בלאט 12 פון 37
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 9:27 pm
דורך עס עפעס
אוי טאטי האט געשריבן:איבער די איידעם/שווער סקאנדאל וואס טוט זיך די לעצטע פאר וואכן אין דער בלאט, האבן זיי די וואך א בריוו פונעם איידעם ווי ער בארואיגט אלע איידימער מען זאל זיך נישט רעגן אויפן שווער, ווייל ער איז דער איידעם און מען מיינט נישט קיין צווייטן, און ער לאזט וויסן דעם שווער אז ער איז נישט באליידיגט געווארן.. (א פליק צירוק..).
הקיצור- מען פילט אן די בלעטער..
נאך איידער כ'האב געענדיגט ליינען דער תגובה, האב איך געוויסט פון וועמען ס'גייט האבן א לייק...
הקיצור, ווער ס'ליינט נישט די בריוון פונעם אדיסי אינעם בלאט זעלבסט, נאר אנשטאט הערט דערפון דא אויף קאווע שטיבל אדער אויף "וואטס-עפפ" גרופעס, קען מיינען אז דער בלאט'ס העדליין וועכנטליך איז איבער די אדיסיס.
ווער עס ליינט אבער יא דעם בלאט, זעהט אז ס'פארנעמט נישט מער ווי א האלבע אדער דריי פערטל קאלום פונעם בריוון אפטיילונג אינעם בלאט, וואס דער בריוון אפטיילונג באשטייט פון נישט מער ווי איין פעידזש.
אגב, ס'איז טאקע קינדיש און נאריש די בריוון, אבער פארט איז עס מער אינטערעסאנט ווי צו זעהן דער איד'ס בריוון, וועלכע באשטייען פון בלינדע באהאלטענע שנאה און שרעקליכע האס קעגן זייער צד שכנגד, אדער גאר פון שטיקער שובבים תורה...
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 9:34 pm
דורך זר זהב
עס עפעס האט געשריבן:נאך איידער כ'האב געענדיגט ליינען דער תגובה, האב איך געוויסט פון וועמען ס'גייט האבן א לייק...
איך לייק אים פאר'ן מיר ברענגען אינטערעסאנטע זאכן וואס איך וואלט אדערווייז נישט געזעהן.
מיר הייבט אן פארקומען ווי מיין אלטער טעאריע איז ווארשיינליך יא אמת. וויטש איז, אז דער בלאט איז נישט אזוי אומשולדיג קינדעריש דא (און אין די עבר), נאר דאס איז א גוט אויסגערעכנטער מהלך וואס זיי האבן לכאורה גענומען פאר א ציהל פון אראפברענגען די פרעסטידזש פון א ''צייטונג'' בכלליות. און זיי האבן היבש סוקסידעד דערמיט.
ועל אלה אני בוכיה
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 9:36 pm
דורך זר זהב
עס עפעס האט געשריבן:אגב, ס'איז טאקע קינדיש און נאריש די בריוון, אבער פארט איז עס מער אינטערעסאנט ווי צו זעהן דער איד'ס בריוון, וועלכע באשטייען פון בלינדע באהאלטענע שנאה און שרעקליכע האס קעגן זייער צד שכנגד, אדער גאר פון שטיקער שובבים תורה...
דו מישט קיש מיט הודו. די אלטערנאטיוו צו האספולע בריוון (וואס איז אגב ליגענט, דער איד האט נארמאלע בריוון) איז נישט קינדערישע בריוון. א האספולער צייטונג טוט גארנישט קעגן די פארשריפטן פון א צייטונג! א קינדערישע צייטונג טוט.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 9:40 pm
דורך עס עפעס
זר'לע קרוין, איך קען דיר נישט אלס עמיצער וואס לאזט אזוי גרינג דורך ליגנטס, א ביישפיל דערפון קענסטו נעמען ווען כ'האב געשריבן בטעות אז דער ארטיקל אין איד איז געווען פיל מיט רעקלאמעס ווען אין רעאליטעט איז עס געווען פיל מיט בילדער.
טא, וויאזוי האסטע אזוי גרינג און שנעל געלייקט און נישט קודם פרובירט צו וועריפייען צי "מען פילט אן די בלעטער"? עס איז דאך א שקר מוחלט!
(מערק אז איך באציה זיך נישט אפילו אויף די ענטפערס וואס דו האסט געגעבן איבער מיין קריטיק, ווייל עס שרייט פון זיך אליינס.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 9:43 pm
דורך זר זהב
ביזט גערעכט, זיין אויסדרוק פון אנפילן די בלעטער איז נישט אמת. אבער איך האב נישט געלייקט פאר זיין עדיטאריעל.. נאר פאר די עצם אינפראמאציע אז נאך א בריוו איז נאכגעקומען.
נשלח: מוצ"ש מאי 04, 2013 11:53 pm
דורך מאראנצןזאפט
געטראפן א בלאט ביין מיין מוטער אין בית הכבוד, שוין לאנג נישט געליינט, וואס זאל איך אייך זאגן חברה, קופערניקעס איז א מיצר ודואג אידל אקעגן שמואל ווידער, א מין צינישקייט אויף יעדן בלאט.
די בריוון, האט איינער אנגעמערקט אז דער שרייבער האט אן אבסעסיע מיט'ן שבת המעיל, גייט נישט דורך א וואך וואס ער זאל נישט רעדן דערפון.
ווייטער אין אמעריקא איז דא א ווערטל אז ווען מ'האט נישט וואסצו רעדן פארעט מען די פרייז פון די וואסערמעלאנס.
גלייב איך נישט וואס מיינע אויגן זען, א בריוו וועגן די פרייזן פון די וואסערמעלאנס, און עולם גולם שלינגט מיט דורשט.
פון די בילדער אפטיילונג האב איך יא הנאה געהאט, ריין ליצנות, א בילד פון מאטראצן אין מירון, א לעפל געקעכטס, א ירושלמי מיט די הענט אין דער הייך גרייט זיך פאר אן עטיפה. דער זאמלער פארשטייט צו ארט, ער כאפט אויף די פיניצקי דעטאלן.
זר, כ'האב שוין עפעס געשריבן, קענסט מיך שוין לייקן.
האט איינער אנגעמעקט זר איז געהעריג אין לאוו מיט מאראנצן.
הערסטו, וואו ביזטו, כ'האב דיר איבערגעלאזט א גוטס, עפעס וועגן דער בלאט.
און ביי דע וועי, כ'בין דיר שולדיג א קאמפלימענט, דיין ארטיקל וועגן די לייקס סיסטעם האט מיר געקאסטן אן אשר יצר!
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 12:42 am
דורך שמעקעדיג
שוין א לאנגע צייט וואס כ'וואונדער זיך וואס איז די מערכה פון דער בלאט מיט די מעיל. כ'האב קיינמאל נישט געהערט אז "דער איד" איז אנטקעגן דעם, טא וואס איז די מח געשווענקעכץ וואך-איין וואך-אויס? ס'קריכט שוין פון די נאז. אפשר קען מען אנהויבן רעדן פון די האלבע הויזן וואס אידן גייען שבת?
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 12:45 am
דורך מאראנצןזאפט
ס'איז מן הסתם ביזנעס אריענטעד, זעט אויס אז איינער פון די גרויסע חברה דארט האט אריינגעשטעקט דערין א פוס.
דער נארישער וויץ גייט שוין אן יאאאאאאארן, פרעג פארוואס?!
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 12:46 am
דורך זר זהב
וואסערע וויץ? כאלט נישט מיט
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 12:47 am
דורך מאראנצןזאפט
המעיל רעגן מאנטל.
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 12:47 am
דורך זר זהב
יא אבער וואסערע וויץ? וואס גייט פאר מיט'ן מעיל?
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 12:50 am
דורך מאראנצןזאפט
יעדע וואך רעדט מען פון המעיל שוין פאר יארן לאנג נישט קיין חילוק וואס ווילאנג דער המעיל ווערט דערמאנט.
די וואך איז עס אז רבנים גייען המעיל'ס.
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 1:51 am
דורך ניו יארק
מאראנצןזאפט האט געשריבן:געטראפן א בלאט ביין מיין מוטער אין בית הכבוד, שוין לאנג נישט געליינט, וואס זאל איך אייך זאגן חברה, קופערניקעס איז א מיצר ודואג אידל אקעגן שמואל ווידער, א מין צינישקייט אויף יעדן בלאט.
די בריוון, האט איינער אנגעמערקט אז דער שרייבער האט אן אבסעסיע מיט'ן שבת המעיל, גייט נישט דורך א וואך וואס ער זאל נישט רעדן דערפון.
אלצהיימערס?
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 2:15 am
דורך שמעקעדיג
לאמיר אריינלייגן אפאר אינטרעסאנטע בריוון פון די בלאט די וואך, למען יעמדו למשמרת ימים רבים.
אגב: משבקי"ם שטאמט פון דעם טריפה'נעם שפראך רח"ל!
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 2:17 am
דורך שמעקעדיג
און דא, די 2 איידימער וועלכע פליען גילטי און קלעימען ריספאנסעביליטי אז צו זיי איז דער בריוו געווענדעט.
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 3:16 am
דורך זר זהב
שכח שמעקעדיג. זענען די ביידע בריוון פון די וואך?
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 3:17 am
דורך אוי טאטי
יא.
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 11:18 am
דורך יידל
משוגע האט נישט קיין גבול. סקווירא רבי און כשר'ע טעיפריקארדערס, שווער-איידעם האנדא אדאסי סומאטוכע, ס'איז אומגלויבליך.
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 1:20 pm
דורך newkave
איי געס די סקווירא רבי האט אויפגעגעבן אויף די רעקארד פלעיערס.
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 6:26 pm
דורך שלשלת
די בריוון פון שווער/איידעם זענען סופער!!!
ווען משוגע וואלט געמאכט וואקסן, וואלט מען שוין לאנג געדארפט העכער מאכן די דאך פון בית המדרש...
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 11:39 am
דורך זר זהב
איינער זאגט מיר אז נישט מער נישט ווייניגער ווי
טאקאנאבו איטו האט אריינגעשטעלט א בריוו/מודעה וואו ער אנטשוליגט זיך אויף די סומאטוכע וואס זיינס א פראדוקט האט אנגעמאכט אין די בלאטיגע קאמיוניטי.
איז עס וואר?
ביטע ארויפשטעלן דא.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:23 pm
דורך עס עפעס
זר זהב האט געשריבן:איינער זאגט מיר אז נישט מער נישט ווייניגער ווי
טאקאנאבו איטו האט אריינגעשטעלט א בריוו/מודעה וואו ער אנטשוליגט זיך אויף די סומאטוכע וואס זיינס א פראדוקט האט אנגעמאכט אין די בלאטיגע קאמיוניטי.
איז עס וואר?
ביטע ארויפשטעלן דא.
פשי הא! יענער וואס האט דיר דאס געזאגט האט דיר גוט ארויס! ער ווייסט וואספארא "איד"-קעלבל דו ביזט אז דו וועסט אלעס גלייבן אויפ'ן בלאט.
אט איז א בילד פונעם גאנצן פעידזש בריוון פון די וואך אין בלאט
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:26 pm
דורך זר זהב
שמעקדיג האט נאך סארקאזם דעטעקטארס?