בלאט 12 פון 12

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 2:11 pm
דורך סאנטיאגא
!Nice work
דאס מיינט צו זאגן אז אויב אונז מאך מיר דאס אין א געהעריגע focus group פון מענטשן פון די זעלבע דעמעגרעפיק, ד.ה. אז מ'וועט נעמען א דריי הונדערט חרדי'שע אינגעלייט, פרויען, מיידלעך, סעקאנד מערידזש, נעם אפאר פון לעיקוואד, בעיקר פון אולטרא חסידישע שכונות ווי מאנסי, בפ, וויליאמסבורג, און זייער קאמבינירטע סך הכל קומט אריין מיט א ענליכע ציפער, וואלטן מענטשן געווען שאקד! אין מיין מיינונג טראכט דער דורכשניטליכע חסידישער איד נישט פון א צען פראצענט קריזיס נאר "האלט" (אפיניען ווס. פאקט) אז ס'איז מער ארום 1 צו 2 פראצענט, אדער גאר א צענטל פון א פראצענט געוואנדן אין וועם דו פרעגסט.

דו ווייסט וואס כ'וועל דיר זאגן? איך זעה נישט פארוואס - פאר די ספעציפישע סטאדי - פארוואס זיויג שני צוליב א גט זאל מען נישט רעכענען, איך בוי עס אויף די טאטעל גיטין, אז איינער איז אויפגעראכטן געווארן מאכט עס נישט שוואכער אז די מעטריקס וואס מיר נוצן צו טרעפן א באשערט שטייט אויף עגגשעלס... די פוינט איז נאך אלס אז מערדיזש פלאפט מער ווי מ'שטעלט זיך פאר. מ'קען עס בויען וויאזוי מ'וויל. דאס האב איך געזאגט, א פרעמיס איבער "סוקסעספולע הייראטן" וועט זיין צען מאל שווערער, הייבט זיך שוין אן, "דיפיין סוקסעס" דיפיין העפי.. " איך עגרי נישט מיט דיר.. אזוי געבט מען די נאקעטע ציפערן און שוין.

עניוועי, שכח פאר אזא דעטאלירטן אנעקדאט! ס'האט מיר פשוט געגריצלט פאר די לענגסטע צייט ווי מענטשן וואס קענען נישט קיין בעסיק סייענס און וויאזוי ס'ארבעט באנוצן זיך מיט "99.99% חסידים האלטן... " סטעיטמענטס, איך בעט דיך!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 1:55 am
דורך דוד שריפטליך
מי אני האט געשריבן:איך האב דאס געטוהן. איך האב 344 קאנטעקטס אין מיין קאנטעקטס ליסטע.

36 פון זיי זענען קאמפּאני סארט קאנטעקטס (דאקטאר׳ס אפיס, אפיסעס מיט וועמען איך ארבעט, וכדומה). פון די פּערזענליכע קאנטעקטס זענען 7 פון זיי גוים. 11 פון זיי זענען נישט חרדי׳שע אידן בכלל (מאדערן-ארטאדאקס, בוכאריש/רוסיש וכדומה).
איז מאדערן ארטאדאקסישע נישט חרד'יש?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 9:37 am
דורך כספי
סאנטיאגא האט געשריבן:!Nice work
אין מיין מיינונג טראכט דער דורכשניטליכע חסידישער איד נישט פון א צען פראצענט קריזיס נאר "האלט" (אפיניען ווס. פאקט) אז ס'איז מער ארום 1 צו 2 פראצענט, אדער גאר א צענטל פון א פראצענט געוואנדן אין וועם דו פרעגסט.
ביי מיר איז פונקט פארקערט, איך בין געווען זיכער אז די גיטין אין די חרדי'שע ציבור איז אסאך מער ווי צען פראצענט

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 11:57 am
דורך קהל'ס נער
דוד שריפטליך האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:איך האב דאס געטוהן. איך האב 344 קאנטעקטס אין מיין קאנטעקטס ליסטע.

36 פון זיי זענען קאמפּאני סארט קאנטעקטס (דאקטאר׳ס אפיס, אפיסעס מיט וועמען איך ארבעט, וכדומה). פון די פּערזענליכע קאנטעקטס זענען 7 פון זיי גוים. 11 פון זיי זענען נישט חרדי׳שע אידן בכלל (מאדערן-ארטאדאקס, בוכאריש/רוסיש וכדומה).
איז מאדערן ארטאדאקסישע נישט חרד'יש?
חרדי טייטשט אלטרא-ארטאדאקס, סאו ביי דעפינישן איז מאדערן-ארטעדאקס נישט אלטרא-ארטאדאקס/חרדי.

Re: אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים

נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:02 am
דורך שמן למאור
Screenshot_20231224_040041.jpg

Re: אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים

נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 11:03 am
דורך אקטיווע שרייבער
ס׳איז געווארן היינט א סטייל אז די מאמע און טאטע טרעפט א שידוך וואס געפעלט זיי….

און נאכדעם א גט….

אזוי די גאנצע פעקעדזש…

Re: אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים

נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 11:18 am
דורך שמן למאור
ס'איז געווארן א סטייל אז קאפלס לאזן זיך שוין נישט, זיי זענען פעד אפ. זיי ווילן מער נישט ציען דעם מאדנע קייט און טון וואס זייערע עלטערן האבן געטון, ווי מען האט חתונה, די קאפל הייבט נישט אן צו קלעבן, אבער מען שטיפט עס דורך ביזן טויט... און אזוי אינצווישן מאכן מען אן נאך צען קינדער און אלע פעקלט מען איין אינעם זעלביגן מצב.

נאו מאר!

ס'איז נאך ליידער יא דא גענוג וואס האבן נישט די קוראדזש, און בפרט אז מען כאפט זיך נאך מען האט שוין קינדער, אבער ס'איז דא גענוג און נאך וואס זאגן גלייך, לאמיר אפ, איך גיי זיך נישט אנקאקן מיין לעבן בלויז כדי צו בלייבן סטאק און דעם ענדלאזן סטופיד סייקל.

Re: אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 10:01 am
דורך [NAMELESS]
מיין גרעסטע קשיא איז אויב די חסידישע בעשא סיסטעם ארבייט אזוי גוט פארוואס ביי זיווג שני מאכט מען נאך די ליטווישע? טענה'סט דאך אז ס'העלפט בכלל נישט אז די ליטווישע טרעפן זיך אסאך מאל, אויב אזוי פארוואס ביי זיווג שני מיינסטו אז ס'העלפט יא?

Re: אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 4:17 am
דורך רוני
פרוכט זאפט האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 10:01 am מיין גרעסטע קשיא איז אויב די חסידישע בעשא סיסטעם ארבייט אזוי גוט פארוואס ביי זיווג שני מאכט מען נאך די ליטווישע? טענה'סט דאך אז ס'העלפט בכלל נישט אז די ליטווישע טרעפן זיך אסאך מאל, אויב אזוי פארוואס ביי זיווג שני מיינסטו אז ס'העלפט יא?
ס'איז דאך א בפירוש'ער גמרא אנהייב מסכת סוטה,
אז די זווג ראשון איז שוין אפגעמאכט פון פריער (ארבעים יום קודם יצירת הולד), אבער זיווג שני איז לפי מעשיו...

Re: אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 4:42 am
דורך שעפטאל
רוני האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 4:17 am ס'איז דאך א בפירוש'ער גמרא אנהייב מסכת סוטה,
אז די זווג ראשון איז שוין אפגעמאכט פון פריער (ארבעים יום קודם יצירת הולד), אבער זיווג שני איז לפי מעשיו...
@רוני שלום עליכם
דיינע 24 תגובות זענען געשמאקע הומאר, חכמה, און נאך.
שכח פארן מהנה זיין!!!

Re: אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 8:59 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
רוני האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 4:17 am
פרוכט זאפט האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 10:01 am מיין גרעסטע קשיא איז אויב די חסידישע בעשא סיסטעם ארבייט אזוי גוט פארוואס ביי זיווג שני מאכט מען נאך די ליטווישע? טענה'סט דאך אז ס'העלפט בכלל נישט אז די ליטווישע טרעפן זיך אסאך מאל, אויב אזוי פארוואס ביי זיווג שני מיינסטו אז ס'העלפט יא?
ס'איז דאך א בפירוש'ער גמרא אנהייב מסכת סוטה,
אז די זווג ראשון איז שוין אפגעמאכט פון פריער (ארבעים יום קודם יצירת הולד), אבער זיווג שני איז לפי מעשיו...
דער פראבלעם איז אסאך מאל איז דער זיווג ראשון קיין זיווג נישט....

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 9:11 am
דורך מי אני
איך האב געזעהן אין ספר קול ברמא נשמע (פ' נשא) אז מ'קען מפרש זיין די גמרא בריש סוטה ב. אז עס איז צומאל אנדערש. והיינו, אז סתם אזוי פארשטייט מען די גמרא דארט כדפירש"י שם אז הא בזיווג ראשון איז עס נכרז מ' יום קודם יצירתו, והא בזיווג שני איז עס לפי מעשיו. אבער עס קען צומאל זיין אז הא בזיווג ראשון איז ער/זי אריינגעפאלן וכו' "לפי/מחמת מעשיו" אז ער/זי זאל ליידן אַן עונש דורך די צער דערפון וכדומה על חטאיו, והא בזיווג שני נאכדעם וואס ער איז דאס ליידער דורכגעגאנגען קומט ער/זי אָן בזיווג שני צו "זיין/איר באשערטע" און דאס וואס איז נכרז געווארן אויף אים מ' יום קודם ע"ש. דאס קען זיין א חיזוק פאר איינער וואס איז דאס ליידער דורכגעגאנגען.

Re: אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 9:27 am
דורך [NAMELESS]
איך מיין אז דער אריז"ל איז מסביר זיווג ראשון און זיווג שני אז עס מיינט בגלגול

Re: אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 8:39 am
דורך שמן למאור
Screenshot_20240328_082205.jpg

Re:

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:26 am
דורך מילך טראק
שמעון וואלף האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:12 am איך האלט גארנישט; איך ווייס נישט וועלכע וועג איז בעסער. איך ווינדער מיך נאר אויף די וואס זאגן מיט א פשטות אז די מאדערנע וועג איז בעסער. פון ווי נעמען זיי דאס?
זיכער איז זייער וועג בעסער, והא ראיה אז ווען זיין זאלן פראבירן אונזער וועג וועט ביי זיי זיין אסאך ערגער, די סיבה פארוואס ביי אונז קוקט אפשר אויס בעסער ווייל זייער אסאך מאל ווען סאיז שוין יא דא "שלום בית" איז עס בכלל נישט אויף די לעוועל וואס א מערידש איז, סאיז אול עיבואט טעקניקעל, ער בערגנט פרנסה, זי קאכט, און ממאכט קינדער, ווען איינער האט עכטע שלום בית, האט ער נישט קיין שום נסיונות אויפן גאס, אדער אויף די אינטערנעט,

Re: אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 11:10 am
דורך מילך טראק
מילך טראק פתח לה פתחא להאי פרשתא מהכא:
לבד ראה זה מצאתי אשר עשה האלקים את האדם ישר והמה בקשו חשבנות רבים.

גאט האט באשאפן זיין וועלט אויף די גראדע וועג. מענטשן זענען געקומען אז מ'גייט פארעכטן די "לעכער" וואס גאט האט איבערגעלאזט.
פארשטייט זיך אז דאס איז געגאנגען קראכן.
אבער טייל קענען נאך אלץ נישט מודה זיין.

גאט האט אויסגעמישט זכרים און נקיבות אין זיין וועלט און אוועקגעשטעלט אז א זכר ציעט צו א נקיבה, אזוי וועט זיך די וועלט פרוכטבארן. זענען געקומען אפאר (אויבער) חכמים, זיי האבן געזעהן אז ס'קען ארויסקומען "מכשולות", האבן זיי מטכס עצה געווען אז מ'גייט אפטיילן בחורים פון נקיבות. אבער אויב אזוי וועט דאך די וועלט נישט קענען האבן קיין קיום?
זענען זיי אויפגעקומען מיט א געוואלדיגע עצה: אין יעדע שטאט וועט זיין איינער וואס וועט אנפירן שדוכים, און זיי וועלן אנגערופן ווערן "שדכן" אדער "שדכנ'טע", און מ'וועט ציווארפן א ביינדל.

למעשה האט זיך עס נישט אויסגעארבעט.

היות די עצה פון שדכנים האט זיך נישט אויסגעארבעט דארף מען צוריקגיין צו ווי אזוי ס'קומט, אפילו מיט די פראבלעמען.

גאט האט געוואוסט פון די פראבלעמען, און דאך אזוי באשאפן די וועלט.
א בחור מיט א בתולה איז נאר א לאו (אויב זי איז געווען אין מקוה).

א בחינה ווי די ברעיקער האט געקראכט, האט מען עלימינירט דעם ברעיקער און פרובירט זיכער צו מאכן אז מען נוצט נישט צו סאך לעקטער ווייל די הויז קען ארויפגיין אין פלאמען.