בלאט 12 פון 26

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 3:02 pm
דורך לעמיל
חברה צוריק צום ארבעט די בעל הבית איז דא
שלום עליכם מאכט אייך באקוועים

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 6:08 pm
דורך לעמיל
פרישע קאווע דארף איינער?
דא האט איר newkave
וועלכאם טא די קלאב

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 6:21 pm
דורך newkave
פריש פון א גוי נאך פסח.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 8:11 pm
דורך ברוין
שלום עליכם אידן. אפוועזנד געווען פאר א וויילע. יעצט זענען מיר צוריק מיטן גאנצן פרישקייט

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 10:50 pm
דורך געפילטע פיש
שלום וברכה, נעמט אייך צו די ארבעט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 8:49 pm
דורך נולד מאוחר
שלו' הוגה די נאמען שטייט דיר גוט.
האסט מיך שוין מכשיל געווען מיט די נבירה פון טראכטן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:23 pm
דורך געפילטע פיש
אגוטן הוגה, עד השתא אמאי לא אתית לגבאי, וואו ביסטו געווען ביז יעצט?

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 6:42 pm
דורך קאווע טרינקער
א גוט שבת.
געדענק, דאס איז די לעצטע שבת אן קיין קאווע בלעטעל...

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 3:28 pm
דורך יאנקל
מיט פרייד וויל איך באגריסן ידידינו היקר קרעמער1 וועלכער האט זיך צוריקגעקערט נאך א לענגערער אפוועזנהייט.

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 11:09 pm
דורך ברוין
Wow
דער איז אן אלטע ניק! באלד א יאר שוין נישטא געווען (מיט די ניק???)

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 6:23 pm
דורך הוגה
יישר כח נולד מאוחר און געפילטע פאר די ווארימע באריסונגען, בעטער לעיט דען נעווער.

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 7:58 pm
דורך נולד מאוחר
הוגה האט געשריבן:יישר כח נולד מאוחר און געפילטע פאר די ווארימע באריסונגען, בעטער לעיט דען נעווער.

א נולד מאוחר קען דאס באשטעטיגן.

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 12:08 pm
דורך לעמיל
קאווע טרינקער האט געשריבן:א גוט שבת.
געדענק, דאס איז די לעצטע שבת אן קיין קאווע בלעטעל...

האפענטליך וועט די וואך זיין די לעצטע וואך....

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 12:34 am
דורך מאן דאמר
שוין עטליכע מאנאט, וואס מיין זעהל ערלויבט מיר נישט קיין רוה, און מיין געוויסן פייניגט מיר, אבער עס גייט נישט, בשום אופן.
איעדן אינדערפרי, ווי נאר איך טרעט אראפ פון בעט, נאך איידער איך שטעל אריין די פלאסטיקעס אין מיינע פארקלעבטע פארשלאפענע אויגן, גיי איך גלייך אהין, אזוי הייבט זיך מיר די טאג אן.
דארט אין א ווינקל געפונט זי זיך, נישט אלע ווייסן פון איר עקזיסטענץ, אבער פולע אידן (מערסטנס מאנס פערזאנען) קומען אהין, פארברענגען געשמאק, דעבאטירן אביסעלע, שעפן פרישע כוחות, עס רופט זיך קאווע שטיבל.
איך שפאן אהין שטילערהייט, איך שטעל זיך אונטערן טיהר, אויפן שפיץ פינגער, דו ריח פון קאווע דרינגט אריין אין מיין אידישע (אביסעלע לענגער וואו אין אנדערע ראסן) נעזעלע, די טאן פון קופערניקוס׳ענס דוסקוסיע מיט זר זהב׳ען, געמושט מיט א הייסע דעבאטע צווישן לעמאן דזשוס אין קאווע טרינקער, איך שלונג די ווערטער מיט מער דארשט ווי זיי די קאווע, דאס הארץ גליסט, די מח פיבערט, איך וויל זיך גיבן א כאפ אריין און לאזן פאלן א מיינונג, אבער איך קען נישט צוזאם קראצן דו ענערגיע וואס פעלט אויס, איך ווייס נישט צו עס איז ווייניג זעלבסט זיכערהייט, צו א צווייטע אורזאך, אבער עס איז מיר שווער זיך צו ברענגען דערצו, איך בין זיכער אז פאר אפאר טאלער, קען מיר עפעס א שטודירטע פסיכאלאג אהירשטעלן מער לאטיינישע טערמינען וואו וויפיל נעמען יתרו האט געהאט, אבער דאס העלפט מיר נישט, איך מוז זיך שטארקן! איך קען עס מאכן! איך וועל אריינגען! און יא!! דא בין איך!!
דו קאווע בונדלעך וואס איך האב נארוואס אריינגעשטעלט אונעם קליין מיל׳עכל מיינער, זענען שוין פערטיגע שטויב, דאס פאפירענעם זייער׳ל ליגט שוין אריינגעקוועטשט אונעם קאווע מאשינדעל, וואסער איז שוין אויך דא, יאלא! מ׳גייט טרינקן! ווער וויל מיך מקרב זיין?

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 12:37 am
דורך יאנקל
ברוך הבא!
שוין איינמאל א מאן דאמר.

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 12:39 am
דורך מאן דאמר
שקויעך יאנקל, נעם נאר א בענקל און זעץ זיך צו.

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 12:40 am
דורך זר זהב
איך בין דיר מקרב, קודם מיט א לייק. קומסט אריין זייער גוט פאר א בעגינער, מאך זיך באקוועם פיהל היימיש און לאמיר זיך באלעקען מיט דיינע שרייבעראציעס

יאנקל האקט שוין, ב"ה

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 12:42 am
דורך מאן דאמר
זר, ווילסט קאלאמביען צו סומאטרא? אן דע האוס!

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 12:48 am
דורך זר זהב
יא זיכער, אין באלי ביזטו שוין געווען?

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 12:49 am
דורך איך אויך
יאנקל האט געשריבן:ברוך הבא!
שוין איינמאל א מאן דאמר.

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 12:51 am
דורך מאן דאמר
ניין, אבער איך וואלט דאנקבאר געוועזן אז דו קענסט מיר צושטעלן א גלעזאלע kopi luwak

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 12:57 am
דורך זר זהב
ביניך קלוגער געווארן

http://en.wikipedia.org/wiki/Kopi_Luwak

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 1:00 am
דורך מאן דאמר
יא יא זר, א שאל פון די קאווע קען קאסטן א מאה דאכצעכמער.