זיין שבת
ווי איך געדענק איז ניטאמאל פארהאנען איין שול וואס דאווענט מעריב מוצאי פאר די זעכציג אדער אפילו שפעיטער
ווערסעס מאנסי
הייב אן מיט וויזניטץ ווען דער לעצטער רבי האט געהאלטען אז הצלה טאר מען אויך נישט ריפען אין שבת
אין ענדיג מיט וויפיעל אנדערע חסידות זענען דא אין מאנסי וואס יעדער האלט זיין אייגענע זמנים
יעצט איבער הצלה
הער אויס א הצלה ראדיו שבת וויפיעל ווערטער אין ווי אזוי סווערט גענוצט ממש קיין איין עקסטרע ווארט וועסטו נישט הערן דארט
נישטא קיין 10-4 אים שבת כמעט
וויפיעל גוים קענען די הצלה נומבער
וויפיעל גוים האסטו שוין געהערט פין הצלה אז זיי זענען געריפען געווארען אים שבת אין להלכה מעגען זיי טאקע גיין אפילו סאיז נישט קיין יוד
אין טאקע רוב פלעצער זענען טאקע נישט די הצלה אנגעהאקט מיט די 911 דיספעטשינג סיסטעם
אחוץ אין קרית יואל ווי זיי ווייסען טאקע פינקטלעך ווי אזוי צי האנדלען אין אזא פאל
געדענק איך טאקע יארען צירוק א פוילישע גויטע האט געריפען שבת פין א פאבליק טעלעפאן פאר איר חברטע ביי קארנער ווען ביורען 911 אין הצלה איז טאקע אנגעקימען די שטאט האט זיך טאקע איבער געדרייט דעמאלטס
מילא פרעיג ווידער אויב קען איינער מסביר זיין דעים גאון ווייס פין מאנסי ווי אזוי ער גייט באוויזען אפצישטעלין די מחללי שבתים פין מאנסי ברויער פייער דיפארטמענט מיטן אריינלייגין פרישע יודעלעך אין ספק חילול שבת
למשה איז עס נישט פיקח נפש אזוי ווי הצלה
ווייל איין מאל סאיז קלאר אז קיינער איז נישט אין דעים הויז טאר קיין יוד מער נישט שפריצען אויפן פייער להלכה
אין אפשר נאר אויף די זייט אז עפעס אנדערש זאל זיך נישט אנכאפען אבער פארלעשן איז נישט דא קיין היתר בעולם
איך הייב אן טראכטען אז ווייס איז גאר א געריבענער עם הארץ וואס איז פינקט ווי אינזער פעטער עשו וואס האט געפרעגט זיידי
כיצד עשרין את המלח ואת התבן
דערווייל פארפירט ער א עולם מיט שקרים וכזבים געבאקענע מעשיות
אין זיין אויפטי איז
כדי אינטערציברענגען וועים ער קען עניוועיס נישט גייט מען מאכען פרישע ספק מחללי שבתים
אדרבה מיין עדווייס צי עם איז לויף פאר פייער בארד אדער פייער טשיף אדער א אנדערע נאמען וואס סהאט אין דערנאך פיקס דעים פראבלעים
נישט דריי איבער די גאנצע שטאט מיט שקרים אז א יוד מיט א קאפעל שנייד גראז אים שבת לעיני כל הקהל
מיט א פייער טראק וואס גייט אויסקיקען ווי דער טשיגאגא הכנסת ספר תורה טראק קען מען א שטאטישע פייער סטאנציע נישט פארמאכען
קיינער ווערט נישט איבערגענומען ווען מווערט אראפגעשטיפט פינעם ראוד פין א פארעלטערטע פייער טראק וואס אויבן שטייט בס״ד אין א יונגערמאן מיטן קאפעל אויפן שפיטץ קאפ דרייווט עס
אין סאיז אויך נישט קיין קידוש השם ווען א יונגערמאן קימט ארויס צים קאל שבת מיט די ווייסע זאקן אין קען גארנישט אויפטיען עניוועיס ווייל סאיז שבת
אין אלעס קימט צירוק צים אינטערשטע שורה
וואס וויל דער הייליגער יוד ווייס פין מאנסי