בלאט 12 פון 27

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 12, 2013 11:11 pm
דורך petergrifin
סאשי פיש האט געשריבן:
משא"כ די אינטערנעט אויף סעלפאון ווערט טייערער און טייערער אמאל האט יעדער געהאט UNLIMITED מיט די צייט איז עס געווארען ווייניגער GB
היינט מיין איך אז קיינער געט שוין נישט UNLIMITED אינטערנעט,

וואס איז פשט דערפון?


ספרינט געט נאך אלץ UNLIMITED דאטא אויף זײער 3g און 4g - lte נעטװארק. ס׳איז דא נאך װאס האבן UNLIMITED אבער יענץ איז
נאר ביז עטליכע Gb און אײנמאל די נוצט עס אויס ארבײט די אינטערנעט אויף א שװאכערע ספיד ביז די נײע חודש הײבט זיך אן

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 12, 2013 11:33 pm
דורך נולד מאוחר
מקען שוין אין די אפדעטעד גוגל מעפס צילייגן אפאר destinations פאר דיירעקטשענס.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 9:00 pm
דורך נולד מאוחר
ווי קען איך באקומען אן אימעל מיט @מיין ביזנעס נאמען אנשטאט @gmail?
וויפיל דארף עס קאסטן?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 9:16 pm
דורך רויטע וואנצעס
Google apps
בחינם.
http://www.google.com/intx/en/enterprise/apps/business/
איך האב עס שוין אפאר יאר ארבייט פיין, די אינערפעיס איז פונקט ווי gmail.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 25, 2013 9:56 am
דורך נולד מאוחר
Capture.JPG
it looks that it cost some money.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 25, 2013 10:57 am
דורך רויטע וואנצעס
[tag]נולד מאוחר[/tag] דארפסט פארשטיין דאס איז צוויי באזונדערע זאכן. כדי צו האבן google apps דארף מען האבן א וועבזייטל נאמען, מ'מוז עס נישט קויפן ביי זיי, ס'דא 100 קאמפאניס וואס פארקויפן. איינמאל די האסט א URL קענסטו באקומען ביי גוגל א ביזנעס אימעיל אקאונט, ס'נעמא אבער 48 שעה ביז זיי באשטעטיגן אז די URL געהערט פאר דיר.

גראדע בעט גוגל ביליג פאר די URL.

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 7:05 pm
דורך משה רוקח
רויטע וואנצעס האט געשריבן:Google apps
בחינם.
http://www.google.com/intx/en/enterprise/apps/business/
איך האב עס שוין אפאר יאר ארבייט פיין, די אינערפעיס איז פונקט ווי gmail.


גוגל עפפס איז שוין נישט בחינם פאר אפאר חדשים.

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 7:25 pm
דורך מומחה
סאשי פיש האט געשריבן:איך וויל וויסען אויב איך געב א פייל פאר א מענטש אויף זיין הארד דרייוו אויב עס דא א וועג אז נאר ער זאל עס קענען נוצען אבער נישט איבערגעבען פאר א צווייטען, איך קען עס לאקען?

עס איז דא א קאמפעני וואס האט אנגעהויבן טון דערין - SmartRM - איך האב עס נאכנישט אויספראבירט און דערווייל ארבעט עס נאר אויף דאקומענטס (pdf פיילס און doc וכו')

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 10:45 am
דורך וויליאמסבורגער
אויב מ'האט שוין גערעדט דערפון ביטע צייכענט צו.
וואס איז פשט אז סמארטפאונ'ס זענען אזוי פיל טייערער פון טעבלעט'ס?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:30 am
דורך שמעקעדיג
דא האט מען אביסל גערעדט דערוועגן
viewtopic.php?p=156235#p156235

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 12:37 pm
דורך מאטל שניידער
רויטע וואנצעס האט געשריבן:Google apps
בחינם.
http://www.google.com/intx/en/enterprise/apps/business/
איך האב עס שוין אפאר יאר ארבייט פיין, די אינערפעיס איז פונקט ווי gmail.

עס איז שוין לאנג נישט בחנם, איך האב געפענט א אקאונט אפאר יאר צוריק האבן זיי געגעבן פופציג יוזערס בחנם שפעטער איז עס אראפ צו צען נאכדעם האבן זיי אינגאנצן אראפגענומען די פרייע ווערסיעת אבער עס איז נאך געווען א מהלך ווי אזוי צו האבן איין יוזער בחנם איך האב עס לעצטענס פרובירא אבער עס האט נישט געארבעט

גראדע אוטלאק די נייע נאמען פון האטמעיל (מייקראסאפטס אנליין אימעיל פלאטפארמע אין ענטפער צו דשימעיל) שטעלט נאך יא צו די סערוויס בחנם מדארף אבער קודם קויפן א דאמעין סיי ווי

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 9:41 pm
דורך אליצפן
ווי אזוי מאכט מען א pdf file פון אסאך עקסטערע בילדער/דאקומענטן?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 9:48 pm
דורך נולד מאוחר

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:30 am
דורך געפילטע פיש
אדער נולד'ס עצה, אדער קענסטו אין word אריינלייגן די פיקטשערס, און סעיוון עז PDF. אין ווארד האסטו מער אפציעס זיך ארום צו שפילן מיט די אויסלייג, גרויסקייט פון יעדע בילד, וכדו'.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 9:45 am
דורך וויליאמסבורגער
שמעקעדיג האט געשריבן:דא האט מען אביסל גערעדט דערוועגן
viewtopic.php?p=156235#p156235

ישר כח פאר'ן אנצייכענען. למעשה ענטפערן זיי נישט ממש די קושיא. אבער די סברא אז ווייל ס'איז קלענער איז שווערער עס צו מאכן ווערט אפגעפרעגט פון די פאקט אז ווי גרעסער א טעבלעט איז אלץ טייערער איז עס. למשל די נייע אייפעד מיני'ס האבן אלע פיטשער'ס פון די גרויסע אייפעד עיר - אריינגערעכענט די רעטינע דיספלעי און די A7 טשיפ, און ס'איז $100 ביליגער.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 10:46 am
דורך רויטע וואנצעס
ווי דערמאנט אין די לינק די סיבה האט צו טוען מיט דעם אז ס'איז קליין. אלע טארדישנעל עליקטראניקס דארף ווערן איבערגעמאכט און אינזשענירט און קליין, און זיין פונקט אזוי גוט און בעסער. דיין קשיא אז מ'זעט גרויסע טעבלעטס קאסטן מער איז פשוט, ס'האט מער הארדווער, און די שארפע גרויסע סקרינס זענען טייערער. אויך די שיפינג קאסט מער.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 11:59 am
דורך שמעקעדיג
נישט ריכטיג. סוף דבר האב איך אנגעצייכענט אז עס איז א פשוט'ע רויבעריי. והא ראי', גוגל'ס נעקסוס 5 טעלעפאן קאסט נישט מער ווי $349.
ס'איז נישטא קיין ריכטיגע סיבה פארוואס עס איז טייערער. בלויז ווייל די קאמפאניס ווילן שארן מער גאלד.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:02 pm
דורך רויטע וואנצעס
מיין אינפארמאציע קומט פון cnet.

http://reviews.cnet.com/8301-13970_7-57 ... 9-fonepad/

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 12:59 pm
דורך געפילטע פיש
זיי זאגן נאר וואס ASUS זאגט, מיינט נישט אז דאס איז די גאנצע אמת. זיכער איז טייערער אריינצוקוועטשן אלע הארדווער אין א קלענערע דיווייס, ממילא וואלט עס געמעגט קאסטן אביסל מער ווי א טעבלעט, אבער די עיקר איז ווי שמעקעדיג זאגט, ס'איז זיכער אז די קאמפאניס ווי ספרינט\ווערייזען צאלן נישט קיין אכט הונדערט טאלער פאר א איי-פאון אדער געלעקסי, און גוגל האט נישט דערלייגט קיין געלט ווען זיי האבן פארקויפט זייער נעקסאס 4 פאר $199.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 10:53 pm
דורך petergrifin
װאס האלט די עולם/מבינים פון דער lg g2?

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 10:53 pm
דורך petergrifin
װאס האלט די עולם/מבינים פון דער lg g2?
http://www.engadget.com/2013/10/30/spri ... anced-lte/

http://newsroom.sprint.com/news-release ... -nov-8.htm

איך האב געלײנט די רעװיו״ס אנלײן און ס׳איז פון די בעסט ביז עה ס׳װאלט געקענט זײן בעסער.
אײנער פון די מעלות איז אז ס׳גײט זײן אײנער פון די געצײלטע פאונס (ספרינט װערסיע) װאס גײען קענן ארבײטן אויף די נײער
און שנעלערע Lte-advanced

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 10:57 pm
דורך petergrifin
בדרך אגב איך קען נישט מחליט זײן צי כ׳זאל טוישן פון ספרינט צו װערײזן אויב מאך איך א נײע צװײ יאר קאנטראקט אדער
זאל איך גײן פריפעיד און צו װעלכע קאמפאני

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 09, 2013 9:13 pm
דורך נהורא נפישא
ווייסט אפשר איינער פון א עפפ פאר א ענדרויד צו קענען דאונלאעדן ווידיא קליפס פון יו-טוב ?
למצוה גדולה יחשב.