בלאט 12 פון 17

נשלח: מאנטאג אפריל 10, 2023 7:48 pm
דורך שערי יושר
ממש אזוי?! מקען זיך אליין קרוינען? איך קרוין מיך אלס גאב"ד...

נשלח: מאנטאג אפריל 10, 2023 7:49 pm
דורך נחמן אינדארסקי
מ'קען נישט דא אזוי שרייבן. ביטע לייען דורך אונזערע תקנות. די נעקסטע פארלעצונג וועסטו ווערן אויסגעשפארט.
מנהל

נשלח: מאנטאג אפריל 10, 2023 7:52 pm
דורך שערי יושר
מגייט נישט אויפנעמען קיינעם אלס גאב"ד בחייו פונעם "פוסק הדור" ר' משה. זיי קענען נישט אויפנעמען א אינגערע ווי עם, ס'וועט צי שטארק צעשאקלען די שוין שוואכע אינסטוטציע עדה החרדית.

נשלח: מאנטאג אפריל 10, 2023 7:53 pm
דורך נחמן אינדארסקי
שערי יושר האט געשריבן:ממש אזוי?! מקען זיך אליין קרוינען? איך קרוין מיך אלס גאב"ד...
ער איז געוועהן א חבר בית דין
נאך דער פטירה פון דער פריעדיגע ראב"ד האט ער זיך גענומען אינטערשרייבען ראב"ד, סע קיינמאל נישט געוועהן קיין מעמד הכתרה אזוי ווי ביי אלע ראב"ד’ס.

נשלח: מאנטאג אפריל 10, 2023 8:01 pm
דורך מר. קלונימוס
שערי יושר האט געשריבן:מגייט נישט אויפנעמען קיינעם אלס גאב"ד בחייו פונעם "פוסק הדור" ר' משה.
זיכער נישט. קודם גייט מען אנהויבן באטיטלן א צווייטן אלס פוסק הדור מ'וועט שמירן און צאלן אלע צייטונגען און מאגאזין אזוי ווי מ'טוט יעצט.. דערנאך ווען ס'וועט שוין זיין צוויי פוסקי הדור וועט מען קענען יענעם אויפנעמען.

נשלח: מאנטאג אפריל 10, 2023 8:03 pm
דורך שערי יושר
ווער זענען די קאנדידאטן אויף וועם מען לייגט א אויג?

נשלח: מאנטאג אפריל 10, 2023 9:10 pm
דורך חב''ד הויזן
נחמן אינדארסקי האט געשריבן:
שערי יושר האט געשריבן:ממש אזוי?! מקען זיך אליין קרוינען? איך קרוין מיך אלס גאב"ד...
ער איז געוועהן א חבר בית דין
נאך דער פטירה פון דער פריעדיגע ראב"ד האט ער זיך גענומען אינטערשרייבען ראב"ד, סע קיינמאל נישט געוועהן קיין מעמד הכתרה אזוי ווי ביי אלע ראב"ד’ס.
דו זאגסט צוויי פאקטן וואס קען טאקע זיין אמת, אבער ס'איז לכאורה דא נאך חלקים פון די מעשה וואס דו פארציילסט נישט. קען טאקע זיין אז ער האט זיך אנגעהויבן אינטערצושרייבן 'ראב''ד' און קען זיין אז ס'איז נישט געווען א אפיציעלע מעמד הכתרה. אבער די מעשה האט זיך לכאורה נישט אנגעהויבן און געענדיגט דא.

אויב איז די מעשה פונקט אזויווי די לייגסט עס אראפ דאן קען זיך ר' משה יעצט אנהייבן אינטערשרייבן 'גאב''ד' און שלום על ישראל. (ער איז יעצט נענטער צום גאב''ד פאזיציע ווי דאן צום ראב''ד פאזיציע).

נשלח: מאנטאג אפריל 10, 2023 9:19 pm
דורך שמעקעדיג
דער אינדארסקיא האט דא עפעס אן אגענדע, אבער קענסט נאך אלץ שרייבן מיט דרך ארץ אויף גדולי הדור, בפרט אויף הרב דושינסקיא וואס איז זייער געשעצט.
איך האב אים נישט פארהערט צו וויסן צי ער איז טאקע א ת"ח, אבער ער איז זיכער א גאון אין מדות.

נשלח: מאנטאג אפריל 10, 2023 11:17 pm
דורך נחמן אינדארסקי
שערי יושר האט געשריבן:ווער זענען די קאנדידאטן אויף וועם מען לייגט א אויג?
סע דא וואס זאגען די חידא ווייס
אנדערע זאגן סעראדאהעלי
מפי השמועה

נשלח: מאנטאג אפריל 10, 2023 11:23 pm
דורך נחמן אינדארסקי
יין שרף האט געשריבן: אבער די קשיא במקומו עומדת. אויפנעמען א רב איז נישט סתם א joke אדער א שם בלי בן (ס'איז יא but whatever).

Why in the world זאל מען אויפנעמען א year old 95 פאר אזא position? לו יהא ער איז יא qualified און ער האט אלע qualifications צו זיין רב.. אז אין אפאר יאר ארום זאל מען זיך טרעפן נאכאמאל ביי square one?
אגב ווי אלט איז ער

נשלח: מאנטאג אפריל 10, 2023 11:44 pm
דורך אמאהלגעקעננט
נחמן אינדארסקי האט געשריבן:
שערי יושר האט געשריבן:ממש אזוי?! מקען זיך אליין קרוינען? איך קרוין מיך אלס גאב"ד...
ער איז געוועהן א חבר בית דין
נאך דער פטירה פון דער פריעדיגע ראב"ד האט ער זיך גענומען אינטערשרייבען ראב"ד, סע קיינמאל נישט געוועהן קיין מעמד הכתרה אזוי ווי ביי אלע ראב"ד’ס.
שװער צו גלײבן ממש אזױ , דער איד אידאך א פיקח. מהאט נישט געהעכערט די געהאלט ? סאיז א פראמױשן קומט דאך מיט א רעיז

נשלח: דינסטאג אפריל 11, 2023 12:12 am
דורך שמעון וואלף
שערי יושר האט געשריבן:ממש אזוי?! מקען זיך אליין קרוינען? איך קרוין מיך אלס גאב"ד...
נישט ממש אזוי, אבער טאמער ביסטי די עלטסטע רב אין בי"ד און אפיציעל די סגן ראב"ד און איצט איז נפטר געווארן דער פריערדיגע ראב"ד איז נישט אזוי שווער זיך אליין צו קרוינען. אליין קרוינען מיינט אויך טאמער שטייען דערינטער די קינדער אדער אנדערע מיט אינטערעסן.
אבער באמת בין איך נישט אזוי זיכער אז נחמן אינדורסקי איז גערעכט ווייל מיר ליגט אין זכרון אז מ'האט אים יא אויפגענימען אלץ ראב"ד די זעלבע צייט ווען מ'האט אויפגענימען רי"ט פאר גאב"ד.
נאר דאס יא. מ'זעהט ווי מ'קען זיך אליינס קרוינען אלץ פוסק הדור איז נישט אזוי אומפארשטענדליך וויאזוי מ'קרוינט זיך אליין אלץ ראב"ד

נשלח: דינסטאג אפריל 11, 2023 12:45 am
דורך שמעון_ברוך
נחמן אינדארסקי האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן: אבער די קשיא במקומו עומדת. אויפנעמען א רב איז נישט סתם א joke אדער א שם בלי בן (ס'איז יא but whatever).

Why in the world זאל מען אויפנעמען א year old 95 פאר אזא position? לו יהא ער איז יא qualified און ער האט אלע qualifications צו זיין רב.. אז אין אפאר יאר ארום זאל מען זיך טרעפן נאכאמאל ביי square one?
אגב ווי אלט איז ער
97 בליעה"ר

נשלח: דינסטאג אפריל 11, 2023 2:58 am
דורך מחצה''ק
נחמן אינדארסקי האט געשריבן:קודם. כל פאר ווער סע ווייסט היסטאריע אז מען האט קיינמאל נישט אויפגענומען ר' משה שטערנבוך אלס ראבד, ער האט זיך אליינס באקרוינט
אין דער בלאט זאגט ר' מאיר בראנדסדארפער זון אז זיין טאטע האט עם געקרוינט ראב''ד אן קיינעם פרעגן

נשלח: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:31 pm
דורך שבת לייט
C/p
ברעיקינג! קומענדיגן זונטאג פרשת עקב י״ב אב הבעל״ט, גייט פארקומען אן אפשטימונג אין הנהלת עדה החרדית וואו זיי גייען שטימען צו אויפנעמען:

הגאון הגדול המפורסם רבי בנימין לאנדא שליט״א, דומ״צ קהל טאהש בארא פארק - אלס גאב״ד ירושלים ומרא דארעא קדישא.

הגאון האדיר רבי משה שטרנבוך שליט״א, גייט געקרוינט ווערן נשיא העדה החרדית.

הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמאן שליט״א, גייט אויפגענומען ווערן אלס ראב״ד ירושלים.

אזוי אויך האט די ועד הפועל פון די עדה החרדית באשלאסן אז יעדע צעטל, קול קורא אדער מודעה וואס גייט ערשינען פון ביד״צ עדה החרדית, גייט קודם ערשינען די חתימה פונעם נשיא העדה החרדית און דערנאך די חתימה פון גאב״ד ירושלים.

נשלח: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:39 pm
דורך חמול על מעשיך
וואס גייט פאר? אויף קול סאטמאר מעלדט מען ר’ משה אלס גאב”ד.

נשלח: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:38 pm
דורך אש דת
*"ומלכי צדק מלך שלם"*

מיט גרויס עקסטאז און אייפער, התרגשות און איבערראשונג נעמען אויף בני היהדות הנאמנה פון איבער די גארער וועלט דעם לאנג ערווארטעטע פריידיגן היסטארישן בשורה איבער'ן התמנות פון רבינו הגדול מרן פוסק הדור שליט"א אלס גאב"ד ירושלים.

מרן ראש הישיבה משיירי כנסת הגדולה הגאון הגדול רבי אליקים שלעזינגער שליט"א ראש ישיבה הרמה ד'לאנדאן האט ביי זיינע דברות קודש און דברי הספד אויף רבינו הגדול מרן הגאב"ד בעל ה"שערי טובי'ה" זצוק"ל אויף א לייוו-הוקאפ אין ביהמ"ד הגדול דושינסקיא אויסגערופן נאכ'ן ברייט ארומרעדן איבער דעם גאב"ד זצ"ל, און דערציילט וואו ער האט געהייסן הרה"ח ר' שלמה פאפנהיים אים אויפצונעמען פאר ירושלימ'ער רב.

האט דער ראש ישיבה שליט"א אויסגעשריגן מיט א קול רמה: "שוין א יאר צייט וואס איז נישטא קיין רב אין ירושלים, אבער באמת איז יא דא, רבי משה שטערנבוך איז דער ירושלימ'ער רב צו אפציעל אדער אומאפיציעל, ער איז דער רב און ער וועט פירן די עדה החרדית ווייטער פאר לאנגע יארן".

גלייך דערנאך האטט דער יו"ר הרה"ג ר' יחזקאל בראך שליט"א אויסגערופן בשם די הנהלת העדה און בשם אלע הונדערטער אידן החונים תחת דגלו של העדה החרדית אז "אונז זענען אלע מקבל די פייערדיגע ווערטער און די ציווי פונעם ראש ישיבה שליט"א, און אונז וואונטשן מיר אן אז דער רב שליט"א זאל פירן מיט א שטארקייט דעם "עדה החרדית" פאר לאנגע יארן און אונז אלע קעגן פירן משיח צדקינו".

"דאס יהדות החרדית שרייט אויס "ברוך השם אז לא השבית לנו גואל, און אונז זענען אלע מקבל מרות מיט חרדה און יראה פון רבן של ישראל רבינו הגדול מרן פוסק הדור כ"ק הגה"ק הגאב"ד שליט"א מרא דארעא דישראל".

אונז וואונטשן מיר אלע אן "ימים על ימי מלך תוסיף שנותיו כמו דור ודור".

נשלח: דאנערשטאג יולי 20, 2023 8:01 pm
דורך קלמישל
ישחקו הנערים בפנינו.

נשלח: דאנערשטאג יולי 20, 2023 8:29 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
"גלייך דערנאך האטט דער יו"ר הרה"ג ר' יחזקאל בראך שליט"א אויסגערופן בשם די הנהלת העדה און בשם אלע הונדערטער אידן החונים תחת דגלו של העדה החרדית"

נאר הונדערטער אידן?? כ'האב געמיינט אז די עדה החרדית פארפיגט איבער דעם חרדי'שן ירושלים'ר ציבור פון צענדליגער טויזענטער משפחות?!?!

נשלח: דאנערשטאג יולי 20, 2023 9:25 pm
דורך yn.NY
נישט נאר אלע ירושלימער אידן, נאר אויף גאנץ ארץ ישראל... ווען רבי יצחק טוביה איז אוועק האט מען איהם איבעראל באטיטלט "מרא דערא דישראל".

נשלח: פרייטאג יולי 21, 2023 1:13 am
דורך [NAMELESS]
עס דערמאנט די התמנות הרב הצעיר בווילימסבורג חול המועד

נשלח: פרייטאג יולי 21, 2023 9:55 am
דורך דער עסער
ווער ווערט למעשה גאב"ד?

Re: ובא השמש, וזרח השמש: גאב

נשלח: פרייטאג יולי 21, 2023 10:32 am
דורך דער גאלדענער אדלער
דער עסער האט געשריבן:ווער ווערט למעשה גאב"ד?

ווער ס'פארמאגט א שטערקערע מיליטער. מ'האמיר דאך א כלל, כל דאלים גבר!!